אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יולי טאוובין"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022
יודל "יולי" טאַוובין (בעלאַרוסיש: Юлі Таўбін, 1911 - 1937) איז געווען אַ ווײַסרוסישער דיכטער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.
לעבנס-געשיכטע
יולי (דער אמתער נאָמען – יודל) טאַוובין איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט אָסטראָגאַזשסק פון דער וואָראָניעזשער גובערניע (איצט – אין באַשטאַנד פון רוסלאַנד). אין 1921 איז ער צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן אַריבערגעפאָרן קיין אַמטשיסלאַוו (איצט – אין דער מאָהילעווער געגנט פון ווײַסרוסלאַנד). מיט לידער האָט ער דעביוטירט אין 1926 אויף די שפּאַלטן פון דער צײַטשריפט «Маладняк Калініншчыны» ("מאַלאַדניאַק קאַלינישטשיני"), זיך געדרוקט אין פאַרשיידענע ווײַסרוסישע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס. אין 1930 איז אין מינסק דערשינען יולי טאַוובינס ערשטע לידער-זאַמלונג. אין גיכן זײַנען דערשינען נאָך פיר זײַנע פּאָעזיע-ביכער. אין 1931 – 1933 האָט דער דיכטער זיך געלערנט אינעם מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.
שוין די ערשטע לידער-זאַמלונג פון יולי טאַובינען איז שאַרף קריטיקירט געוואָרן דורך "פּראָלעטאַרישע" ליטעראַטור-קריטיקער פאַר "קליינבירגערלעכקייט", פאַר דעם, וואָס אין זײַנע לידער איז "ניטאָ קיין דערמאָנונגען וועגן דער פּאַרטיי און דעם אַרבעטער-קלאַס", און ס'איז דאָ "אַן אַקטיווע איגנאָרירונג פון אונדזער ווירקלעכקייט, אַן אַנציקונג פון דער פאַרפוילטער און פאַרקויפטער בורזשואַזער קולטור, אַ געשלאָסנקייט אינעם קרײַז פון אייגענע פּסיכאָלאָגיש-קראַנקע באַנעמונגען, אַ ראָמאַנטישע עסטעטיקגיריקייט" און "האַס צו דער דיקטאַטור פונעם פּראַלעטאַריִאַט". ס'איז קלאָר, אַז בײַ אַזאַ אידעאָלאָגישן "קבלת-פּנים" האָט דער בולטער פּאָעטישער טאַלאַנט פון יולי טאַוובינען ניט געקאָנט אים ראַטעווען.
דעם 25טן פעברואַר 1933 האָט מען אים אַרעסטירט און פאראורטיילט אויף פאַרשיקונג קיין אוראַל. אין דער פאַרשיקונג האָט יולי טאַוובין געלעבט אין דער שטאָט טיומען. דאָ האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן אויף רוסיש. באַנאַנד מיט זײַן אָריגינעלער שאַפונג האָט דער דיכטער אַ סך זיך פאַרנומען מיט איבערזעצונגען אין ווײַסרוסיש פון רוסיש, אוקראַיִניש, פּויליש, דײַטש, ענגליש און ייִדיש (ער האָט איבערגעזעצט לידער פון איזי כאַריקן). דעם 4טן סעפּטעמבער 1936 איז יולי טאַוובין אַרעסטירט געוואָרן צום צווייטן מאָל. מע האָט אים געבראַכט קיין מינסק און בײַנאַכט צווישן דעם 29טן און 30טן אָקטאָבער 1937 איז ער צעשאָסן געוואָרן אינעם תפיסה-הויף פון נ.ק.וו.ד. צווישן הונדערט פאָרשטייער פון דער אינטעלעקואַלער עליטע פון ווײַסרוסלאַנד (כמעט אַ העלפט פון די דערשאָסענע זײַנען געווען ייִדן), בתוכם - אַ סך ווײַסרוסישע און ייִדישע ליטעראַטן. צוזאַמען מיט יולי טאַוובינען, וועלכער האָט, אפשר, געקאָנט ווערן דער גרעסטער ייִדישער בײַטראָג אין דער ווײַסרוסישער סאָוועטישער ליטעראַטור, זײַנען אין יענער נאַכט דערשאָסן געוואָרן צוויי גדולים פון דער ייִדישער ליטעראַטור – איזי כאַריק, וואָס זײַנע לידער האָט איבערגעזעצט אין ווײַסרוסיש יולי טאַוובין, און משה קולבאַק, ווי אַ באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור-פאָרשטער אורי פינקעל.
זײַנע לידער-זאַמלונגען
- Агні, Менск, 1930
- Каб жыць, спяваць і не старэць..., Менск, 1931
- Тры паэмы , Менск, 1931
- Мая другая кніга, Менск, 1932
- Таўрыда, Менск, 1932
- Выбраныя вершы, Мінск, 1957
- Вершы, Мінск, 1969
וועגן יולי טאַוובינען
זייערע זכרונות וועגן יולי טאַוובינען האָבן פאַרעפנטלעכט דער ווײַסרוסיש-ייִדישער ליטעראַטור-קריטיקער הירש בעריאָזקין און דער ייִדישער קינסטלער זעיר אַזגור:
• Рыгор Бярозкін, «Пра Юлія Таўбіна»: Рыгор Бярозкін, Кніга пра паэзію, Мінск, 1974
• Заір Азгур, «Пад небам і пад дахам майстэрні» [Успаміны], Полымя, 1974, № 2З