אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:וואס המכלול איז נישט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 12: שורה 12:
#א פלאץ מפרסם צו זיין חידושי תורה – אויב האט איר מחדש געווען א שיין חידוש, דאן זייט דאס מפרסם אין א תורה'דיגע קובץ אדער פלאטפארמע, אדער דרוקט גאר א ספר. עס איז מעגליך אז אייער חידוש וועט דערמאנט ווערן אין המכלול, אין פאל עס ווערט אנגענומען און באקאנט אין די תורה וועלט. מיט דעם אלעם, אין ארטיקלען וואו עס ערשיינען מאטעריאל וואס מען דארף אדרעסירן פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט, וועלן מכלולאים פרובירן פארצושטעלן די תורה'דיגע שטאנדפונקט. אין אזעלכע פעלער וועט ערשיינען ביים ענדע פונעם ארטיקל מוסטער:קלארשטעלונג.
#א פלאץ מפרסם צו זיין חידושי תורה – אויב האט איר מחדש געווען א שיין חידוש, דאן זייט דאס מפרסם אין א תורה'דיגע קובץ אדער פלאטפארמע, אדער דרוקט גאר א ספר. עס איז מעגליך אז אייער חידוש וועט דערמאנט ווערן אין המכלול, אין פאל עס ווערט אנגענומען און באקאנט אין די תורה וועלט. מיט דעם אלעם, אין ארטיקלען וואו עס ערשיינען מאטעריאל וואס מען דארף אדרעסירן פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט, וועלן מכלולאים פרובירן פארצושטעלן די תורה'דיגע שטאנדפונקט. אין אזעלכע פעלער וועט ערשיינען ביים ענדע פונעם ארטיקל מוסטער:קלארשטעלונג.
#א זאמלונג פון מקורות פון די פובליק דאמעין (צב"ש: גאנצע ביכער, דאקומענטן, בריוון, געזעצן און ענליכס וואס האבן א תועלת נאר אויב זיי ווערן פארגעשטעלט אין זייער אריגינעלע לשון און אן קיין טוישונגען). – קליינע רעלעוואנטע שטיקלעך פון אריגינעלע מאטעריאל, אלס טעקסט אדער א בילד, זענען וויכטיג און עס מעג רואיגערהייט גענומען ווערן פונעם פובליק דאמעין. טראץ דעם, אויב איר ווילט ביישטייערן פולע מקורות פארן ציבור, ווענדט אייך צו וויקיטעקסט.
#א זאמלונג פון מקורות פון די פובליק דאמעין (צב"ש: גאנצע ביכער, דאקומענטן, בריוון, געזעצן און ענליכס וואס האבן א תועלת נאר אויב זיי ווערן פארגעשטעלט אין זייער אריגינעלע לשון און אן קיין טוישונגען). – קליינע רעלעוואנטע שטיקלעך פון אריגינעלע מאטעריאל, אלס טעקסט אדער א בילד, זענען וויכטיג און עס מעג רואיגערהייט גענומען ווערן פונעם פובליק דאמעין. טראץ דעם, אויב איר ווילט ביישטייערן פולע מקורות פארן ציבור, ווענדט אייך צו וויקיטעקסט.
#א היים פאר פערזענליכע פראפילן – די רעדאקטארן פון המכלול האבן אן אייגענעם באניצער בלאט, אבער זיי דינען אלס קאמוניקאציע מיטל בשעת'ן ארבעטן אויפ'ן ענציקלאפעדיע. טייל רעדאקטארן, עטוואס באקאנטע, וועלן ביישטייערן ענציקלאפעדישע אינפארמאציע איבער זיך און זייער אויפטוען, און אזעלכע ביישטייערונגען וועלן על פי רוב אנגענומען ווערן; אבער די סטאנדארטן פון ענציקלאפעדישע ארטיקלן זענען גילטיג ביי אזעלעכע בלעטער פונקט ווי ביי יעדער אנדערע ארטיקל. שאפן א שפע פון לינקס און רעפערענצן צו אויטאביאגראפישע ארטיקלען זענען נישט אין איינקלאנג מיט די גייסט אין המכלול. אויב איר ווילט זיך שאפן א פערזענליכע פראפיל אן קיין שייכות צו אייער ארבעט אין המכלול, זענען פארהאן פילע וועבזייטלעך וואס שטעלן דאס צו בחינם.
