אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שלמה רובין"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:ספק חשוב דורך HotCat) |
||
(16 מיטלסטע ווערסיעס פון 7 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = Austrian writer|העב=סופר יהודי, במזרח אירופה|דייטש=jüdischer Gelehrter und Aufklärer sowie hebräischer Schriftsteller und Übersetzer in Galizien|}} | |||
{{יתום}} | {{יתום}} | ||
ד"ר '''שלמה רובין''' אדער '''ראָבין''' (3טן אפריל 1823 - 1טן יאנואר 1910) איז געווען פון די פריעסטע פירער פון דער [[השכלה]] באוועגונג אין [[גאליציע]], א העברעאישער שרייבער און איבערטייטשער פון פיל קלאסישע ביכער אויף עברית. | ד"ר '''שלמה רובין''' אדער '''ראָבין''' (3טן אפריל 1823 - 1טן יאנואר 1910) איז געווען פון די פריעסטע פירער פון דער [[השכלה]] באוועגונג אין [[גאליציע]], א העברעאישער שרייבער און איבערטייטשער פון פיל קלאסישע ביכער אויף עברית. | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == | ||
שלמה רובין איז געבוירן געווארן דעם דריטן אפריל, יאר 1823, אין [[דאלינע]], [[גאליציע]], צו חסידישע עלטערן, אייניקלעך פון רבי מתתיהו, דער מחבר פון ספר "ברכת דוד", וועלכער איז דאן געזיצן אויף רבנות שטול אין שטאט דאלינע, זייענדיג דער מנהיג פון א חסידישער עדה אידן פאר צענדליגע יארן. אין די אינגע יארן האט הרב שלמה רובין באקומען אן ערליכן טראדיציאנאלן חסידישן חינוך און זיך פאררעכנט אלס תלמיד פונעם בני יששכר, | שלמה רובין איז געבוירן געווארן דעם דריטן אפריל, יאר 1823, אין [[דאלינע]], [[גאליציע]], צו חסידישע עלטערן, אייניקלעך פון רבי מתתיהו, דער מחבר פון ספר "ברכת דוד", וועלכער איז דאן געזיצן אויף רבנות שטול אין שטאט דאלינע, זייענדיג דער מנהיג פון א חסידישער עדה אידן פאר צענדליגע יארן. אין די אינגע יארן האט הרב שלמה רובין באקומען אן ערליכן טראדיציאנאלן חסידישן חינוך און זיך פאררעכנט אלס תלמיד פונעם בני יששכר, [[רבי צבי אלימלך שפירא]] פון [[דינאוו]]. ער האט שוין באקומען היתר הוראה אין גאר א אינגען עלטער, און זייענדיק בלויז 17 יאר איז ער א חתן געווארן, און געהערנדיק צו א רבנישער משפחה האט אים זיין פאמיליע ערלעדיגט א רבנות פאסטן אין דער שטאט [[חאדאראוו]], אבער רובין האט עס צוריקגעוויזן און אנשטאט אויסגעוויילט בעסער, צו גיין שטודירן און נעמען בילדונג. כדי צוקענען אויספירן זיינע שטרעבונגען איז ער אריין אין מסחר דורכאויס די טאג שעות, און ביינאכט אוועקגעגעבן צו קענען לערנען זיינע לערנונגען. נאך פינף יאר האנדלען האט ער אנגעוואוירן זיין פארמעגן, און זיך געצויגן קיין [[לעמבערג]]. | ||
אין לעמבערג איז ער זיך געגאנגען לערנען אין שולע עטליכע שפראכן: [[לאטייניש]], [[דייטש]], [[פראנצויזיש]], און [[איטאליעניש]]. | אין לעמבערג איז ער זיך געגאנגען לערנען אין שולע עטליכע שפראכן: [[לאטייניש]], [[דייטש]], [[פראנצויזיש]], און [[איטאליעניש]]. | ||
שורה 15: | שורה 16: | ||
אין 1859 האט ער פארלוירן זיין שטעלע אין גאלאץ, און געברויכט פארלאזן רומעניע. ער האט זיך אומגעקערט קיין גאליציע, און געשטעלט געווארן מטעם דער רעגירונג אנצופירן די שולע אין באלעכאוו. אויף דעם ארבעטס פאסטן האט ער געדינט א צירקע פינף יאר, ביז די רדיפות וואס ער איז אויסגעשטאנען פון די חסידים, האבן אים געצוואונגען ווידער צונעמען דעם וואנדער שטעקן אין די הענט אריין, און עוקר זיין אין [[איטאליע]]. דארט האט ער זיך מתפרנס געווען זייענדיג א פריוואטער מלמד אין א ארטיגן עושר'ס הויז, ווען אין דער זעלבער צייט, טייטשט ער איבער די ספרים פון ר' [[יהודה אריה די מודינא]], און ר' [[יהודה אברבנאל]]. | אין 1859 האט ער פארלוירן זיין שטעלע אין גאלאץ, און געברויכט פארלאזן רומעניע. ער האט זיך אומגעקערט קיין גאליציע, און געשטעלט געווארן מטעם דער רעגירונג אנצופירן די שולע אין באלעכאוו. אויף דעם ארבעטס פאסטן האט ער געדינט א צירקע פינף יאר, ביז די רדיפות וואס ער איז אויסגעשטאנען פון די חסידים, האבן אים געצוואונגען ווידער צונעמען דעם וואנדער שטעקן אין די הענט אריין, און עוקר זיין אין [[איטאליע]]. דארט האט ער זיך מתפרנס געווען זייענדיג א פריוואטער מלמד אין א ארטיגן עושר'ס הויז, ווען אין דער זעלבער צייט, טייטשט ער איבער די ספרים פון ר' [[יהודה אריה די מודינא]], און ר' [[יהודה אברבנאל]]. | ||
