אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:פיוט"
(אנצוהייבן) צייכן: באַדייטן-לינקס |
(←היסטאריע: צוגעלייגט מקור) |
||
שורה 10: | שורה 10: | ||
מיר געפונען אין די תורה א צאל [[שירה|שירות]] וואס זענען אין סטיל פון א ליד, א שטייגער ווי דער [[שירת הים]]. אין די נביאים געפונט זיך מערערע פאעטישע געזאנגען, ווי [[תהלים]], [[שיר השירים]] און [[אשת חיל]] סוף ספר משלי. | מיר געפונען אין די תורה א צאל [[שירה|שירות]] וואס זענען אין סטיל פון א ליד, א שטייגער ווי דער [[שירת הים]]. אין די נביאים געפונט זיך מערערע פאעטישע געזאנגען, ווי [[תהלים]], [[שיר השירים]] און [[אשת חיל]] סוף ספר משלי. | ||
זענען בעיקר געווארן פארשפרייט זענען די תקופת הגאונים און ווייטער. די | זענען בעיקר געווארן פארשפרייט זענען די תקופת הגאונים און ווייטער. די גאונים רעכענען אויס די פארצייטישע פייטנים אלס: יוסי בן יוסי, יניי, רבי אלעזר הקליר, פינחס און יהושע{{הערה|ספר האגרון}}. | ||
==נעמען== | ==נעמען== |
רעוויזיע פון 22:45, 1 סעפטעמבער 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
א פיוט איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארום פון א געדיכט אדער ליד, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן צצו זאגן ביים דאווענען, אלס הוספה צו דער נוסח התפילה.
דער פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן, געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואסערע פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן.
היסטאריע
דאס ווארט פיוט שטאמט פון גריכישן ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]
מיר געפונען אין די תורה א צאל שירות וואס זענען אין סטיל פון א ליד, א שטייגער ווי דער שירת הים. אין די נביאים געפונט זיך מערערע פאעטישע געזאנגען, ווי תהלים, שיר השירים און אשת חיל סוף ספר משלי.
זענען בעיקר געווארן פארשפרייט זענען די תקופת הגאונים און ווייטער. די גאונים רעכענען אויס די פארצייטישע פייטנים אלס: יוסי בן יוסי, יניי, רבי אלעזר הקליר, פינחס און יהושע[2].
נעמען
די פיוטים וועגן גערופן לויט נעמען, לויט דער צייט ווען מען זאגט דעם פיוט.
יוצרות
אין אריגינעלן טערמין האט זיך דאס באצויגן צו פיוטים וואס מען זאגט ביי די ערשטע ברכה פון ברכת קריאת שמע - יוצר אור. היינט איז דאס באנוצט אלס אלגעמייינער אויסדרוק פאר פיוטים אין אלגעמיין.
די פיוטים פון ברכת קריאת שמע זענען איינגעטיילט אין זיבן חלקים, און זיי ווען אלע אנגערופן מיט'ן שם הכולל "יוצר" וואס איז אויך דער נאמען פונעם ערשטן טייל פון די סעריע. די טיילן פון די פיוטים זענען אריינגעשטעלט געווארן צו זאגן אינערהאלב די ברכת קריאת שמע, און לויט טייל האט מען דאס געזאגט אנשטאט די אלגעמיינע נוסח.
די זיבן חלקים פון די "יוצר" סעריע זענען:
- בעפאר קריאת שמע
- א. יוצר - א פיוט וואס מען זאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור, נאך די ווערטער "עושה שלום ובורא את הכל".
- ב. אופן - א פיוט וואס מען זאגט צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד".
- ג. מאורה - א פיוט וואס מען זאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות".
- ד. אהבה - א פיוט וואס מען זאגט בעפאר'ן אויסלאז הבוחר בעמו ישראל באהבה, איידער קריאת שמע.
- נאך קריאת שמע
- ה. זולת - א פיוט וואס מען זאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ. געווענליך ענדיגט זך עס מיט א בקשה אויף די גאולה, אזוי ווי די נושא פון דעם ברכה.
- ו. דערנאך א פיוט וואס מען זאגט נאכ'ן פסוק "מי כמוכה" - געווענליך רעדט דער פיוט ארום איבער יציאת מצרים און שירת הים.
- ז. גאולה - א פיוט פאר'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". אין די פארצייטישע פיוטים הייבן זיך די סארט פיוטים אן מיט די ווערטער "ה' מלכנו...".
קרובות
די פיוטים וואס ווערן געזאגט דורכ'ן בעת תפילה, אינערהאלב די הויכע שמונה עשרה, ווערן אנגערופן קרובה (אין די ספרים פון מנהגי אשכנז וערן זיי אויך גערופן קרובץ).
ווי אויך זענען פארהאן:
- סליחות - זענען פיוטים וואס מען פלעגט זאגן ביי די ברכה פון "סלח לנו", אין א פאסט טאג. היינט פירט מען זיך אין רוב פלעצער דאס צו זאגן נאך שמונה עשרה.
- קינות -
- זמירות -
קונסט און סטיל
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, וואג, מליצות, און כינוים.
די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, (א-ל אדון).