אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יצחק אייזיק קראסילשציקאוו"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
צייכן: רויע רעדאגירונג
 
(6 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|רב פון פאלטאווע און מחבר פון ספרים}}
{{יתום}}
{{יתום}}
הרב '''יצחק אייזיק קראסילשציקאוו''' (תרמ"ח 1888 - [[י' אייר]] [[תשכ"ה]], 12 מאי 1965) איז געווען א רב אין [[פאלטאווע]], [[סאוועטן פארבאנד|ראטנפארבאנד]], און דער מחבר פון דעם פירוש '[[תבונה|תבונה]]' אויף [[תלמוד ירושלמי|ירושלמי]] און חידושים אויפן [[משנה תורה]] פונעם רמב"ם.
הרב '''יצחק אייזיק קראסילשציקאוו''' (תרמ"ח 1888 - [[י' אייר]] [[תשכ"ה]], 12 מאי 1965) איז געווען א רב אין [[פאלטאווע]], [[סאוועטן פארבאנד|ראטנפארבאנד]], און דער מחבר פון דעם פירוש 'תבונה' אויף [[תלמוד ירושלמי|ירושלמי]] און חידושים אויפן [[משנה תורה]] פונעם רמב"ם.


== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==
ער איז געבוירן געווארן אין דעם שטעטל קריטשעוו, ווייסרוסלאנד, צו זיין פאטער דוב בער. ער האט געלערנט אין דער [[מירער ישיבה]]  אין דער תקופה ווען רבי [[אליהו ברוך קמאי]] איז געווען ראש הישיבה.
ער איז געבוירן געווארן אין דעם שטעטל קריטשעוו, ווייסרוסלאנד, צו זיין פאטער דוב בער. ער האט געלערנט אין דער [[מירער ישיבה]]  אין דער תקופה ווען [[רבי אליהו ברוך קמאי]] איז געווען ראש הישיבה.


שוין פאר דער קאמוניסטישער רעוואלוציע האט ער געדינט ווי שטאט'ס רב אין [[האדיטש]], שפעטער האט ער געדינט אין פאלטאווע און קאריוקאוו. ער איז באוואוסט אלס דער "פאלטאווער גאון".{{הערה|הרב [[משה פיינשטיין]], בהסכמתו לפירוש 'תבונה' על הירושלמי}} פון 1929 האט הרב '''קראסילשציקאוו''' געוואוינט אין מאסקווער וואו ער האט געארבעט ווי א בוכהאלטער. ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער זיך געצויגן קיין קראסנויארסק אין [[סיביר]], און נאך דער מלחמה איז ער צוריקגעקומען אין מאסקווע.
שוין פאר דער קאמוניסטישער רעוואלוציע האט ער געדינט ווי שטאט'ס רב אין [[האדיטש]], שפעטער האט ער געדינט אין פאלטאווע און קאריוקאוו. ער איז באוואוסט אלס דער "פאלטאווער גאון".{{הערה|הרב [[רבי משה פיינשטיין]], בהסכמתו לפירוש 'תבונה' על הירושלמי}} פון 1929 האט הרב '''קראסילשציקאוו''' געוואוינט אין מאסקווער וואו ער האט געארבעט ווי א בוכהאלטער. ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער זיך געצויגן קיין קראסנויארסק אין [[סיביר]], און נאך דער מלחמה איז ער צוריקגעקומען אין מאסקווע.
 
== פירוש אויפן רמב"ם ==
דאס איז א לומד'ישער חיבור וואס דער מחבר האט אליין געדרוקט אין רוסלאנד, אנהויבנדיג אין יאהר [[ה'תרפ"ו]].
 
עס איז געווען דאס לעצטע [[תורה]]'דיגע ספר געדרוקט צו ווערן אין רוסלאנד פאר די קומענדיגע קרוב צו הונדערט יאר, ווען [[קאמוניזם]] איז צאמגעפאלן.
 
