אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אדמו"ר"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
|||
(11 מיטלסטע ווערסיעס פון 7 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
אן '''אדמו"ר''' ([[ר"ת]]: א'דונינו מו'רינו ור'בינו) איז א פירער פון א חסיד'ישע געמיינדע וואס איז געווארן אויפגענומען דורך זיי אלץ | {{דעסקריפציע|טיטל פאר א חסידישע פירער}} | ||
אן '''אדמו"ר''' ([[ר"ת]]: א'דונינו מו'רינו ור'בינו) איז א פירער פון א חסיד'ישע געמיינדע וואס איז געווארן אויפגענומען דורך זיי אלץ רבי, אדער איינער וואס האט גע'ירש'נט די פאזיציע פון זיין פאטער אדער אן אנדערן פאָרפאלגער. | |||
==תפקיד פון אן אדמו"ר== | ==תפקיד פון אן אדמו"ר== | ||
שורה 6: | שורה 7: | ||
===אין שפעטערע צייטן=== | ===אין שפעטערע צייטן=== | ||
דער תפקיד פון אן אדמו"ר | ווי עס האט זיך אנטוויקלט, איז דער תפקיד פון אן אדמו"ר אויך געווארן א פאזיציע אויף צוזאמען צו האלטן א געמיינדע אידן וואס פארמאגן א געמיינזאמען הילוך אין אידישקייט אדער א געמיינזאמען געאוגראפישע אפשטאם. אין היינטיגע טעג שטייט אפטמאל דער אדמו"ר אין שפיץ פון פארצווייגטע מוסדות פון חינוך און סאציעלע געברויכן. דער תפקיד נעמט אריין אסאך מער ווי די ארגינעלע, און עס ווערט פאררעכנט ביי חסידים אלץ א וויכטיגער מעמד אויף צו ערהאלטן די געמיינדע סטרוקטור פאר אידן פון חסיד'ישע קרייזן. | ||
===אדמו"ר'ישע אויפגאבן=== | ===אדמו"ר'ישע אויפגאבן=== | ||
דער אדמו"ר ערשיינט פאר זיינע חסידים אין פארשידענע זמנים אויף אנצופירן מיט ציבור'ישע | דער אדמו"ר ערשיינט פאר זיינע חסידים אין פארשידענע זמנים אויף אנצופירן מיט ציבור'ישע מעמדים, א טייל טראדיציאנאל אידישע, און א טייל אויסדריקליך חסיד'ישע אדער אייגנארטיג פאר דער ספעציפישער געמיינדע. | ||
צווישן די אויפגאבן פון מערסטע אדמורי"ם זענען: | צווישן די אויפגאבן פון מערסטע אדמורי"ם זענען: | ||
שורה 15: | שורה 16: | ||
* פירן טיש און טיילן שיריים, און מיטהאלטן די ניגונים און ריקודים | * פירן טיש און טיילן שיריים, און מיטהאלטן די ניגונים און ריקודים | ||
* זאגן תורה | * זאגן תורה | ||
* אויפנעמען די חסידים פערזענליך, צומאל נעמענדיג דערביי א קוויטל, אדער געשריבענע בקשה פאר תפלות, | * אויפנעמען די חסידים פערזענליך, צומאל נעמענדיג דערביי א קוויטל, אדער געשריבענע בקשה פאר תפלות, אפטמאל אינאיינעם מיט א געלט פדיון | ||
* דאווענען תפלות פאר'ן עמוד אויף שבת, יום טוב, אדער א יומא דפגרא | * דאווענען תפלות פאר'ן עמוד אויף שבת, יום טוב, אדער א יומא דפגרא | ||
* מיטטיילן אין די פערזענליכע שמחות פון זיינע חסידים ווי א חתונה, ברית מילה, אדער פדיון הבן | * מיטטיילן אין די פערזענליכע שמחות פון זיינע חסידים ווי א חתונה, ברית מילה, אדער פדיון הבן | ||
* טוהט געוויסע | * טוהט געוויסע מצוות און מנהגים אין אנוועזנהייט פון די חסידים, ווי שאקלען די ד' מינים, שעפן וואסער אויף מים שלנו, באקן מצות, צינדן חנוכה ליכט, א.ד.ג. | ||
* האלטן פאר דרשות התעוררות אדער שיעורים אין תורה אדער הלכה | * האלטן פאר דרשות התעוררות אדער שיעורים אין תורה אדער הלכה | ||
==התמנות== | ==התמנות== | ||
