אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יוסף זאב האלבערשטאם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022

רבי יוסף זאב האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקצ"ז - כ"ג אלול ה'תרכ"ב) פון קשאנאוו.

אפשטאם

רבי יוס'עלע איז געבוירן אין יאר ה'תרצ"ז (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת עכסה גיטל א טאכטער פון הרב יוסף זאב פון טארניגראד, זי איז געווען דער זעקסטער דור פון מרת עכסה א טאכטער פון אריה"ק וועלכע איז געקומען פון ארץ ישראל קיין פוילן.

הסתלקות

רבי יוס'עלע איז נפטר געווארן כ"ג אלול ה'תרכ"ב[1], אויף זיין מצבה איז איינגעקריצט אז זיין זיידע דער צאנזער רב האט געזאגט אויף אים, ער איז א "יחיד במינו במדות ההשתוות".

פאמיליע

רבי יוס'עלע האט געהייראט מרת צפורה א טאכטער פון הרב מנחם מענדל רובין רב אין גלאגאוו, (אן איידעם פון הרב מאיר הלוי ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין רב אין ראפשיץ. זייערע קינדער:

זעט אויך

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות, (א.ל.ג. שרייבט תר"ן בערך)