אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יוסף קערלער"
ק (החלפת טקסט – "לעכער" ב־"ליכער") |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(17 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|רוסיש-יידישער דיכטער}} | |||
'''יוסף קערלער''' ([[רוסיש]]: ''Иосиф Керлер''; {{ר}}7טן אפריל 1918, הייסין, אוקראַיִנע – 2000, [[ירושלים]]) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער. | '''יוסף קערלער''' ([[רוסיש]]: ''Иосиф Керлер''; {{ר}}7טן אפריל 1918, הייסין, אוקראַיִנע – 2000, [[ירושלים]]) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער. | ||
==לעבנסגעשיכטע== | ==לעבנסגעשיכטע== | ||
יוסף קערלער איז געבוירן געוואָרן אין 1918 אינעם שטעטל [[הייסין]] ( | יוסף קערלער איז געבוירן געוואָרן אין 1918 אינעם שטעטל [[הייסין]] (יעצט אין דער [[וויניצער געגנט]] פון אוקראַיִנע). אין 1930 – 1934 האָט דער קומענדיגער דיכטער געלעבט מיט זיינע עלטערן אין אַ ייִדישן קאָלווירט אין [[קרים]]. אין 1934 – 1937 האָט ער זיך געלערנט אין אַ ייִדישן טעכניקום אין [[אָדעס]]. אין 1935 האָט יוסף קערלער דעביוטירט מיט לידער אין דער צייטונג "אָדעסער אַרבעטער". | ||
אין 1937 – 1941 האָט ער זיך געלערנט אין טעאַטער-שול ביים מאָסקווער ייִדישן מלוכה-טעאַטער (שלמה מיכאָעלסעס "גאָסעט"). זומערצייט 1941 האָט ער פאַרענדיקט די טעאַטער-שול און איז גלייך אַוועק אויפן פראָנט און האָט געקעמפט ביז מען האָט אים ניט באַפרייט נאָך דעם, ווי ער איז שווער פאַרוואוּנדעט געוואָרן אין 1944. אין דעם זעלבן יאָר איז דערשינען זיינע ערשטע לידער-זאַמלונג "פאַר מיין ערד". אין איר זענען איבערהויפּט אַריין פראָנט-לידער. יוסף קערלער איז געווען אַ מיטגליד פון רעדקאָלעגיעס פון דער צייטונג "אייניקייט" און פונעם אַלמאַנאַך "סאָוועטיש". ער האָט זיך געלערנט אויפן פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם [[מאָסקווער מלוכה-אוניווערסיטעט]]. | אין 1937 – 1941 האָט ער זיך געלערנט אין טעאַטער-שול ביים מאָסקווער ייִדישן מלוכה-טעאַטער (שלמה מיכאָעלסעס "גאָסעט"). זומערצייט 1941 האָט ער פאַרענדיקט די טעאַטער-שול און איז גלייך אַוועק אויפן פראָנט און האָט געקעמפט ביז מען האָט אים ניט באַפרייט נאָך דעם, ווי ער איז שווער פאַרוואוּנדעט געוואָרן אין 1944. אין דעם זעלבן יאָר איז דערשינען זיינע ערשטע לידער-זאַמלונג "פאַר מיין ערד". אין איר זענען איבערהויפּט אַריין פראָנט-לידער. יוסף קערלער איז געווען אַ מיטגליד פון רעדקאָלעגיעס פון דער צייטונג "אייניקייט" און פונעם אַלמאַנאַך "סאָוועטיש". ער האָט זיך געלערנט אויפן פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם [[מאָסקווער מלוכה-אוניווערסיטעט]]. | ||