די ערשטע אדמורי"ם זענען געווארן אזוי אנערקענט צוליב זייער גרויסקייט אין תורה און גאט-דינען. אויך זענען געווען אזעלכע וואס מען האט אויף זיי פארציילט סיפורים פון איבערמענטשליכע כחות, וואס האט | די ערשטע אדמורי"ם זענען געווארן אזוי אנערקענט צוליב זייער גרויסקייט אין תורה און גאט-דינען. אויך זענען געווען אזעלכע וואס מען האט אויף זיי פארציילט סיפורים פון איבערמענטשליכע כחות, וואס האט אויך אנגעוויזן אויף זייער צדקות און הייליגקייט. | ||
==ממלא מקום== | ==ממלא מקום== | ||
'''ממלא מקום''' מיינט א '''ערזעצער'''. ס'איז אקטועל אויף יעדן וואס ערזעצט א פריערדיגן. ס'ווערט אבער אממערסנטס גענוצט אויף א [[רבי]]'שן פאסטן, אז איין רבי איז ממלא מקום דעם פריערדיגן. | '''ממלא מקום''' מיינט א '''ערזעצער'''. ס'איז אקטועל אויף יעדן וואס ערזעצט א פריערדיגן. ס'ווערט אבער אממערסנטס גענוצט אויף א [[רבי]]'שן פאסטן, אז איין רבי איז ממלא מקום דעם פריערדיגן. | ||
מיט דער צייט איז געווארן מער און מער איינגעפירט אז חסידים האבן אויפגענומען א זון אדער אן אנדער נאנטן קרוב פון זייער רבי נאך זיין פטירה, נישט קוקנדיג | מיט דער צייט איז געווארן מער און מער איינגעפירט אז חסידים האבן אויפגענומען א זון אדער אן אנדער נאנטן קרוב פון זייער רבי נאך זיין פטירה, נישט קוקנדיג נאר אויף דעם נייעם רבי'ס גרויסקייט אין תורה אדער צדקות. עטליכע רבי'ס זענען אויפגענומען געווארן גאר יונג, צומאל נאך אלץ קליינע קינדער, זייענדיג לויט די חסידים דער פאסיגסטער יורש פןן דעם פריערדיגן רבי'ן. דער [[קארלין סטאלין|קארלינער]] למשל, האט מען אויפגענומען ווען ער איז געווען ניין יאר אלט. | ||
== זעה אויך == | == זעה אויך == | ||
שורה 35: | שורה 36: | ||
[[קאטעגאריע:אדמורי"ם|*]] | [[קאטעגאריע:אדמורי"ם|*]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | |||
[[he:אדמו"ר]] | |||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | |||
[[קאַטעגאָריע:חסידות]] | |||
[[קאַטעגאָריע:טיטלען]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 07:36, 6 אויגוסט 2024
אן אדמו"ר (ר"ת: א'דונינו מו'רינו ור'בינו) איז א פירער פון א חסיד'ישע געמיינדע וואס איז געווארן אויפגענומען דורך זיי אלץ רבי, אדער איינער וואס האט גע'ירש'נט די פאזיציע פון זיין פאטער אדער אן אנדערן פאָרפאלגער.
תפקיד פון אן אדמו"ר
אין תורת החסידות
דער תפקיד פון אן אדמו"ר, אדער חסיד'ישע רבי, איז איינגעפירט געווארן דורך די תלמידים פון בעש"ט און די תלמידים פון דעם מגיד פון מעזריטש. די פאזיציע איז באזירט אויפ'ן יסוד אין תורת החסידות אויף די וויכטיגקייט זיך אנצוקניפן אין א צדיק. די אויפגאבע פון דעם צדיק איז צו לערנען פאר זיינע חסידים וויאזוי צו דינען גאט, און צו זיין פאר זיי א צינור פון השפעות. אויך איז ער געשטעלט אויף מתפלל צו זיין פאר די באדערפענישן פון אלע אידן בכלל און זיינע חסידים בפרט, און ארויסצוהעלפן אידן אין אן עת צרה. די חסידים און די וואס זענען אנגעקניפט צום צדיק טוען זיך דערפאר אונטערנעמען אויסצוהאלטן דעם צדיק מיט אלע זיינע באדערפענישן דורך געבן פדיונות און מעמדות געלט בכדי ער זאל קענען דינען גאט אן קיין שטער.