== פירוש אויפן ירושלמי ==
דער דאזיגער פירוש האט דער גאון אנגעהויבן שרייבן אונטער סכנה'דיגע אומשטענדן, ווען ער איז שוין געוועהן פארטריבן אין מאסקווע וואו ער האט געדיענט אלס [[בוך האלטעריי|בוכהאלטער]] נישט ווייט פונעם [[קרעמלין]].
 
ער האט דאס געשריבן אהן קיין שום ספרים מיט זיך, בלויז א ירושלמי וועלכער ער האט געהאט באהאלטן.
 
ער האט עס צוטיילט אין צוויי חלקים: '''תולדות יצחק''' וועלכע איז א פירוש און ביאור צו פארשטיין די שקלא וטריא פון די גמרא, און '''תבונה''' וואס איז לומדישע עיונים און חידושים. די טויזנטער בלעטער וואס ער האט אפגעשריבן האט נאכן דרוקן באטראפן אזויפיל ווי עלף גרויסע בענדער, וואס איז דער גרעסטער חיבור געשריבן צו וועהרן אויפן ירושלמי.
 
ווי ער שרייבט אין די הקדמה האט ער מיט דעם געשטילט זיין גלוסטעניש ארויפצוגיין קיין [[ירושלים]], וואס איז אים פארבאטן געווארן דורך די רעגירונג. ער האט פארענדיגט דעם חיבור אין יאהר [[ה'תשי"ג]].
 
אום [[ב' אייר]] [[ה'תשכ"ה]] האט באזוכט ביי אים אין [[שפיטאל]] דער [[עסקנים|עסקן]] [[רבי הערשל בראנשטיין]] און דער גאון האט אים געבעטן א [[תקיעת כף]] אז ער וועט [[דרוקעריי|דרוקן]] דעם חיבור.
 
אסאך שוועהריגקייטן האט רבי הערשל מיטגעמאכט אויסצופיהרן זיין צוזאג. די ערשטע [[פאטאגראפיע]]ס וואס ער האט געמאכט און געגעבן צו שיקן מיט די דיפלאמאטישע פּאָסט זענען פארברענט געווארן. דערנאך איז ער ארעסטירט געווארן דורך די [[נ ק וו ד]], נישט קענעדיג מעהר פאהרן האט ער געשיקט א סך הכל פון זיבעצן שלוחים ביז מען האט אריבערגעברענגט די כתבים קיין [[ישראל]], וואו [[רבי חיים קאניעווסקי]] איז זייער איבערראשט געווארן פונעם מאסיוון גאונישן חיבור אז ער האט באשלאסן דאס אליינס איבערצוארבעטן און ארויסגעבן.
 
[[רבי שלמה זלמן אויערבאך]] האט אויך געשריבן א שיינע [[הקדמה]] צום ספר.
 
עס איז געדרוקט געווארן דורך הוצאת דעת תורה פון [[מוסד הרב קוק]].


== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==
שורה 11: שורה 34:


[[קאַטעגאָריע:רוסישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:רוסישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרי קודש]]
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרי קודש]]
{{DEFAULTSORT:קראסילשציקאוו, יצחק אייזיק}}
{{DEFAULTSORT:קראסילשציקאוו, יצחק אייזיק}}
{{שטומף|רבנים}}
{{שטומף|רבנים}}
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:יצחק אייזיק קרסילשציקוב]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:43, 22 יולי 2024

 

הרב יצחק אייזיק קראסילשציקאוו (תרמ"ח 1888 - י' אייר תשכ"ה, 12 מאי 1965) איז געווען א רב אין פאלטאווע, ראטנפארבאנד, און דער מחבר פון דעם פירוש 'תבונה' אויף ירושלמי און חידושים אויפן משנה תורה פונעם רמב"ם.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין דעם שטעטל קריטשעוו, ווייסרוסלאנד, צו זיין פאטער דוב בער. ער האט געלערנט אין דער מירער ישיבה אין דער תקופה ווען רבי אליהו ברוך קמאי איז געווען ראש הישיבה.