עס איז פארריבער א צייט, און ער האט ווידער זיך געצויגן צו דער שטאט [[טאגאנראג]] און [[רוסלאנד]], און פארדינט אלס מלמד פרטי פאר דעם זון פון 'יעקב פאליאקאוו'. נאך צוויי יאר איז ער געפארן מיט דעם יעקב קיין [[וויען]], דארט האט ער פובליצירט זיין ספר "שפינוזה והרמב"ם", וואס אויף דעם האט ער אין 1868 באקומען א דיפלאם און טיטול "דאקטאר אין | עס איז פארריבער א צייט, און ער האט ווידער זיך געצויגן צו דער שטאט [[טאגאנראג]] און [[רוסלאנד]], און פארדינט אלס מלמד פרטי פאר דעם זון פון 'יעקב פאליאקאוו'. נאך צוויי יאר איז ער געפארן מיט דעם יעקב קיין [[וויען]], דארט האט ער פובליצירט זיין ספר "שפינוזה והרמב"ם", וואס אויף דעם האט ער אין 1868 באקומען א דיפלאם און טיטול "דאקטאר אין פילאזאפיע" פון [[געטינגען אוניווערסיטעט]], און פון דאן האט ער זיך אונטערגעחתמ'ט "דאקטאר רובין". אין וויען האט ער זיך באקענט מיט [[פרץ סמאלענסקין]], און אים צוגעזאגט צו שרייבן פאר אים ארטיקלען פאר זיין צייטונג "השחר". | ||
פון יאר 1895 ביז זיין טויט, האט ער געוואוינט אין [[קראקע]], שרייבנדיג נאך פילע ספרים און מאמרים, ווי אויך איבערטייטשנדיג אסאך קלאסישע ספרים. | פון יאר 1895 ביז זיין טויט, האט ער געוואוינט אין [[קראקע]], שרייבנדיג נאך פילע ספרים און מאמרים, ווי אויך איבערטייטשנדיג אסאך קלאסישע ספרים. | ||
שורה 23: | שורה 24: | ||
ער איז צו אים געבוירן געווארן צוויי זין און צוויי טעכטער, אבער ביידע זענען אים נעבעך געשטארבן בחייו. | ער איז צו אים געבוירן געווארן צוויי זין און צוויי טעכטער, אבער ביידע זענען אים נעבעך געשטארבן בחייו. | ||
{{גרונטסארטיר:רובין, שלמה}} | {{גרונטסארטיר:רובין, שלמה}} | ||
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער | [[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אידן]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:אידישע שרייבער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:חיבת ציון]] | [[קאַטעגאָריע:חיבת ציון]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | |||
[[he:שלמה רובין]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:27, 17 יולי 2024
ד"ר שלמה רובין אדער ראָבין (3טן אפריל 1823 - 1טן יאנואר 1910) איז געווען פון די פריעסטע פירער פון דער השכלה באוועגונג אין גאליציע, א העברעאישער שרייבער און איבערטייטשער פון פיל קלאסישע ביכער אויף עברית.
ביאגראפיע
שלמה רובין איז געבוירן געווארן דעם דריטן אפריל, יאר 1823, אין דאלינע, גאליציע, צו חסידישע עלטערן, אייניקלעך פון רבי מתתיהו, דער מחבר פון ספר "ברכת דוד", וועלכער איז דאן געזיצן אויף רבנות שטול אין שטאט דאלינע, זייענדיג דער מנהיג פון א חסידישער עדה אידן פאר צענדליגע יארן. אין די אינגע יארן האט הרב שלמה רובין באקומען אן ערליכן טראדיציאנאלן חסידישן חינוך און זיך פאררעכנט אלס תלמיד פונעם בני יששכר, רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו. ער האט שוין באקומען היתר הוראה אין גאר א אינגען עלטער, און זייענדיק בלויז 17 יאר איז ער א חתן געווארן, און געהערנדיק צו א רבנישער משפחה האט אים זיין פאמיליע ערלעדיגט א רבנות פאסטן אין דער שטאט חאדאראוו, אבער רובין האט עס צוריקגעוויזן און אנשטאט אויסגעוויילט בעסער, צו גיין שטודירן און נעמען בילדונג. כדי צוקענען אויספירן זיינע שטרעבונגען איז ער אריין אין מסחר דורכאויס די טאג שעות, און ביינאכט אוועקגעגעבן צו קענען לערנען זיינע לערנונגען. נאך פינף יאר האנדלען האט ער אנגעוואוירן זיין פארמעגן, און זיך געצויגן קיין לעמבערג.
