אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זכות ישראל"

2,426 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 11 חדשים
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1))
 
(12 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
'''זכות ישראל''' איז א ספר פון  הרב [[ישראל בערגער]], וואס אנטהאלט הונדערטער מעשיות, שמועסן, בריוו, פשטים, רעיונות, לעבענס ביאגראפיע פון רביים פון חסידישע הויפן.
#ווייטערפירן [[רוי:רבי ישראל בערגער#זכות ישראל]]
 
דער ספר האט הסכמות פון גדולי הדור אין זיינער צייט ווי דער [[שדי חמד]], ספינקער רבי [[יוסף מאיר מספינקא]]. דער בערזשאנער רב מהרש"ם, דער אדר"ת פון ארץ ישראל, פלונסק רב, און שיינע בריוו פון רבי [[יהושע הורוויץ|יהושע דזשיקאווער]], פון באניאדער רב, און נאך. אויך איז דארט דא אסאך שיינע בריוו פון רביים ווי דער [[חיים האלבערשטאם|צאנזער רב]] שרייבט אים א ווארימען בריוו ווען ער איז אלט געווען בלויז אכטצן יאהר, און אויך דער ייטב לב, רבי [[יקותיאל יהודה טייטלבוים]].
 
עס איז א גרויסער אוצר פון אסאך חסידישע מעשיות און פאסירונגען, א גרויסע מעלה איז אז אלעס ברענגט ער פון א מקור, פון ווי ער האט עס גענומען, און גענומען האט ער עס פון אלע חסידישע ספרים פון גרויסע רביים וואס שרייבן מעשיות אויף זייערע באקאנטע., דער ספר האט געמאכט א גרויסער רושם  אין עולם החסידות.
 
היינט צו טאג איז עס געווארן איבערגעדרוקט דורך צוויי גרויסע פירמעס וואס דרוקן ספרים. א) הוצאת נר למאור (וואגשאהל). ב) הוצאת רבי [[חיים יוסף וואלדמאן]], בעלז.
 
עס אנטהאלט אין זיך פיר ספרים:
 
* [[עשר קדושות]]
 
* [[עשר אורות]]
 
* [[עשר צחצחות]]
 
* [[עשר עטרות]]
 
דאס האט געשריבן הרב ר' [[ישראל בערגער]], רב אין בוקארעסט [[רומעניע]]. עס איז ארויס געקומען פון דרוק אין א תקופה פון פיר יאר [[ה'תרס"ו]] - [[ה'תר"ע]].
[[קאַטעגאָריע:ספרי קודש|װ]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]