אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמועס:רבי שבתי משורר באס"
(←כבוד הש"ח: ענטפער) צייכן: ענטפער |
|||
| שורה 18: | שורה 18: | ||
:און אגב, די מעשה איז מאדנע ביז גאר, און אזוי צו אזוי זענען דא מער גדולים וואס האבן נישט געהאלטן אזוי. [[באַניצער:ספריאל|ספריאל]] ([[באַניצער שמועס:ספריאל|שמועס]]) 06:08, 31 דעצעמבער 2024 (UTC) | :און אגב, די מעשה איז מאדנע ביז גאר, און אזוי צו אזוי זענען דא מער גדולים וואס האבן נישט געהאלטן אזוי. [[באַניצער:ספריאל|ספריאל]] ([[באַניצער שמועס:ספריאל|שמועס]]) 06:08, 31 דעצעמבער 2024 (UTC) | ||
:מיינע אקאונטס אין אייוועלט און אין [[:he:פורום אוצר החכמה|פורום אוצר החכמה]] (אויב דאס האט איר געמיינט) זענען דערווייל נאכנישט אקטיוו, זיי טענה'ן אז זיי וועלן מיר מודיע זיין ווען מיינע אקאונטס וועלן זיין אקטיוו. דערווייל ווארט איך נאך... איך געב אייך איבער דעם כבוד אריינצושרייבן די מעשה אויב איר האלט עס פאר וויכטיג און/אדער נוצבאר. [[באַניצער:י'הושע|י'הושע]] ([[באַניצער שמועס:י'הושע|שמועס]]) 02:24, 1 יאנואר 2025 (UTC) | |||
==שטראם== | ==שטראם== | ||
רעוויזיע פון 02:24, 1 יאנואר 2025
"שפתי חכמים החדש" פון עוז והדר
לדעתי מעג מען עפעס דערמאנען דערוועגן. י'הושע (שמועס) 18:24, 19 דעצעמבער 2024 (UTC)
נ"ב. אין זייערע מקראות גדולות חומשים האבן זיי אריינגעלייגט "שפתי חכמים החדש" (אזוי דוכט זיך מיר הגם עס איז נישט תחת ידי כעת) בשעת אין זייערע "חדר חומשים" האבן זיי אריינגעלייגט "שפתי חכמים הקצר". י'הושע (שמועס) 01:27, 20 דעצעמבער 2024 (UTC)
- עס האט עפעס מיט ר' שבתי?... שווערמער (שמועס) 01:44, 20 דעצעמבער 2024 (UTC)
- עס האט נישט מיט ר' שבתי דירעקט. אבער אויב שרייבט מען שוין וועגן דעם "עיקר שפתי חכמים", און אפילו וועגן דעם "קריטיק" אויפ'ן "עיקר שפתי חכמים", מעג מען שוין אויך דערמאנען עפעס וועגן די אנדערע "חיקויים" וואס האבן נאכגעמאכט דעם שפתי חכמים. עס ווייזט סיי אויפ'ן שפתי חכמים'ס "פאפולעריטעט" (ווי אזוי מ'האט עס געזוכט נאכצומאכן), און סיי אויפ'ן "קריטיק" דערויף (ווי אזוי מ'האט עס געזוכט צו ערזעצן מיט בעסערס).
- עכ"פ אויב מ'וועט וועלן מפצל זיין דעם ארטיקל און שאפן א באזונדערע ארטיקל אויפ'ן פירוש "שפתי חכמים" זעלבסט (אזוי ווי אין העברעאישן מכלול), וואלט זיכער געווען כדאי דארטן צו דערמאנען אויך דעם "שפתי חכמים החדש" און דעם "שפתי חכמים הקצר". י'הושע (שמועס) 02:05, 20 דעצעמבער 2024 (UTC)
שטודירן
יעצט איבערגעקוקט די רעדאגירונגען, יישר כח ב:תנא קמא פארן ברענגען מיין דעה... ספריאל (שמועס) 06:03, 31 דעצעמבער 2024 (UTC)
כבוד הש"ח
ב:י'הושע ברענג די מעשה אין אייוועלט אדער אוה"ח און לייג דא א לינק אהין... ספריאל (שמועס) 06:05, 31 דעצעמבער 2024 (UTC)
- און אגב, די מעשה איז מאדנע ביז גאר, און אזוי צו אזוי זענען דא מער גדולים וואס האבן נישט געהאלטן אזוי. ספריאל (שמועס) 06:08, 31 דעצעמבער 2024 (UTC)
- מיינע אקאונטס אין אייוועלט און אין פורום אוצר החכמה (אויב דאס האט איר געמיינט) זענען דערווייל נאכנישט אקטיוו, זיי טענה'ן אז זיי וועלן מיר מודיע זיין ווען מיינע אקאונטס וועלן זיין אקטיוו. דערווייל ווארט איך נאך... איך געב אייך איבער דעם כבוד אריינצושרייבן די מעשה אויב איר האלט עס פאר וויכטיג און/אדער נוצבאר. י'הושע (שמועס) 02:24, 1 יאנואר 2025 (UTC)
שטראם
צו דער רעדאגירונג, ווייסעך נישט וואס סאסובער רביצין שרייבט און פון וואו פינקטליך זי קען רבי שבתי'ן, אבער געהייסן 'שטראם' האט ער נישט, נישט ער און נישט זיין טאטע. די נאמען איז געבוירן אין דמיון פון א היסטאריקער וואס האט געזען אז זיין ברידער האט געהייסן שטרימרש, און ער האט געלערנט פשט: שטרימערס = שטרימער = פון שטראם. אבער אויב אזוי דארפן מיר זוכן א שטאט 'שטראם', נישט א משפחה-נאמען...
דער אמת איז אז "שטרימר" איז א געווען א באנוצטער משפחה-נאמען. זוך פאר שטרימר/שטרומר אין אוצר החכמה. און אויך איז נישט אויסגעשלאסן אז ר' יעקב האט געהייסן אזוי על שם זיין שוויגער...
דער ערשטער וואס רופט ר' שבתי'ן "שטראם" איז מ"מ קרנגיל אין פליטת סופרים. אבער מלשונו נראה אז ער שרייבט איבער פון איינעם (אפשר רח"נ דעמביצער?).
עכ"פ, זיין אידישער צונאמען איז געווען 'משורר' אדער 'משורר בס' (ס'איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן 'באס', ביז לעצטנס). און אויף גוי'איש באסיסטא. אלעס אנדערש איז דמיונות. ספריאל (שמועס) 06:24, 31 דעצעמבער 2024 (UTC)
פאפולעריטעט
און צו דעם, כ'ווייס נישט וועלכע מציאות הרב ב:י'הושע מיינט, ביי די חומשים וואס איך זע איז די מציאות אז "כהיום איז כמעט נישט פארהאן א חומש וואו ס'איז נישט אריינגעדרוקט שפתי חכמים אדער עיקר שפתי חכמים". ספריאל (שמועס) 06:30, 31 דעצעמבער 2024 (UTC)