אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לאטעריע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (צולייגן לינק צו גורל)
 
(9 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = gambling which involves the drawing of numbers at random for a prize|העב=הגרלה פופולרית|דייטש=Glücksspiel, das auf einem Losverfahren beruht|}}
א '''לאטעריע''' (אדער '''לאטא''') איז א פאפולערע פאָרעם פון [[אזארטשפיל]] וועלכע ווערט געווענליך אדמיניסטרירט דורך א [[רעגירונג]] מיט שטרענגע רעגולאציעס.
א '''לאטעריע''' (אדער '''לאטא''') איז א פאפולערע פאָרעם פון [[אזארטשפיל]] וועלכע ווערט געווענליך אדמיניסטרירט דורך א [[רעגירונג]] מיט שטרענגע רעגולאציעס.


שורה 28: שורה 29:
אין די לעצטע יארן האבן עטליכע שטעט אינאיינעם געגרינדעט די פאוערבאל לאטעריע שפיל צו געבן א געלעגנהייט פאר מענטשן צו געווינען גרויסע סכומים. די פאוערבאל שפיל ווערט געקויפט דורך א רעקארד צאל מענטשן אבער פונדעסטוועגן איז פאראן ווייניג שאנסן דאס צו געווינען און עס גייט כסדר ארויף נאך העכער דעגרייכנדיג איבער הונדערט מיליאן דאלאר.
אין די לעצטע יארן האבן עטליכע שטעט אינאיינעם געגרינדעט די פאוערבאל לאטעריע שפיל צו געבן א געלעגנהייט פאר מענטשן צו געווינען גרויסע סכומים. די פאוערבאל שפיל ווערט געקויפט דורך א רעקארד צאל מענטשן אבער פונדעסטוועגן איז פאראן ווייניג שאנסן דאס צו געווינען און עס גייט כסדר ארויף נאך העכער דעגרייכנדיג איבער הונדערט מיליאן דאלאר.


דער גרינדער פונעם שפיל האבן אויסגעארבעט דעם שפיל עס זאל האבן די ווייניגסטע שאנסן צו געווינען ווי אלע אנדערע לאטעריעס. זיי האבן געמאכט דעם סיסטעם אז דער מענטש זאל אויסקלויבן נאר פינעף נומערן אבער אויסער דעם דארף ער אויסקלויבן די פאוערבאל נומער (איינס פון 36) וועלכע מוז דוקא זיין די נומער וואס געווינט, אנדערש ווי אלע אנדערע לאטעריעס אין וועלכע די באנוס נומער קען זיין איינע פון די זעקס נומערן אינעם שפיל.
דער גרינדער פונעם שפיל האבן אויסגעארבעט דעם שפיל עס זאל האבן די ווייניגסטע שאנסן צו געווינען ווי אלע אנדערע לאטעריעס. זיי האבן געמאכט דעם סיסטעם אז דער מענטש זאל אויסקלויבן נאר פינעף נומערן אבער אויסער דעם דארף ער אויסקלויבן די פאוערבאל נומער (איינס פון 36) וועלכע מוז דווקא זיין די נומער וואס געווינט, אנדערש ווי אלע אנדערע לאטעריעס אין וועלכע די באנוס נומער קען זיין איינע פון די זעקס נומערן אינעם שפיל.


מיט דעם געדאנק זענען די שאנסן צו געווינען א פאוערבאל לאטעריע נאר איינס פון 76,275,360.
מיט דעם געדאנק זענען די שאנסן צו געווינען א פאוערבאל לאטעריע נאר איינס פון 76,275,360.
די שטעט מאכן גרויס געלט פון די לאטעריע שפילן און זיי נוצן דאס געלט אלס א טייל פון די בודזשעט. צום ביישפיל אין [[ניו יארק]] איז די פארגאנגענעם יאר פארקויפט געווארן לאטעריעס פאר די ווערד פון 5.4 ביליאן דאלאר פון וועלכע 57 פראצענט פון די געלט איז געגאנגען צו געווינער און ארום 33 פראצענט איז גענוצט געווארן פאר די ערציאונג'ס אפטיילונג אין די רעגירונג. דאס איבעריגע גייט פאר די קאסטן צו אפערירן די לאטעריע שפיל.
די שטעט מאכן גרויס געלט פון די לאטעריע שפילן און זיי נוצן דאס געלט אלס א טייל פון די בודזשעט. צום ביישפיל אין [[ניו יארק]] איז די פארגאנגענעם יאר פארקויפט געווארן לאטעריעס פאר די ווערד פון 5.4 ביליאן דאלאר פון וועלכע 57 פראצענט פון די געלט איז געגאנגען צו געווינער און ארום 33 פראצענט איז גענוצט געווארן פאר די ערציאונג'ס אפטיילונג אין די רעגירונג. דאס איבריגע גייט פאר די קאסטן צו אפערירן די לאטעריע שפיל.




שורה 58: שורה 59:
ביידע מאשינען זענען דורכזיכטיג פון אלע זייטן און אפילו די רערן זענען דורכזיכטיג כדי די מענטשן זאלן קענען מיטהאלטן יעדע טריט פון דעם פראצעדור. יעדע לאטעריע אויסציאונג ווערט אויפגעשפילט אויף טעלעוויזיע וועלכע טויזענטער מענטשן באטראכטן און איבערצייגן זיך די פשוטע פראצעדור.
ביידע מאשינען זענען דורכזיכטיג פון אלע זייטן און אפילו די רערן זענען דורכזיכטיג כדי די מענטשן זאלן קענען מיטהאלטן יעדע טריט פון דעם פראצעדור. יעדע לאטעריע אויסציאונג ווערט אויפגעשפילט אויף טעלעוויזיע וועלכע טויזענטער מענטשן באטראכטן און איבערצייגן זיך די פשוטע פראצעדור.