אין 1947 איז ער אַריבערגעפאָרן אין דער [[ | אין 1947 איז ער אַריבערגעפאָרן אין דער [[יידישער אויטאָנאָמער געגנט]] און האָט געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פון דער צייטונג "[[ביראָבידזשאַנער שטערן]]". אינעם מאָסקווער פאַרלאַג "דער אמת" האָט מען געגרייט צום דרוק יוסף קערלערס צווייטע לידער-זאַמלונג, אָבער זי איז קיינמאָל ניט דערשינען. אין אַפּריל 1950 איז דער דיכטער אַרעסטירט געוואָרן נאָך דעם, ווי ער האָט פאַרעפנטליכט אין דער געגנטליכער צייטונג אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס אין די שולן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אויפגעהערט אונטעריכטן די ייִדישע שפּראַך. יוסף קערלער איז פאַראורטיילט געוואָרן צו צען יאָרן פון לאַגערן און געאַרבעט אין קוילן-שאַכטעס פון וואַרקוטאַ (די אויטאָנאָמע רעפּובליק פון קאָמי) צום צפון פונעם פּאָליוס-קרייז. | ||
אין 1955 איז יוסף קערלער באַפרייט און ראַהאַביליטירט געוואָרן. ער איז געקומען צו פאָרן קיין [[מאָסקווע]]. אין 1957 איז דאָרט אַרויסגעגאַנגען אין איבערזעצונג אויף רוסיש זיין לידער-זאַמלונג "מיין טאַטנס וויינגאָרטן" («Виноградник моего отца»). אַ טייל פון די לידער, וואָס זענען אַריין אין איר, האָט דער דיכטער אָנגעשריבן אינעם לאַגער. אין 1965 איז דערשינען זיין צווייטע לידער-זאַמלונג איבערגעזעצטע אין רוסיש "איך וויל זיין גוטהאַרציק" («Хочу быть добрым»). אַ סך יוסף קערלערס לידער זענען אין דעם פּעריִאָד געוואָרן אין אָריגינאַל פּאָפּולערע זינגלידער. מוזיק אויף זענען ווערטער האָבן געשריבן זינאָווי קאָמפּאַנייעץ, מאַנוס טאַבאַטשניקאָוו, וולאַדימיר שאַיִנסקי און אַנדערע. עס האָבן זיי אויסגעפילט באַוואוּסטע סאָוועטישע ייִדישע זינגער נחמה ליפשיץ, אנע גוזיק, מיכאל אלכסנדראָוויטש, מיכאל עפּלבוים און זינאָווי שולמאַן. | אין 1955 איז יוסף קערלער באַפרייט און ראַהאַביליטירט געוואָרן. ער איז געקומען צו פאָרן קיין [[מאָסקווע]]. אין 1957 איז דאָרט אַרויסגעגאַנגען אין איבערזעצונג אויף רוסיש זיין לידער-זאַמלונג "מיין טאַטנס וויינגאָרטן" («Виноградник моего отца»). אַ טייל פון די לידער, וואָס זענען אַריין אין איר, האָט דער דיכטער אָנגעשריבן אינעם לאַגער. אין 1965 איז דערשינען זיין צווייטע לידער-זאַמלונג איבערגעזעצטע אין רוסיש "איך וויל זיין גוטהאַרציק" («Хочу быть добрым»). אַ סך יוסף קערלערס לידער זענען אין דעם פּעריִאָד געוואָרן אין אָריגינאַל פּאָפּולערע זינגלידער. מוזיק אויף זענען ווערטער האָבן געשריבן זינאָווי קאָמפּאַנייעץ, מאַנוס טאַבאַטשניקאָוו, וולאַדימיר שאַיִנסקי און אַנדערע. עס האָבן זיי אויסגעפילט באַוואוּסטע סאָוועטישע ייִדישע זינגער נחמה ליפשיץ, אנע גוזיק, מיכאל אלכסנדראָוויטש, מיכאל עפּלבוים און זינאָווי שולמאַן. | ||
אין די זעכציגער יאָרן האָט יוסף קערלער אָנגעהויבן אַ קאַמף פאַר עליה קיין ישראל. ער האָט | אין די זעכציגער יאָרן האָט יוסף קערלער אָנגעהויבן אַ קאַמף פאַר עליה קיין ישראל. ער האָט פאַרעפנטליכט זיינע לידער אין דער ניו-יאָרקער צייטונג "[[פאָרווערטס]]", אינעם תל-אָביבער ליטעראַרישן אַלמאַנאַך "די גאָלדענע קייט", ווי אויך אין אומלעגאַלע סאָוועטישע ייִדישע אויסגאַבעס ("סאַמיזדאַט"). אין 1970 האָט יוסף קערלער פאַרעפנטליכט אַן אָפענעם בריוו צו דער סאָוועטישער רעגירונג מיט אַ פאָדערונג ערלויבן די סאָוועטישע ייִדן עולה זיין קיין ישראל. | ||