אין לעמבערג איז ער זיך געגאנגען לערנען אין שולע עטליכע שפראכן: לאטייניש, דייטש, פראנצויזיש, און איטאליעניש.
נאכוואס ער האט ער האט זיך אויסגעלערנט די שפראכן, האט ער אנגעהויבן פרואוון ציען חיונה פון דינען אלס א פריוואטער לערער אויף דייטש און עברית אין דער שטאט באלעכאוו, אבער אין ארימע אומשטענדן.
ער איז איינגערוקט געווארן אין מיליטער געגן זיין ווילן, און זיך אנגעליטן דארט צוויי יאר ביז זיין באפרייאונג. פון דארט האט ער זיך געצויגן אין זשוראוונע, און געגעבן רעדעס אין דייטש און פראנצויזיש, אויך האט ער דארט געשריבן זיין ארטיקל "קורי עכביש" אין וועלכן ער רייסט ארונטער דעם חסידישן לעבנסשטייגער. ווען מ'האט אויסגעפונען אז ער האט דאס געשריבן האט די אידישע קהילה אין שטאט אפגעריסן באציאונגען מיט אים, און ער האט פארלוירן זיין מקור הפרנסה. אויס פחד פון ווייטערדיגע שאדנס און צרות וואס דער ארטיקל קען אים נאך אנשאפן, האט ער באשלאסן עס נישט צודריקן, נאר עס פארברענט אין פייער.
אבער די רדיפות פון די חסידים האבן פון דאן אן, זיך שוין נישט אפגעשטעלט, אזוי אז ער איז געצוואונגען געווען צו אנטלויפן קיין רומעניע, וואו ער האט זיך באזעצט אין שטאט גאלאץ, און געמאכט זיין פארדינסט דורכן שרייבן פאר א צייטונג אין די נאכט שעות, און אלס אדיטאר בייטאג שעות. יענע תקופה האט ער אנגעהויבן פארשפרייטן מאמרים אין דעם וואכנבלאט "המגיד".
אין 1859 האט ער פארלוירן זיין שטעלע אין גאלאץ, און געברויכט פארלאזן רומעניע. ער האט זיך אומגעקערט קיין גאליציע, און געשטעלט געווארן מטעם דער רעגירונג אנצופירן די שולע אין באלעכאוו. אויף דעם ארבעטס פאסטן האט ער געדינט א צירקע פינף יאר, ביז די רדיפות וואס ער איז אויסגעשטאנען פון די חסידים, האבן אים געצוואונגען ווידער צונעמען דעם וואנדער שטעקן אין די הענט אריין, און עוקר זיין אין איטאליע. דארט האט ער זיך מתפרנס געווען זייענדיג א פריוואטער מלמד אין א ארטיגן עושר'ס הויז, ווען אין דער זעלבער צייט, טייטשט ער איבער די ספרים פון ר' יהודה אריה די מודינא, און ר' יהודה אברבנאל.
עס איז פארריבער א צייט, און ער האט ווידער זיך געצויגן צו דער שטאט טאגאנראג און רוסלאנד, און פארדינט אלס מלמד פרטי פאר דעם זון פון 'יעקב פאליאקאוו'. נאך צוויי יאר איז ער געפארן מיט דעם יעקב קיין וויען, דארט האט ער פובליצירט זיין ספר "שפינוזה והרמב"ם", וואס אויף דעם האט ער אין 1868 באקומען א דיפלאם און טיטול "דאקטאר אין פילאזאפיע" פון געטינגען אוניווערסיטעט, און פון דאן האט ער זיך אונטערגעחתמ'ט "דאקטאר רובין". אין וויען האט ער זיך באקענט מיט פרץ סמאלענסקין, און אים צוגעזאגט צו שרייבן פאר אים ארטיקלען פאר זיין צייטונג "השחר".
פון יאר 1895 ביז זיין טויט, האט ער געוואוינט אין קראקע, שרייבנדיג נאך פילע ספרים און מאמרים, ווי אויך איבערטייטשנדיג אסאך קלאסישע ספרים.
ער האט געלעבט ביזן ערשטן פון יאנואר, 1910.
ער איז צו אים געבוירן געווארן צוויי זין און צוויי טעכטער, אבער ביידע זענען אים נעבעך געשטארבן בחייו.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!