טייל לאטעריע פירמעס האבן מערערע זיכערהייטן קעגן שווינדלערייען וועלכע זענען שוין פארגעקומען אין די פארגאנגענהייט. אין ניו יארק פארלאנגט דאס געזעץ אז עס זאל זיין עטליכע זעק מיט אלע באליס און הארט בעפאר מען ברענגט ארויס די באליס וועלט מען אויס איינע פון זיי דורך א גורל. אויך וועגט מען אפ די באליס בעפאר און נאך די אויסציאונג צו מאכן זיכער אז קיינער האט נישט אריינגעלייגט אנדערע באליס וועלכע זענען גרינגער און וואלטן שנעלער ארויסגעפלויגן (אזא שווינדל איז פארגעקומען אין [[פענסילוועניע]] אין 980' ווען די לאטעריע מיטארבייטער האבן אריינגעגאסן עפעס א פליסיקייט אין אלע באליס אויסער די דריי געווינער נומער וועלכע זיי האבן פון פאראויס געקויפט. ווען די מאשין האט אנגעהויבן צו בלאזן זענען אלע אנדערע באליס געווען צו שווער צו קענען דעגרייכן די אויבערשטע רער און נאר די אומבארירטע באליס זענען ארויסגעפלויגן און זיי האבן געוואונען 1.8 מיליאן דאלאר). אלע לאטעריע פירמעס האלטן פארשפארט די מאשינען אין אייזערנע סעיפס און עפענען דאס מינוטן בעפאר די אויסציאונג. און אין געוויסע שטעט ווערט די גאנצע אויסציאונג אבזערווירט דורך א פאליציי אפיציר וועלכע טוישט זיך יעדעס מאל אויף א צומישטן סדר.
טייל לאטעריע פירמעס האבן מערערע זיכערהייטן קעגן שווינדלערייען וועלכע זענען שוין פארגעקומען אין די פארגאנגענהייט. אין ניו יארק פארלאנגט דאס געזעץ אז עס זאל זיין עטליכע זעק מיט אלע באליס און הארט בעפאר מען ברענגט ארויס די באליס וועלט מען אויס איינע פון זיי דורך א [[גורל]]. אויך וועגט מען אפ די באליס בעפאר און נאך די אויסציאונג צו מאכן זיכער אז קיינער האט נישט אריינגעלייגט אנדערע באליס וועלכע זענען גרינגער און וואלטן שנעלער ארויסגעפלויגן (אזא שווינדל איז פארגעקומען אין [[פענסילוועניע]] אין 980' ווען די לאטעריע מיטארבייטער האבן אריינגעגאסן עפעס א פליסיקייט אין אלע באליס אויסער די דריי געווינער נומער וועלכע זיי האבן פון פאראויס געקויפט. ווען די מאשין האט אנגעהויבן צו בלאזן זענען אלע אנדערע באליס געווען צו שווער צו קענען דעגרייכן די אויבערשטע רער און נאר די אומבארירטע באליס זענען ארויסגעפלויגן און זיי האבן געוואונען 1.8 מיליאן דאלאר). אלע לאטעריע פירמעס האלטן פארשפארט די מאשינען אין אייזערנע סעיפס און עפענען דאס מינוטן בעפאר די אויסציאונג. און אין געוויסע שטעט ווערט די גאנצע אויסציאונג אבזערווירט דורך א פאליציי אפיציר וועלכע טוישט זיך יעדעס מאל אויף א צומישטן סדר.




שורה 139: שורה 140:
[[קאַטעגאָריע:פינאנץ]]
[[קאַטעגאָריע:פינאנץ]]
[[קאַטעגאָריע:לעבנסשטייגער]]
[[קאַטעגאָריע:לעבנסשטייגער]]
[[קאטעגאריע:אזארטשפילן]]
[[קאַטעגאָריע:אזארטשפילן]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:נישט ענציקלאפעדיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:לוטו]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:29, 28 יולי 2024

א לאטעריע (אדער לאטא) איז א פאפולערע פאָרעם פון אזארטשפיל וועלכע ווערט געווענליך אדמיניסטרירט דורך א רעגירונג מיט שטרענגע רעגולאציעס.

לאטעריעס זענען היינט פארשפרייט אין רוב גרויסע שטעט און מאסן מענטשן קויפן דאס מיט'ן בלויזן האפענונג אז זיי וועלן אפשר אויך געווינען איין טאג. אבער אנדערש ווי געמבל האבן די לאקאלע רעגירונגען אויפגעצויגן די לאטעריע שפילן אלס די איינציגסטע נישט געמבל געלט שפיל וועלכע איז הונדערט פראצענט לעגאל אויף סיי וועלכע וועג איר ווילט דאס שפּילן.

אין די פאראייניגטע שטאטן זענען פאראן לאטעריעס אין 38 שטעט און אויך אין די דיסטריקט אוו קאלאמביע. רוב פון די שטעט האבן עטליכע ערליי לאטעריע שפילן, אריינגערעכנט אזעלכע וועלכע מען קען געווינען אויפ'ן פלאץ, טעגליכע שפילן, וועכנטליכע שפילן, און ספעציעלע שפילן. אין יעדע פון די שפילן דארף דער שפילער אויסוועלן א געוויסע צאל נומערן וועלכע קענען זיין צווישן דריי ביז זיבן נומערן. די אלע לאטא שפילן ווערן אנדערש געשפילט און טייל דערפון ארבעטן עלעקטראניש. דער גרעסטער לאטא איז שטענדיג די וועלכע רופט זיך אונטער די נאמען לאטא און באשטייט פון זעקס נומערן וועלכע ווערט אויסגעקליבן דורך א ספעציעלע מאשין וועלכע אנטהאלט קליינע באליס (טאבעס) מיט אלע נומערן, געווענליך צווישן איינס און פופציג.

אין אמעריקע איז איינגעפירט אז א לאטעריע געווינער צאלט אראפ די גרעסטע צאל שטייערן וואס א מענטש קען נאר צאלן און עס איז שטארק געוואנדן לויט וויפיל דער געווינער נעמט אויף איינמאל. אויף רוב לאטעריעס וועט געווענליך שטיין אויפגעשריבן וויפיל די אזויגערופענע "לאמפ סום קעש" וועט באטרעפן אויב איר ווילט נעמען די גאנצע אויפאיינמאל. אין די קומענדיגע שורות וועלן מיר באטראכטן וואו דאס געלט גייט און פארוואס א לאטעריע געווינער באצאלט אזעלכע נומערן. מיר וועלן אויך באטראכטן די לאטעריע מאשינען וועלכע געבן ארויס די געווינער נומערן, און וויפיל געלט איר קענט זיך רעכענען אהיימצונעמען אויב איר זענט דער גליקליכער געווינער.