אין מערץ 1971 איז יוסף קערלער עולה געווען קיין ישראל. אינגיכן נאָך דעם איז דערשינען זיין בוך "געזאַנג צווישן ציין" מיט אַ הקדמה פון [[דב סדן]]. דאָס בוך האָט אין זיך איינגעשלאָסן כמעט אַלע לידער, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אינעם לאַגער. שפּעטער איז דערשינען אַ גאַנצע ריי יוסף קערלערס ביכער. זיינע לידער זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[ | אין מערץ 1971 איז יוסף קערלער עולה געווען קיין ישראל. אינגיכן נאָך דעם איז דערשינען זיין בוך "געזאַנג צווישן ציין" מיט אַ הקדמה פון [[דב סדן]]. דאָס בוך האָט אין זיך איינגעשלאָסן כמעט אַלע לידער, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אינעם לאַגער. שפּעטער איז דערשינען אַ גאַנצע ריי יוסף קערלערס ביכער. זיינע לידער זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין [[העברעאיש]], רוסיש, דייטש, ענגליש, שפּאַניש, אוקראַיִניש, האָלענדיש, פּויליש אא. זינט 1974 האָט ער רעדאַגירט דעם "ירושלימער אַלמאַנאַך" (אין די לעצטע יאָרן פונעם לעבן – צוזאַמען מיט זיין זון [[דוב-בער קערלער]]). | ||
יוסף קערלער איז נפטר געוואָרן אין ירושלים אין 2000. | יוסף קערלער איז נפטר געוואָרן אין ירושלים אין 2000. | ||
שורה 38: | שורה 39: | ||
• "שפּיגל-כתב: געציילטע לידער" (צוזאַמען מיט באָריס קאַרלאָוו), ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1996. | • "שפּיגל-כתב: געציילטע לידער" (צוזאַמען מיט באָריס קאַרלאָוו), ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1996. | ||
• "דווקא | • "דווקא יעצט: פון די לעצטע און אַנדערע לידער", ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 2005. | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [http://www.yivoencyclopedia.org/article.aspx/Kerler_Yoysef אַ פרטימדיקע ביאָגראַפיע פון יוסף קערלער] אין דער [http://www.yivoencyclopedia.org/default.aspx ייִוואָ-ענציקלאָפעדיע פון מזרח-אייראָפעיִשן אידנטום] {{לינקשפראך|ענגליש}} | * [http://www.yivoencyclopedia.org/article.aspx/Kerler_Yoysef אַ פרטימדיקע ביאָגראַפיע פון יוסף קערלער] אין דער [http://www.yivoencyclopedia.org/default.aspx ייִוואָ-ענציקלאָפעדיע פון מזרח-אייראָפעיִשן אידנטום] {{לינקשפראך|ענגליש}} | ||
* [http://gezang.blogspot.ru/ "דאָס געזאַנג צווישן ציין", יוסף קערלערס לידער] | * [http://gezang.blogspot.ru/ "דאָס געזאַנג צווישן ציין", יוסף קערלערס לידער] | ||
{{גרונטסארטיר:קערלער, יוסף}} | {{גרונטסארטיר:קערלער, יוסף}} | ||
[[קאַטעגאָריע:רוסישע | [[קאַטעגאָריע:רוסישע אידן]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:אידישע דיכטער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ישראלישע דיכטער]] | [[קאַטעגאָריע:ישראלישע דיכטער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:יוסף קרלר]] | |||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | |||
[[קאַטעגאָריע:סאוויעטישע אידן]] | |||
[[קאַטעגאָריע:יידיש-שפראך דיכטער]] | |||
[[קאַטעגאָריע:סאוויעטישע דיכטער]] | |||
[[קאַטעגאָריע:מדינת ישראל דיכטער]] | |||
[[קאַטעגאָריע:רוסישע דיכטער]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:08, 8 יולי 2024
יוסף קערלער (רוסיש: Иосиф Керлер; 7טן אפריל 1918, הייסין, אוקראַיִנע – 2000, ירושלים) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער.
