אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:אכלו משמנים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏אויפנאמע: רעדאגירונג)
ק (←‏אויפנאמע: רעדאגירונג)
שורה 47: שורה 47:
אין שו"ת מהר"י מברונא{{הערה|סי' קלז.}} שטייט אז דער פיוט איז נישט נתחבר געווארן דורך א תלמיד חכם, וויבאלד די סעודות אום חנוכה זענען נישט קיין סעודות מצוה. אנדערע זענען געגאנגען נאך ווייטער, און דרוקן זיך אויס אז דאס איז פארפאסט געווארן דורך ליידיגגייער, און אז דער אינהאלט באשטעטיגט דאס{{הערה|'''אורחות חיים''', סימן תרע סעיף ח.}}.  

פון די אנדערע זייט זענען געווען צדיקים וואס זיך געפירט דאס צו זינגען ביים [[טיש]], צווישן זיי [[רבי פנחס קאריצער]], די הויפן פון [[טשערנאביל (חסידות)]], [[באבוב (חסידות)]] און נאך.
פון די אנדערע זייט זענען געווען צדיקים וואס זיך געפירט דאס צו זינגען ביים [[טיש]], צווישן זיי [[רבי פנחס קאריצער]], די הויפן פון [[טשערנאביל (חסידות)|טשערנאביל]], [[באבוב (חסידות)|באבוב]] און נאך.

==אינהאלט==
==אינהאלט==

רעוויזיע פון 21:41, 17 דעצעמבער 2024

מילות השיר

אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וְסוֹלֶת רְבוּכָה
תּוֹרִים וּבְנֵי יוֹנָה שַׁבָּת וַחֲנוּכָּה

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

בַּרְבּוּרִים אֲבוּסִים בְּשַׁפּוּדִים צְלוּיִם
וְכָלִיל לָאִישִׁים אֶחָד מִן הַמְנוּיִם

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

רַךְ וָטוֹב וְשָׁמֵן צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת
עֲנוּ וְאִמְרוּ אָמֵן וְאִכְלוּ בְּדִיצוֹת

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

הַקּוֹלוֹת יֶחֱדָלוּן מִנִּסּוּךְ הַמָּיִם
בְּבֵית הַיַּיִן נָלוּן בְּכֹל יוֹם פַּעֲמָיִם

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

מִקּוֹלוֹת מַיִם רַבִּים תְּצִּלֶנָה אָזְנֵיכֶם
וְכָל מִשְׁרַת דַּם עֲנָבִים לֹא יָמוּשׁ מִפִּיכֶם

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

תווים ללחן לפיוט שהולחן בחצרות החסידים של מזרח אירופה

אכלו משמנים איז א פארצייטישע זמירות אויף די סעודה פון שבת חנוכה.

מחבר

דער מחבר פונעם זמר איז אנגעצייכנט אויף די אקראסטיך אלס אברהם, עס איז אבער נישט באקאנט מער פרטים איבער אים. עס איז פארהאן וואס האבן עס מייחס געווען צו רבי אברהם אבן עזרא[1], אבער דאס געבוי פונעם זמר איז בכלל נישט ווי דעם אבן עזרא'ס שירים.

אויפנאמע

מען געפונט דעם זמר געדרוקט אין בענטשערלעך און אין זמירות'לעך געדרוקט אין אשכנז דורכאויס די יארן. צום ערשט געפונעט מען דאס אין א בענטשערל געדרוקט אין פראג יאר רע"ה, זייט ביי זייט מיט א זמר אויף פורים מיט'ן זעלבן געבוי און אקראסטיך[2].

אין שו"ת מהר"י מברונא[3] שטייט אז דער פיוט איז נישט נתחבר געווארן דורך א תלמיד חכם, וויבאלד די סעודות אום חנוכה זענען נישט קיין סעודות מצוה. אנדערע זענען געגאנגען נאך ווייטער, און דרוקן זיך אויס אז דאס איז פארפאסט געווארן דורך ליידיגגייער, און אז דער אינהאלט באשטעטיגט דאס[4].

פון די אנדערע זייט זענען געווען צדיקים וואס זיך געפירט דאס צו זינגען ביים טיש, צווישן זיי רבי פנחס קאריצער, די הויפן פון טשערנאביל, באבוב און נאך.

אינהאלט

דער תוכן פונעם זמר רעדט זיך ארום די סעודה פון שבת חנוכה, און רעכנט אויס פארשידענע נארהאפטיגע שפייזן וואס מען זאל איינקויפם לכבוד שבת חנוכה. עס דערמאנט אויך אז מען זאל פארקויפן פעלדער צו קענען איינקויפן אויף שבת חנוכה, און אז מען וועט נעכטיגן יעדן טאג צו מאל אינעם "וויין שטיבל".

די ווערטער "בית כור תמכור תחכור, תשכור בית כור" זענען עטוואס אומפארשטענדליך. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז די ווערטער "בית כור" איז א ווערטער-שפיל וואס באציט זיך אויף א "באס-קור" - דאס איז ווי מ'האט גערופן אין מערב-אייראפע א הויף צו שטאפן עופות, און די כוונה איז "בית כור תמכור", מען זאל פארקויפן א פעלד, און מיט די געלט "תשכור באס-קור" זאל מען איינהאנדלען געשטאפטע עופות אויף שבת חנוכה[1].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 הובא בעלון 'מאורות הדף היומי', י"ב כסלו תש"ע, מדור "פנינים".
  2. ברכת המזון וזמירות
  3. סי' קלז.
  4. אורחות חיים, סימן תרע סעיף ח.