לאטעריע געווינסן קענען זיין אין די גאר הויכע מיליאנען ספעציעל אין די מעגא שפילן אין וועלכע עטליכע שטעט שפילן אינאיינעם. עס זענען שוין געווען עטליכע רעקארד געווינסן און דער גרעסטער געווינס איז געווען אין דעצעמבער 02' ווען א 56 יעריגער מאן פון וועסט ווירדזשיניע האט געוואונען 314.9$ מיליאן דאלאר אין די פאוערבאל לאטעריע. פארגאנגענע וואך האט א 49 יעריגער אימיגראנט פון קאלאמביע געווינען ניו יארק'ס רעקארד געווינס פון 149$ מיליאן דאלאר.


וואס זענען די שאנסן?

די ערשטע פראגע וואס יעדער פרעגט זיך שטענדיג אליינס איז וואס זענען די שאנסן צו געווינען? רוב לאטעריעס באשטייען פון פופציג נומערן פון וועלכע מען דארף אויסוועלן 6 נומערן. אויב אייערע זעקס נומערן שטימען מיט די זעקס נומערן וועלכע פאלן ארויס פון די לאטעריע מאשין, נישט קיין אונטערשייד אויף וועלכע סדר, זענט איר דער גליקליכער געווינער.

וויבאלד די לאטעריע באשטייט פון זעקס נומערן איז די שאנסן צו געווינען זייער קליין לויט'ן פאלגנדיגן חשבון:

ווען אלע 6 נומערן זענען נאך נישט אויסגעצויגן געווארן דארף מען צוטרעפן נאר איינע פון פופציג נומערן צו קענען געווינען איין נומער, וואס מיינט אז די שאנסן זענען 8.33. יעצט איינמאל די ערשטע נומער איז שוין צוגעטראפן בלייבט נאר איבער 49 נומערן צו ערוועלן פאר די צווייטע נומער, אבער די שאנסן ווערן קלענער ווייל יעצט האט איר נאר פינעף נומערן פאר א שאנס צו טרעפן די איין נומער. אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער מיט יעדע נומער און ביים לעצטן נומער בלייבט איבער 45 נומערן און מען דארף צוטרעפן מיט איינס וואס מאכט די שאנסן גאר קליין. ווען מען רעכנט אלעס צוזאמען קומט אויס אז די שאנס צו געווינען א לאטעריע פון 6 נומערן איז איינס פון 15,890,700.

געוויסע שטעט האבן געטוישט די שאנסן צו געווינען און דאס געמאכט שווערער ווייל אויב איינער האט געווינען יעדע שפיל איז קיינמאל נישט געווען קיין שאנסן אז די לאטעריע פרייז זאל ארויפגיין און די שפיל איז שוין נמאס געווארן און ווייניגער מענטשן האבן דאס געקויפט. דער פאקט האט געוויזן אז גרעסערע געווינס פרייזן ציען מער קונדן כאטש די שאנסן צו געווינען ווערט נאר קלענער ווי מער מענטשן עס קויפן דאס, ווייל אפילו איר טרעפט יא צו אלע זעקס נומערן איז פארהאן זייער גרויסע שאנסן אז נאך מענטשן זאלן אויך האבן די זעלבע נומערן און איר וועט זיך מוזן טיילן מיטן געווינס.

טייל שטעט האבן געהויבן די פרייז פון א טיקעט און מיט דעם געהויבן די געווינער פרייז וואס דאס האט אויטאמאטיש געברענגט מער קונדן ווייל די געווינס איז גרעסער. אנדערע שטעט האבן צוגעשטעלט נאך א נומער צו 51 נומערן און אזוי פארמינערט די שאנסן צו געווינען מיט נאך דריי מיליאן וואס דאס האט אנגעהויבן געבן מער שאנסן אז די געווינס זאל ארויפגיין נאכדעם וואס קיינער האט נישט געווינען. אין געוויסע לאטעריעס דארף מען צוטרעפן זיבן נומערן צו קענען געווינען. יענע לאטעריע שפילן גייען כסדר ארויף מיט גרויסע נומערן ווייל עס איז פארהאן זייער ווייניג שאנסן אז אינער זאל געווינען. ווען די געווינס גייט ארויף וועלן דאס מער מענטשן קויפן און דעמאלט איז שוין יא פארהאן שאנסן אז איינער וועט געווינען.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז יעדע לאטעריע האט א געוויסע צאל וועגן ווי אזוי מען קען אויסשטעלן די 50 נומערן און ווי מער מענטשן עס קויפן דאס אלס מער שאנסן איז פארהאן אז איינער וועט געווינען. רוב מענטשן לאזן די קאמפיוטער אויסוועלן די נומערן און א גרויסע טייל קלויבן זיך אליינס אויס די נומערן לויט זייער געשמאק. טייל מענטשן זענען איינגערעדט אז געוויסע נומערן געווינען מער ווי די אנדערע, און זיי קלויבן אויס יענע נומערן. אנדערע מענטשן האבן זיך זייערע נומערן וועלכע זיי נוצן שטענדיג וועלכע איז באקאנט געווארן אלס גליקליכע נומערן. זייער אסאך מאל הערט מען אז מער ווי איינער האט געווינען די לאטעריע, ספעציעל ביי גרויסע לאטעריע שפילן ווען מער מענטשן קויפן די לאטעריע און וויבאלד מער מענטשן קויפן עס וויפיל וועגן די זעקס נומערן קענען אויסגעשטעלט ווערן קומט זייער אסאך מאל אויס אז דער קאמפיוטער וועלט אויס מער ווי איינמאל די זעלבע נומער.