לעבנסגעשיכטע
יוסף קערלער איז געבוירן געוואָרן אין 1918 אינעם שטעטל הייסין (יעצט אין דער וויניצער געגנט פון אוקראַיִנע). אין 1930 – 1934 האָט דער קומענדיגער דיכטער געלעבט מיט זיינע עלטערן אין אַ ייִדישן קאָלווירט אין קרים. אין 1934 – 1937 האָט ער זיך געלערנט אין אַ ייִדישן טעכניקום אין אָדעס. אין 1935 האָט יוסף קערלער דעביוטירט מיט לידער אין דער צייטונג "אָדעסער אַרבעטער".
אין 1937 – 1941 האָט ער זיך געלערנט אין טעאַטער-שול ביים מאָסקווער ייִדישן מלוכה-טעאַטער (שלמה מיכאָעלסעס "גאָסעט"). זומערצייט 1941 האָט ער פאַרענדיקט די טעאַטער-שול און איז גלייך אַוועק אויפן פראָנט און האָט געקעמפט ביז מען האָט אים ניט באַפרייט נאָך דעם, ווי ער איז שווער פאַרוואוּנדעט געוואָרן אין 1944. אין דעם זעלבן יאָר איז דערשינען זיינע ערשטע לידער-זאַמלונג "פאַר מיין ערד". אין איר זענען איבערהויפּט אַריין פראָנט-לידער. יוסף קערלער איז געווען אַ מיטגליד פון רעדקאָלעגיעס פון דער צייטונג "אייניקייט" און פונעם אַלמאַנאַך "סאָוועטיש". ער האָט זיך געלערנט אויפן פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם מאָסקווער מלוכה-אוניווערסיטעט.
אין 1947 איז ער אַריבערגעפאָרן אין דער יידישער אויטאָנאָמער געגנט און האָט געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פון דער צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". אינעם מאָסקווער פאַרלאַג "דער אמת" האָט מען געגרייט צום דרוק יוסף קערלערס צווייטע לידער-זאַמלונג, אָבער זי איז קיינמאָל ניט דערשינען. אין אַפּריל 1950 איז דער דיכטער אַרעסטירט געוואָרן נאָך דעם, ווי ער האָט פאַרעפנטליכט אין דער געגנטליכער צייטונג אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס אין די שולן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אויפגעהערט אונטעריכטן די ייִדישע שפּראַך. יוסף קערלער איז פאַראורטיילט געוואָרן צו צען יאָרן פון לאַגערן און געאַרבעט אין קוילן-שאַכטעס פון וואַרקוטאַ (די אויטאָנאָמע רעפּובליק פון קאָמי) צום צפון פונעם פּאָליוס-קרייז.