אין שפעטערע צייטן
ווי עס האט זיך אנטוויקלט, איז דער תפקיד פון אן אדמו"ר אויך געווארן א פאזיציע אויף צוזאמען צו האלטן א געמיינדע אידן וואס פארמאגן א געמיינזאמען הילוך אין אידישקייט אדער א געמיינזאמען געאוגראפישע אפשטאם. אין היינטיגע טעג שטייט אפטמאל דער אדמו"ר אין שפיץ פון פארצווייגטע מוסדות פון חינוך און סאציעלע געברויכן. דער תפקיד נעמט אריין אסאך מער ווי די ארגינעלע, און עס ווערט פאררעכנט ביי חסידים אלץ א וויכטיגער מעמד אויף צו ערהאלטן די געמיינדע סטרוקטור פאר אידן פון חסיד'ישע קרייזן.
אדמו"ר'ישע אויפגאבן
דער אדמו"ר ערשיינט פאר זיינע חסידים אין פארשידענע זמנים אויף אנצופירן מיט ציבור'ישע מעמדים, א טייל טראדיציאנאל אידישע, און א טייל אויסדריקליך חסיד'ישע אדער אייגנארטיג פאר דער ספעציפישער געמיינדע.
צווישן די אויפגאבן פון מערסטע אדמורי"ם זענען:
- פירן טיש און טיילן שיריים, און מיטהאלטן די ניגונים און ריקודים
- זאגן תורה
- אויפנעמען די חסידים פערזענליך, צומאל נעמענדיג דערביי א קוויטל, אדער געשריבענע בקשה פאר תפלות, אפטמאל אינאיינעם מיט א געלט פדיון
- דאווענען תפלות פאר'ן עמוד אויף שבת, יום טוב, אדער א יומא דפגרא
- מיטטיילן אין די פערזענליכע שמחות פון זיינע חסידים ווי א חתונה, ברית מילה, אדער פדיון הבן
- טוהט געוויסע מצוות און מנהגים אין אנוועזנהייט פון די חסידים, ווי שאקלען די ד' מינים, שעפן וואסער אויף מים שלנו, באקן מצות, צינדן חנוכה ליכט, א.ד.ג.
- האלטן פאר דרשות התעוררות אדער שיעורים אין תורה אדער הלכה
התמנות
די ערשטע אדמורי"ם זענען געווארן אזוי אנערקענט צוליב זייער גרויסקייט אין תורה און גאט-דינען. אויך זענען געווען אזעלכע וואס מען האט אויף זיי פארציילט סיפורים פון איבערמענטשליכע כחות, וואס האט אויך אנגעוויזן אויף זייער צדקות און הייליגקייט.
ממלא מקום
ממלא מקום מיינט א ערזעצער. ס'איז אקטועל אויף יעדן וואס ערזעצט א פריערדיגן. ס'ווערט אבער אממערסנטס גענוצט אויף א רבי'שן פאסטן, אז איין רבי איז ממלא מקום דעם פריערדיגן.
מיט דער צייט איז געווארן מער און מער איינגעפירט אז חסידים האבן אויפגענומען א זון אדער אן אנדער נאנטן קרוב פון זייער רבי נאך זיין פטירה, נישט קוקנדיג נאר אויף דעם נייעם רבי'ס גרויסקייט אין תורה אדער צדקות. עטליכע רבי'ס זענען אויפגענומען געווארן גאר יונג, צומאל נאך אלץ קליינע קינדער, זייענדיג לויט די חסידים דער פאסיגסטער יורש פןן דעם פריערדיגן רבי'ן. דער קארלינער למשל, האט מען אויפגענומען ווען ער איז געווען ניין יאר אלט.
זעה אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!