אין די לעצטע יארן האבן עטליכע שטעט אינאיינעם געגרינדעט די פאוערבאל לאטעריע שפיל צו געבן א געלעגנהייט פאר מענטשן צו געווינען גרויסע סכומים. די פאוערבאל שפיל ווערט געקויפט דורך א רעקארד צאל מענטשן אבער פונדעסטוועגן איז פאראן ווייניג שאנסן דאס צו געווינען און עס גייט כסדר ארויף נאך העכער דעגרייכנדיג איבער הונדערט מיליאן דאלאר.

דער גרינדער פונעם שפיל האבן אויסגעארבעט דעם שפיל עס זאל האבן די ווייניגסטע שאנסן צו געווינען ווי אלע אנדערע לאטעריעס. זיי האבן געמאכט דעם סיסטעם אז דער מענטש זאל אויסקלויבן נאר פינעף נומערן אבער אויסער דעם דארף ער אויסקלויבן די פאוערבאל נומער (איינס פון 36) וועלכע מוז דווקא זיין די נומער וואס געווינט, אנדערש ווי אלע אנדערע לאטעריעס אין וועלכע די באנוס נומער קען זיין איינע פון די זעקס נומערן אינעם שפיל.

מיט דעם געדאנק זענען די שאנסן צו געווינען א פאוערבאל לאטעריע נאר איינס פון 76,275,360. די שטעט מאכן גרויס געלט פון די לאטעריע שפילן און זיי נוצן דאס געלט אלס א טייל פון די בודזשעט. צום ביישפיל אין ניו יארק איז די פארגאנגענעם יאר פארקויפט געווארן לאטעריעס פאר די ווערד פון 5.4 ביליאן דאלאר פון וועלכע 57 פראצענט פון די געלט איז געגאנגען צו געווינער און ארום 33 פראצענט איז גענוצט געווארן פאר די ערציאונג'ס אפטיילונג אין די רעגירונג. דאס איבריגע גייט פאר די קאסטן צו אפערירן די לאטעריע שפיל.


וואס באקומט מען?

איינער וואס געווינט א צען מיליאן דאלאר'דיגן לאטעריע וועט איר באקומען נישט מער ווי 2.5 מיליאן. ניו יארק סטעיט איז באקאנט אלס די קאמפליצירסטע לאטעריע שפיל מיט די אינטערעסאנטסטע אויסצאלונג. ווען איר קויפט א לאטעריע טיקעט אין ניו יארק דארפט איר אויסוועלן אויב איר ווילט דאס געלט צעטיילט אויף א צירקע פון יארן אדער דאס גאנצע אויפאיינמאל. איינמאל די לאטעריע איז אין מאשין קענט איר מער נישט צוריקציען אייער מיינונג.

וואו די געלט גייט: אויב איר וועלט אויס צו באקומען דאס געלט צעטיילט צו א צאל יארן וועט איר באקומען דאס געלט צעטיילט אין 26 יאר וועלכע וועט צוזאמען אויסקומען די סומע וויפיל איר האט ריכטיג געווינען. דער ערשטער טשעק קומט אן צוויי וואכן נאכ'ן געווינען און וועט באטרעפן 2.5 פראצענט פון די סך הכל. דעם קומענדיגן יאר וועט אנקומען דעם צווייטן טשעק וועלכע וועט זיין 2.7 פראצענט פון די סך הכל און אזוי גייט עס מער און מער מיט א צענטל פון א פראצענט יעדעס יאר ביז דעם לעצטן טשעק קומט אן און באטרעפט פינעף פראצענט פון די סך הכל.

די לאטעריע פירמע גיבט אבער נישט אויס דאס גאנצע געלט נאר לייגט אריין א געוויסע סומע פון דאס געלט אין באנדס און דארט וואקסט עס גענוג צו באצאלן אלע געלטער ביז'ן ענדע. יעדעס מאל איינער געווינט דאס געלט צעטיילט וועט די ניו יארק לאטא נעמען אפשאצונגען פון עטליכע אינוועסטירער פירמעס און וועט אויסוועלן דער וואס גיט דער ביליגסטער פרייז. רוב פון אזעלכע געווינסן האט אפגעקאסט די לאטעריע פירמע נאר האלב פון די סך הכל וויפיל עס האט אויסגעצאלט אין די 26 יאר.

ווען איינער וועלט אויס צו געווינען די גאנצע אויפאיינמאל וועט ער באקומען די זעלבע סכום געלט וויפיל עס וואלט געקאסט פאר די לאטא פירמע צו קויפן די באנדס פאר די סך הכל. פאר די ניו יארק לאטא איז נישט קיין אונטערשייד וואס מען וועלט זיך אויס, ווייל אין יעדע פאל וועלן זיי צאלן די זעלבע סכום געלט וועלכע איז בערך האלב פון וויפיל די געווינס איז באמת.

ארום אכציג פראצענט מענטשן וואס קויפן לאטעריעס וועלן אויס די לאמפ סום קעש געווינס וויבאלד דער שכל זאגט אז מען קען פארדינען אינעם מארקעט מער ווי די פינעף פראצענט וויפיל די באנדס פארזיכערן. אין פאקט וועט א מענטש פארדינען דורכשניטלעך צווישן זיבן און 10 פראצענט ווען ער לייגט אריין דאס געלט אין פארזיכערטע מיוטשעל פאנדס. טייל לאטעריע געווינער האבן פארדינט צענדליגער מאל זייער געווינס ווען זיי האבן אריינגעשטעלט טייל פון דאס געלט אין די סטאק מארקעט, אבער דארט איז שוין פארהאן א גרעסערע איינשטעל וועלכע רוב מענטשן וואלטן נישט אויסגעקליבן אלס די ריכטיגע פלאץ צו אינוועסטירן.