שוין פאר דער קאמוניסטישער רעוואלוציע האט ער געדינט ווי שטאט'ס רב אין האדיטש, שפעטער האט ער געדינט אין פאלטאווע און קאריוקאוו. ער איז באוואוסט אלס דער "פאלטאווער גאון".[1] פון 1929 האט הרב קראסילשציקאוו געוואוינט אין מאסקווער וואו ער האט געארבעט ווי א בוכהאלטער. ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער זיך געצויגן קיין קראסנויארסק אין סיביר, און נאך דער מלחמה איז ער צוריקגעקומען אין מאסקווע.

פירוש אויפן רמב"ם

דאס איז א לומד'ישער חיבור וואס דער מחבר האט אליין געדרוקט אין רוסלאנד, אנהויבנדיג אין יאהר ה'תרפ"ו.

עס איז געווען דאס לעצטע תורה'דיגע ספר געדרוקט צו ווערן אין רוסלאנד פאר די קומענדיגע קרוב צו הונדערט יאר, ווען קאמוניזם איז צאמגעפאלן.

פירוש אויפן ירושלמי

דער דאזיגער פירוש האט דער גאון אנגעהויבן שרייבן אונטער סכנה'דיגע אומשטענדן, ווען ער איז שוין געוועהן פארטריבן אין מאסקווע וואו ער האט געדיענט אלס בוכהאלטער נישט ווייט פונעם קרעמלין.

ער האט דאס געשריבן אהן קיין שום ספרים מיט זיך, בלויז א ירושלמי וועלכער ער האט געהאט באהאלטן.

ער האט עס צוטיילט אין צוויי חלקים: תולדות יצחק וועלכע איז א פירוש און ביאור צו פארשטיין די שקלא וטריא פון די גמרא, און תבונה וואס איז לומדישע עיונים און חידושים. די טויזנטער בלעטער וואס ער האט אפגעשריבן האט נאכן דרוקן באטראפן אזויפיל ווי עלף גרויסע בענדער, וואס איז דער גרעסטער חיבור געשריבן צו וועהרן אויפן ירושלמי.

ווי ער שרייבט אין די הקדמה האט ער מיט דעם געשטילט זיין גלוסטעניש ארויפצוגיין קיין ירושלים, וואס איז אים פארבאטן געווארן דורך די רעגירונג. ער האט פארענדיגט דעם חיבור אין יאהר ה'תשי"ג.

אום ב' אייר ה'תשכ"ה האט באזוכט ביי אים אין שפיטאל דער עסקן רבי הערשל בראנשטיין און דער גאון האט אים געבעטן א תקיעת כף אז ער וועט דרוקן דעם חיבור.

אסאך שוועהריגקייטן האט רבי הערשל מיטגעמאכט אויסצופיהרן זיין צוזאג. די ערשטע פאטאגראפיעס וואס ער האט געמאכט און געגעבן צו שיקן מיט די דיפלאמאטישע פּאָסט זענען פארברענט געווארן. דערנאך איז ער ארעסטירט געווארן דורך די נ ק וו ד, נישט קענעדיג מעהר פאהרן האט ער געשיקט א סך הכל פון זיבעצן שלוחים ביז מען האט אריבערגעברענגט די כתבים קיין ישראל, וואו רבי חיים קאניעווסקי איז זייער איבערראשט געווארן פונעם מאסיוון גאונישן חיבור אז ער האט באשלאסן דאס אליינס איבערצוארבעטן און ארויסגעבן.

רבי שלמה זלמן אויערבאך האט אויך געשריבן א שיינע הקדמה צום ספר.

עס איז געדרוקט געווארן דורך הוצאת דעת תורה פון מוסד הרב קוק.

רעפערענצן

  1. הרב רבי משה פיינשטיין, בהסכמתו לפירוש 'תבונה' על הירושלמי
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!