אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יואל ראטה"
ק (בילדל) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:47, 22 נאוועמבער 2022
ר׳ יואל ראטה (געב' תש"ם) איז דער ראש ישיבה פון ישיבת ״תפארת התורה״ אין וויליאמסבורג, ברוקלין.
ער איז אן אייניקל פונעם קארלסבורגער רב, רבי יחזקאל ראטה.
ר׳ יואל איז ברייט באקאנט פאר זיינע כסדרדיגע אפענע ארויסטריטן קעגן דער חינוך סיסטעם וועלכער גייט אן אין רוב ישיבות און חינוך אנשטאלטן.
ר׳ יואל פארעכנט זיך אלס תלמיד און חסיד פון הר״ר אליעזר שלמה שיק פון ברסלב.
אין דער קורצער היסטאריע פון זיין ישיבה האט ער שוין מיטגעמאכט אן א שיעור רדיפות און בזיונות פון געציילטע אויפגעברויזטע עלטערן וועלכע האבן ארגאניזירט פראטעסטן קעגן אים צוליב דעם וואס זיי ווילן נישט זייערע קינדער זאלן לערנען ביי אים.
ר׳ יואל גייט אן אלס א זייער פעסטן כאראקטער וועלכער דערשרעקט זיך נישט פון גארנישט און גייט זיך ווייטער זיין וועג נישט קוקנדיג אויף קיינעם ווען עס קומט צו זיינע פרינציפן.
זיינע תלמידים זענען זייער צוגעקלעבט צו אים און אומצאליגע פראוואקאציעס וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך זיינע קעגנער ארויסצושלעפן בחורים פון ישיבה האבן זיך אויסגעלאזט מיט גרויסע דורכפעלער.
ר׳ יואל איז לעצטנס באקאנט געווארן דורך די ווידעא קליפס פון זיינע ניגונים און דרשות אויף יוטוב.