דאס געזעץ זאגט אז איינער וואס געווינט א לאטעריע מוז צאלן 28 פראצענט שטייערן און אויב ער געווינט גרעסערע געלטער מוז ער צאלן 39.6 פראצענט וועלכע איז די גרעסטע שטייער וואס א מענטש קען נאר צאלן. אויף די שטייערן נעמען די לאקאלע און פעדעראלע רעגירונג אראפ זייערע געהעריגע שטייערן און דער געווינער בלייבט איבער מיט ווייניגער ווי האלב פון זיין פארדינסט. אין אונזער ביישפיל אז איינער האט געווינען צען מיליאן דאלאר וועט ער נאר באקומען פינעף מיליאן פון די לאטא און נאך אלע שטייערן וועט ער בלייבן מיט בלויז 2.5 מיליאן.

דער גרעסטער געווינער, ענדרו ווייטטעקער, פון וועסט ווירדזשיניע וועלכע האט געווינען 314.9$ מיליאן דאלאר האט נאר באקומען 113$ מיליאן וועלכע איז פיל ווייניגער ווי האלב פון די נומער. אנדערע לענדער האבן נישט די געזעצן און ווען איינער געווינט אפילו הונדערט מיליאן דאלאר וועט ער נישט צאלן קיין איין דאלאר אין שטייער. נאכמער זיין פארדינסט וועט אפילו נישט אריינגערעכנט ווערן אין זיין יערליכע טעקס ריטורן און ער וועט ווייטער באקומען זיינע בענעפיטן ווי בעפאר. אבער פארדעם אליינס לוינט זיך נאכנישט צו וואוינען אריבער די גרעניץ ווייל שטייערן אין אמעריקע זענען די ביליגסטע פון די גאנצע וועלט און פאר א מעגליכע לאטעריע געווינס זענען די אנדערע נאך נישט בעסער. וואס איר קענט יא טאן איז קויפן לאטעריעס פון אנדערע לענדער. אויב איר געווינט וועט איר באקומען דאס גאנצע געלט אבער איר וועט נאך אלץ דארפן לעגאל צאלן אלע שטייערן וואס א לאטעריע געווינער באצאלט.

די געווינער וואס באקומען דאס געלט צעטיילט צו 26 יאר צאלן פיל ווייניגער שטייערן ווייל זיי באקומען נישט אזויפיל געלט אויפאיינמאל און די שטייערן ווערן אראפגענומען פון יעדע טשעק באזונדער. אבער ווי געזאגט לוינט זיך נאך אלץ נישט צו נעמען דאס געלט צעטיילט ווייל איר קענט פארדינען פיל מער אויב איר אינוועסטירט דאס געלט אויף די ריכטיגע פלעצער.

די לאטעריע מאשינען

עס זענען פאראן צוויי ערליי לאטעריע מאשינען וואס געבן ארויס די באליס וועלכע אנטהאלטן די געווינער נומערן. די ערשטע איז נישט אנדערש ווי א מיקסער וועלכע דרייט אלע באליס און פון די כוח פון גראוויטי פאלן זיי ארויס צו א דינע רער. די אנדערע איז א מאשין אין וועלכע מען לייגט אריין באליס וועלכע זענען ליידיג פון אינעווייניג. ווען מען צינדט עס אן, בלאזט אריין לופט און עס קוקט אויס ווי א פאפקארן מאשין. אויבן אויפ'ן מאשין איז פאראן א רער אין וועלכע די באליס וועלכע דעגרייכן דארט פליען אריין און עס שליסט זיך איינמאל די באשטימטע צאל נומערן זענען שוין ארויסגעקומען. רוב לאטעריע פירמעס נוצן די לופט מאשין וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין בעסער און אויך מער פארזיכערט. ביידע מאשינען זענען דורכזיכטיג פון אלע זייטן און אפילו די רערן זענען דורכזיכטיג כדי די מענטשן זאלן קענען מיטהאלטן יעדע טריט פון דעם פראצעדור. יעדע לאטעריע אויסציאונג ווערט אויפגעשפילט אויף טעלעוויזיע וועלכע טויזענטער מענטשן באטראכטן און איבערצייגן זיך די פשוטע פראצעדור.

טייל לאטעריע פירמעס האבן מערערע זיכערהייטן קעגן שווינדלערייען וועלכע זענען שוין פארגעקומען אין די פארגאנגענהייט. אין ניו יארק פארלאנגט דאס געזעץ אז עס זאל זיין עטליכע זעק מיט אלע באליס און הארט בעפאר מען ברענגט ארויס די באליס וועלט מען אויס איינע פון זיי דורך א גורל. אויך וועגט מען אפ די באליס בעפאר און נאך די אויסציאונג צו מאכן זיכער אז קיינער האט נישט אריינגעלייגט אנדערע באליס וועלכע זענען גרינגער און וואלטן שנעלער ארויסגעפלויגן (אזא שווינדל איז פארגעקומען אין פענסילוועניע אין 980' ווען די לאטעריע מיטארבייטער האבן אריינגעגאסן עפעס א פליסיקייט אין אלע באליס אויסער די דריי געווינער נומער וועלכע זיי האבן פון פאראויס געקויפט. ווען די מאשין האט אנגעהויבן צו בלאזן זענען אלע אנדערע באליס געווען צו שווער צו קענען דעגרייכן די אויבערשטע רער און נאר די אומבארירטע באליס זענען ארויסגעפלויגן און זיי האבן געוואונען 1.8 מיליאן דאלאר). אלע לאטעריע פירמעס האלטן פארשפארט די מאשינען אין אייזערנע סעיפס און עפענען דאס מינוטן בעפאר די אויסציאונג. און אין געוויסע שטעט ווערט די גאנצע אויסציאונג אבזערווירט דורך א פאליציי אפיציר וועלכע טוישט זיך יעדעס מאל אויף א צומישטן סדר.


וועלכע לאטעריעס זענען די בעסטע?

דער פאקט ווייזט אז די מערסטע געווינסן זענען געווען ביי שטאטישע וועכענטליכע (אדער צוויי מאל א וואך) לאטעריעס וועלכע ווערן געשפילט אין איבער הונדערט לענדער ארום די וועלט און בעיקר אין נארט אמעריקע וואו 38 שטעט אין אמעריקע האבן זייערע אייגענע לאטעריעס, יעדע פראווינץ אין קאנאדע, מעקסיקא, קאלאמביע, פארטע ריקא, און די יו-עס ווירדזשין אינזלען. די סארט לאטעריע סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו געווינען און ביי יעדע אויסציאונג געווינען עטליכע מענטשן שיינע סומעס געלטער און דורכשניטליך געווינט איינער אדער עטליכע די הויפט געווינס אכציג מאל פון הונדערט.