אין 1955 איז יוסף קערלער באַפרייט און ראַהאַביליטירט געוואָרן. ער איז געקומען צו פאָרן קיין מאָסקווע. אין 1957 איז דאָרט אַרויסגעגאַנגען אין איבערזעצונג אויף רוסיש זיין לידער-זאַמלונג "מיין טאַטנס וויינגאָרטן" («Виноградник моего отца»). אַ טייל פון די לידער, וואָס זענען אַריין אין איר, האָט דער דיכטער אָנגעשריבן אינעם לאַגער. אין 1965 איז דערשינען זיין צווייטע לידער-זאַמלונג איבערגעזעצטע אין רוסיש "איך וויל זיין גוטהאַרציק" («Хочу быть добрым»). אַ סך יוסף קערלערס לידער זענען אין דעם פּעריִאָד געוואָרן אין אָריגינאַל פּאָפּולערע זינגלידער. מוזיק אויף זענען ווערטער האָבן געשריבן זינאָווי קאָמפּאַנייעץ, מאַנוס טאַבאַטשניקאָוו, וולאַדימיר שאַיִנסקי און אַנדערע. עס האָבן זיי אויסגעפילט באַוואוּסטע סאָוועטישע ייִדישע זינגער נחמה ליפשיץ, אנע גוזיק, מיכאל אלכסנדראָוויטש, מיכאל עפּלבוים און זינאָווי שולמאַן.
אין די זעכציגער יאָרן האָט יוסף קערלער אָנגעהויבן אַ קאַמף פאַר עליה קיין ישראל. ער האָט פאַרעפנטליכט זיינע לידער אין דער ניו-יאָרקער צייטונג "פאָרווערטס", אינעם תל-אָביבער ליטעראַרישן אַלמאַנאַך "די גאָלדענע קייט", ווי אויך אין אומלעגאַלע סאָוועטישע ייִדישע אויסגאַבעס ("סאַמיזדאַט"). אין 1970 האָט יוסף קערלער פאַרעפנטליכט אַן אָפענעם בריוו צו דער סאָוועטישער רעגירונג מיט אַ פאָדערונג ערלויבן די סאָוועטישע ייִדן עולה זיין קיין ישראל.
אין מערץ 1971 איז יוסף קערלער עולה געווען קיין ישראל. אינגיכן נאָך דעם איז דערשינען זיין בוך "געזאַנג צווישן ציין" מיט אַ הקדמה פון דב סדן. דאָס בוך האָט אין זיך איינגעשלאָסן כמעט אַלע לידער, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אינעם לאַגער. שפּעטער איז דערשינען אַ גאַנצע ריי יוסף קערלערס ביכער. זיינע לידער זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעאיש, רוסיש, דייטש, ענגליש, שפּאַניש, אוקראַיִניש, האָלענדיש, פּויליש אא. זינט 1974 האָט ער רעדאַגירט דעם "ירושלימער אַלמאַנאַך" (אין די לעצטע יאָרן פונעם לעבן – צוזאַמען מיט זיין זון דוב-בער קערלער).
יוסף קערלער איז נפטר געוואָרן אין ירושלים אין 2000.
לידער-זאַמלונגען
• "פאַר מיין ערד" מאָסקווע, "דער אמת", 1944.
• "דאָס געזאַנג צווישן ציין", תל אָביב, פאַרלאַג י.ל. פּרץ, תשל"א.
• "זעט איך דאָך", תל אָביב: פאָרלאַג י"ל פּרץ, תשל"ב.
• "12טער אויגוסט 1952", ירושלים, תשל"ח-1978.
• "די ערשטע זיבן יאָר", ירושלים, תשל"ט.
• "הימלשאפט: בלעטלעך פּראָזע און לידער", ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1986.
• "געקליבענע פּראָזע: עסייען, זכרונות, דערציילונגען", ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1991.
• "אבי געזונט: לידער פון היינט און פון נעכטן", ירושלים, 1993.
• "שפּיגל-כתב: געציילטע לידער" (צוזאַמען מיט באָריס קאַרלאָוו), ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1996.
• "דווקא יעצט: פון די לעצטע און אַנדערע לידער", ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 2005.
דרויסנדיגע לינקס
- אַ פרטימדיקע ביאָגראַפיע פון יוסף קערלער אין דער ייִוואָ-ענציקלאָפעדיע פון מזרח-אייראָפעיִשן אידנטום (ענגליש)
- "דאָס געזאַנג צווישן ציין", יוסף קערלערס לידער
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!