די אינסטענט לאטעריעס וועלכע מען קען געווינען אויפ'ן פלאץ גיט ארויס דאס ווייניגסטע געווינערס ווייל די קלענסטע צאל מענטשן שפילן דאס און די לאטעריע פירמעס מאכן זיכער אז זיי זאלן מאכן גענוג געלט. דער כלל איז אז קאמפיוטערייזד לאטעריע שפילן זענען די ערגסטע ווייל דארט האט די לאטעריע פירמע די פולע קאנטראל אויף די געווינערס און זוכט ארויסצונעמען ווי מער געלט. דער קאמפיוטער מאכט זיכער אז מענטשן זאלן כסדר געווינען קליינע סומעס געלט וואס דאס ציט דעם שפילער צו קויפן מער און מער מיט'ן האפענונג אז ער וועט אמאל געווינען. נעמט א ביישפיל די "קוויק דראו" לאטעריע שפיל אין ניו יארק וועלכע איז א פולע קאמפיוטערייזד לאטעריע סיסטעם וועלכע גיבט ארויס געווינער נומערן יעדע עטליכע מינוט. מאסן מענטשן געווינען טאקע אבער נאר מיט קליינע סכומים. א גרויסע געווינס איז דארט א זעלטענע זאך וואס מען הערט נאר אמאל אמאל.

די הויפט ארגינעלע לאטעריע שפיל פארמישט נישט קיין קאמפיוטער און די נומערן ווערן אויסגעצויגן ביושר דורך א לאטעריע מאשין פון וועלכע מיר האבן אויבן געשריבן. די אויסציאונג איז אן אויסציאונג אויך פאר די לאטעריע פירמע וועלכע קען שטארק באשטיין אז קיינער זאל נישט געווינען און די געווינס זאל ארויפגיין העכער וואס ברענגט זיי פיל מער געלט.


די בעסטע נומערן

פון אזויפיל שפילן האט זיך ארויסגעשטעלט אז געוויסע נומערן האבן מער מאל געווינען און געוויסע האבן ווייניגער געווינען. דער פאקט איז באקאנט געווארן אלס די קאלטע און הייסע נומערן. עס זענען היינט אפילו פארהאן קאמפיוטער סאפטוועיר וועלכע רעכנען אויס וואספארא נומערן עס זענען די בעסטע צו שפילן לויט די סטאטיסטיקס פון די פריערדיגע געווינער נומערן.

די פאקטן זענען אמת אבער עס איז נאריש זיך צו גיין רעכנען דערמיט. יעדע לאטעריע אויסציאונג איז א קאמבינאציע פון עטליכע נומען און עס וועט קיינמאל נישט אויסקומען אז אלע נומערן וועלן זיין די הייסטע נומערן און דערפאר מאכט עס דעם גאנצן געדאנק אומגילטיג.

וויבאלד עס קאסט נישט קיין געלט און עס איז נאך אלץ אינטערעסטאנט אראפצוברענגן האבן מיר באשלאסן יא צו ווייזן נאר די זעקס הייסטע און קעלסטע נומערן וויבאלד רוב לאטעריעס באשטייען פון 6 נומערן. די 6 בעסטע נומערן זענען 26, 35, 42, 5, 19, און 6. די 6 שוואכסטע נומערן זענען 51, 52 ,50, 21, 23, און 11.


ווער קויפט לאטעריעס

רוב מענטשן רעדן זיך איין אז די ארימע קויפן דאס מערסטע לאטעריעס און טייל מענטשן שעמען זיך פון דעם פאקט אז זיי האבן געקויפט לאטעריעס. דאס איז אבער אלעס נישט ריכטיג. סטאטיסטיקס ווייזן אז ווי רייכער מענטשן זענען אלס מער לאטעריעס קויפן זיי.

א גאלאפ אנקעטע וועלכע איז גענומען געווארן מיט עטליכע יאר צוריק האט געוויזן אז 57 פראצענט אמעריקאנער קויפן לאטעריעס כאטש איינמאל א יאר. פון דעם האבן די וואס פארדינען צווישן 45,000$ און 75,000$ אויסגעמאכט 65 פראצענט און די וואס פארדינען אונטער 25,000$ האבן נאר אויסגעמאכט 53 פראצענט. די שטודיע האט אויך געוויזן אז די וואס פארדינען איבער 75,000$ קויפן דריי מאל אזויפיל ווי די ארימע וועלכע פארדינען אונטער 25,000$.


וויפיל לאטעריעס זאל מען קויפן?

פאקט איז פאקט אז ווי מער מען קויפט אלס מער שאנסן האט מען צו געווינען. אבער דער שכל זאגט אנדערש און רוב מענטשן קויפן נישט מער ווי איינס אדער צוויי טיקעטס, ווייל א שפיל איז א שפיל און דער מענטש וויל האבן א טייל אינעם שפיל און באגעניגט זיך מיט איין שאנס. די לאטעריע פירמעס ווייזן אן אז רוב מענטשן קויפן נאר איין טיקעט און די קלענערע פראצענט וואס קויפן מער ווי איינס וועגן איבער די גרעסערע פראצנעט. אינטערעסאנט איז אבער נאך אלץ, אז רוב געווינערס האבן נאר געקויפט איין טיקעט. און דאס איז א סוד וועלכע די לאטעריע פירמעס ווילן נישט מען זאל וויסן...

מיט די יארן איז איינגעפירט געווארן א גוטער געדאנק אז גרופעס מענטשן קויפן אינאיינעם מערערע לאטעריעס וועלכע פארמערט די שאנסן פילפאכיג דורכדעם וואס יעדער האט א שאנס אין יעדעמס שאנסן. מען הערט זייער אפט אז א גרופע ארבייטער אדער פאמיליע מיטגלידער האבן געוואונען אינאיינעם א לאטעריע און עס ווערט היינט מער און מער אויפגעכאפט.

אויב איר ווילט זיך באטייליגן אין א אזא גרופע איז וויכטיג מען זאל אויפשרייבן די נעמען פון אלע באטייליגטע אויף די אנדערע זייט פונעם טיקעט. נאך בעסער איז צו מאכן א געשריבענע קאנטראקט צווישן אלע באטייליגטע וועלכע זאל קלאר שטעלן אלע איינצעלהייטן אין פאל די טיקעט געווינט כדי צו פארמיידן שפעטערדיגע פראבלעמען.

א גרינגע וועג ווי אזוי צו נעמען א טייל אין א לאטעריע שפיל איז צו קויפן דעם שפיל פון פאראויס אויף א גאנץ יאר. רוב לאטעריע פירמעס געבן אזא געלעגנהייט אין וועלכע מען צאלט אויס דאס גאנצע געלט אנהויב יאר און דער קאמפיוטער שפילט פאר אייך יעדן שפיל אויטאמאטיש.


לאטעריע סעילס

אינעם פארגאנגענעם יאר האט זיך פארקויפט לאטעריעס איבער'ן לאנד פאר די ווערט פון 44.9 ביליאן דאלאר. אויב מען צעטיילט דאס וועט אויסקומען אז א דורכשניטליכער מענטש האט אויסגעגעבן 123 דאלאר איבער'ן יאר פאר לאטעריעס. דאס איז אבער נישט דאס מערסטע. אריבער די גרעניץ אין קאנאדע האט זיך פארקויפט פארגאנגענעם יאר לאטעריעס אין די ווערט פון 9 ביליאן דאלאר וואס קומט אויס 252 דאלאר פאר יעדן איינוואוינער. איבער די וועלט איז דאס לעצטע מאל געשאצט געווארן אין 98' און האט געוויזן לאטעריע סעילס פון איבער 126 ביליאן דאלאר.

צווישן די אמעריקאנער שטעט פארקויפט ניו יארק דאס מערסטע מיט ארום 5.6 ביליאן און מאסעטשוסעטס די צווייטע מיט ארום 4.2 ביליאן. אין קאנאדע האט קוויבעק פארקויפט אין די ווערט פון 3.3 ביליאן און אנטעריא 2.2 ביליאן דאלאר. אויב מען גייט לויט די שטעט זעלבסט קומט אויס אז אין ראוד איילענד געבן די מענטשן אויס דאס מערסטע פאר לאטעריעס, וועלכע איז געשאצט צו 1,115$ פער יאר און אין קאנאדע זענען די גרעסטע לאטעריע אויסגעבער עטליכע אטלאנטיק שטעט (ניו בראנסוויק, נופאונדלענד, נאווע סקאשע, און פי-אי-איי) וועלכע שפילן אינאיינעם די אטלאנטיק לאטעריע און געבן אויס אין דורכשניטליך ארום 419$ פער יאר.

איבער די וועלט זענען די גרעסטע לאטעריע אויסגעבער די יאפאנעזער וועלכע קויפן איין לאטעריעס פאר די ווערט פון 7.9 ביליאן דאלאר. נאך יאפאן קומט ענגלאנד, שפאניע, איטאליע, און פראנקרייך. עס ווערט געשאצט אז זינט מאדערנע לאטעריעס ווערן געשפילט (964') האט די רעגירונג שוין פארדינט איבער 200 ביליאן דאלאר דערפון. אין א נארמאלע יאר פארדינט די רעגירונג ארום דרייצן ביליאן דאלאר נאר פון לאטעריעס.

די פארקויפער

לאטעריעס ווערן פארקויפט אין 240,000 געשעפטן איבער דרום אמעריקע. די לאטעריע ארגאניזאציע רעכנט אויס די געאגראפישע חשבונות וויפיל געשעפטן זאלן קענען פארקויפן לאטעריעס אין יעדע געגענט און שטעלן די סטאנדארטן. יעדע געשעפט קען לעגאל פארקויפן לאטעריעס אויב עס איז נאך פארהאן פלאץ אין די געגענט.

די געשעפטן וועלכע פארקויפן לאטעריעס דארפן צאלן פאר א לייסענס אבער זיי פארדינען אסאך געלט אויב זיי קענען פארקויפן אסאך טיקעטס. די פארדינסטן איז געוואנדן פון שטאט צו שטאט אבער אין דורכשניטליך באקומען זיי צווישן פינעף און אכט פראצענט פאר יעדע טיקעט וואס זיי פארקויפן. אויסערדעם באקומען זיי גרויסע קאמישענס אויב זיי פארקויפן זייער אסאך טיקעטס און אין זייער אסאך שטעט וועלן די געשעפטן באקומען א פראצענט פון די געווינס אויב זיי האבן פארקויפט די געווינער טיקעט.

אויב איר האט א געשעפט און איר טראכט פון פארקויפן לאטעריעס דארפט איר באשליסן צו עס לוינט זיך טאקע ווייל דאס געזעץ לאזט נישט די לאטעריע פארקויפער קויפן לאטעריעס פאר זיך אליינס. טייל שטעט לאזן אפילו נישט די נאענטע פאמיליע ארום דעם פארקויפער שפילן די לאטעריע. כאטש די פארקויפער קענען היינט נישט שווינדלן אפילו זיי ווילן, איז דאס געזעץ נאך אלץ אין קראפט. ווייל אויב פארקויפער וואלטן געווינען וואלטן מענטשן פארלוירן די קאנפידענץ צו קויפן לאטעריעס.


אויב איר געווינט

אויב איר געווינט וועט איר דארפן ערשיינען צו די לאטעריע הויפטקווארטיר אין אייער שטאט וואו די זיכערהייט פערסענאל וועלן ערשט איבערקוקן דעם טיקעט מיט סאפיסטיקירטע טעכנאלאגיעס זיכער צו מאכן אז עס איז נישט נאכגעמאכט. די לאטעריע פירמעס וועלן אייך געבן עצות וויאזוי צו באהאנדלען אייער געווינס און ווי אזוי צו שטיין ווייט פון פובליסיטי און ווי אזוי צו באקומען אן אומגעליסטעטע טעלעפאן נומער אז קיינער זאל אייך נישט באדערן שפעטער. ווי אזוי אימער, וועלן רוב שטעט פארלאנגען איר זאלט אויפטרעטן אין א פרעסע קאנפערענץ איינמאל וואו די מידיא וועט האבן איר געלעגנהייט צו פרעגן די מיליאנען פראגעס וואס די וועלט וויל וויסן ווי: וואס פלאנט איר צו טאן מיט דאס געלט? ווען זענט איר געוואויר געווארן און וויאזוי האט איר רעאגירט? א.א.וו.

אין די פארגאנגענהייט זענען עטליכע לאטעריע געווינער אטאקירט אדער בארויבט געווארן שפעטער ווען רויבער האבן אנדעקט ווער זיי זענען. עס איז אבער נישט פארהאן קיין ברירה און אויב איר וועט נישט וועלן אויפטרעטן ביי די נייעס קאנפערענץ און נעמען א בילד קענט איר לעגאל נישט באקומען דאס געלט. די לאטעריע פירמע מוז קענען אויפווייזן אירע קונדן אז עס איז פארהאן א ריכטיגער געווינער.

אויב א געווינער נעמט דאס געלט צעטיילט צו 26 יאר און ער שטארבט אינדערצווישן וועט דאס געלט גיין צו זיינע לעגאלע יורשים אויסער די סארט לאטעריע וועלכע רופט זיך "ווין פאר לייף" אין וועלכע פאל די רעגירונג וועט פארדינען דאס געלט.

א געווינער האט געווענליך צווישן זעקס און צוועלף מאנאטן צו בעטן זיין געווינס, געוואנדן אין וועלכע שטאט ער וואוינט. אויב קיינער קומט נישט אן מיט'ן געווינס ביז יענע צייט וועלן געוויסע לאטעריע פירמעס נוצן דאס געלט אין א קומענדיגע שפיל און מאכן א גרעסערע געווינס. אנדערע שטעט פארלאנגען געזעצליך אז דאס געלט זאל בלייבן ביי די רעגירונג.

די נייע מיליאנערן

לאטעריעס ברענגען הונדערטער נייע מיליאנערן יעדעס יאר. עס ווערט געשאצט אז איבער 25,000 מענטשן ווערן מיליאנערן אין יעדע דור נאר פון לאטעריעס. די לאטעריע געווינער זענען בטבע מער געבעדיג און שטודיעס ווייזן אז רוב גרויסע געווינער האבן פשוט אוועקגעגעבן א ערנסטע טייל פון זייער געווינס פאר פאמיליע מיטגלידער און גוטע פריינט. לאטעריע פירמעס זענען נישט מער ווי גערעכט ווען זיי נוצן די פאלגענדע סלאגאן: "איר זאלט שטענדיג זיין פריינטליך צו די וואס שפילן אונזער לאטא".

די נישט גוטע טייל פון לאטעריע געווינער איז דער פאקט אז די רעגירונג פארדינט נישט קיין סאך פון זיי נאר די גרויסע שטייערן וועלכע זיי צאלן ווען זיי באקומען די געווינסן. גאר א קליינע צאל לאטעריע געווינער נוצן זייערע געלטער צו אינוועסטירן אין ביזנעסער. פארקערט גאר, גרויסע ביזנעסלייט וועלכע געווינען לאטעריעס לאזן אלעס איבער און גייען צום שוואוילטאג לעבן.

עס איז אן אנגענומענער זאך אין די וועלט אז לאטעריע געווינער זענען אומצופרידענע מענטשן אבער דער פאקט ווייזט אנדערש. שטודיעס וועלכע האבן אויסגעפרעגט געווינער האבן קלאר געוויזן אז 99 פראצענט פון די געווינער זענען פרייליכער פון פרייליך אז זיי האבן געווינען. זעט אויס אז די וועלט פארגינט זיי נישט.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס די שטודיע ווייזט, איז אז דאס רוב פון געווינער זענען געווארן מער צופרידענע מענטשן נאכדעם וואס זיי האבן געווינען און 35 פראצענט פון זיי זענען געווען דאס זעלבע צופרידן בעפאר זיי האבן געווינען ווי נאכדעם.

נאך א זאך וואס איז נישט גוט פון געווינער ליידט גאר די לאטעריע פירמע זעלבסט. די אויסגעפרעגטע אין די שטודיעס האבן אין רוב געזאגט אז זינט זיי האבן געווינען האבן זיי מער קיינמאל נישט געקויפט קיין לאטעריע...

האט א איד שוין געווינען א לאטעריע?

פארוואס ווייסט קיינער נישט, אבער רוב אידן רעדן זיך איין אז קיין איין איד האט נאך נישט געווינען קיין לאטעריע. ערשטנס וואס יעדער דארף וויסן איז אז עס איז יא דא אידן וואס האבן געוואונען און נישט נאר 100,000 דאלאר נאר אפילו מיליאנען. א לאטעריע איז א דרך הטבע פונקט ווי אלע אנדערע געשעענישן פון דער וועלט.

פארגעסט נישט אז די שאנס צו געוואונען א לאטעריע פון 6 נומערן איז נאר איינס פון 15 מיליאן און פון יעדע 15 מיליאן מענטשן אין אמעריקע זענען נאר פארהאן עטליכע טויזנט אידן וואס קומט אויס ווייניגער פון איין פראצענט.

וויבאלד אידן זענען א צוריקגעצויגן און באשיידן פאלק האט נאך קיין איין אידישע לאטעריע געווינער נישט פרובירט צו מאכן א וועזן פון זיין געווינען נאר האבן פרובירט דאס פארקערטע. אידישע קינדער לעבן אין א נאנטע באפעלקערונג און וועלן בטבע נישט וועלן אויפרייצן א צווייטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!