#א היים פאר פערזענליכע פראפילן – די רעדאקטארן פון המכלול האבן אן אייגענעם באניצער בלאט, אבער זיי דינען אלס קאמוניקאציע מיטל בשעת'ן ארבעטן אויפ'ן ענציקלאפעדיע. טייל רעדאקטארן, עטוואס באקאנטע, וועלן ביישטייערן ענציקלאפעדישע אינפארמאציע איבער זיך און זייער אויפטוען, און אזעלכע ביישטייערונגען וועלן על פי רוב אנגענומען ווערן; אבער די סטאנדארטן פון ענציקלאפעדישע ארטיקלן זענען גילטיג ביי אזעלכע בלעטער פונקט ווי ביי יעדער אנדערע ארטיקל. שאפן א שפע פון לינקס און רעפערענצן צו אויטאביאגראפישע ארטיקלען זענען נישט אין איינקלאנג מיט די גייסט אין המכלול. אויב איר ווילט זיך שאפן א פערזענליכע פראפיל אן קיין שייכות צו אייער ארבעט אין המכלול, זענען פארהאן פילע וועבזייטלעך וואס שטעלן דאס צו בחינם.
#א דרייוו צו האלטן פיילס – אויב איר שטעלט ארויף פיילס, ביטע ארויפשטעלן נאר פיילס וואס זענען נוגע פאר ענציקלאפעדיע ארטיקלען; יעדער אנדערע זאך וועט פארמעקט ווערן.
#א דרייוו צו האלטן פיילס – אויב איר שטעלט ארויף פיילס, ביטע ארויפשטעלן נאר פיילס וואס זענען נוגע פאר ענציקלאפעדיע ארטיקלען; יעדער אנדערע זאך וועט פארמעקט ווערן.
#אדווערטייזער – ארטיקלען אין המכלול זענען נישט געאייגנט צו רעקלאמירן איבער געוויסע פראדוקטן אדער סערוויסעס.
#אדווערטייזער – ארטיקלען אין המכלול זענען נישט געאייגנט צו רעקלאמירן איבער געוויסע פראדוקטן אדער סערוויסעס.
שורה 25: שורה 25:
#המכלול איז נישט קיין זאמלונג פון בילדער, אדער א פלאטפארמע צו האלטן בילדער. מען זאל נישט ארויפלאדענען פיילס וואס טוען נישט און וועלן נישט גענוצט ווערן אין ארטיקלען. בילדער וואס זענען נישט באשיצט אונטער דרוק-רעכט, קען מען, און מען זאל, ארויפלאדענען אויף די גרעסטער בילדער זאמלונג אויף דער וועלט – וויקיפעדיע קאמאנס.
#המכלול איז נישט קיין זאמלונג פון בילדער, אדער א פלאטפארמע צו האלטן בילדער. מען זאל נישט ארויפלאדענען פיילס וואס טוען נישט און וועלן נישט גענוצט ווערן אין ארטיקלען. בילדער וואס זענען נישט באשיצט אונטער דרוק-רעכט, קען מען, און מען זאל, ארויפלאדענען אויף די גרעסטער בילדער זאמלונג אויף דער וועלט – וויקיפעדיע קאמאנס.
===המכלול איז נישט קיין ווערטערבוך===
===המכלול איז נישט קיין ווערטערבוך===
#ווערטערבוך דעפיניציעס – מען זאל נישט שאפן א בלאט בלויז כדי צו דעפינירן א טערמין, הגם אן ארטיקל קען און דארף זיך אנהייבן מיט א הגדרה אדער א קלארע שילדערונג פון די טעמע. אויב איר באגעגנט אן ארטיקל וואס איז בלויז א דעפיניציע (צומאל זענען אזעלעכע ארטיקלען אין די [[:קאטעגאריע:פיצעלע ארטיקל|פיצעלע ארטיקל]] קאטעגאריע), קלערט צי עס איז פארהאן אינפארמאציע וואס איר קענט ביישטייערן צום טעמע און איז פאסיג פאר אן ענציקלאפעדיע. אויב איר ווילט ביישטייערן ווערטערבוך סארט ארטיקלען, ביישטייערט עס צו וויקי-ווערטערבוך.
#ווערטערבוך דעפיניציעס – מען זאל נישט שאפן א בלאט בלויז כדי צו דעפינירן א טערמין, הגם אן ארטיקל קען און דארף זיך אנהייבן מיט א הגדרה אדער א קלארע שילדערונג פון די טעמע. אויב איר באגעגנט אן ארטיקל וואס איז בלויז א דעפיניציע (צומאל זענען אזעלכע ארטיקלען אין די [[:קאטעגאריע:פיצעלע ארטיקל|פיצעלע ארטיקל]] קאטעגאריע), קלערט צי עס איז פארהאן אינפארמאציע וואס איר קענט ביישטייערן צום טעמע און איז פאסיג פאר אן ענציקלאפעדיע. אויב איר ווילט ביישטייערן ווערטערבוך סארט ארטיקלען, ביישטייערט עס צו וויקי-ווערטערבוך.
#ליסטעס פון ווערטערבוך דעפעניציעס – אן ארטיקל קען זיין א ליסטע פון לינקס צו בלעטער מיט ענליכע קעפלעך, ווען איין ווארט קען באדייטן עטליכע זאכן, ספעציעל אינעם געשריבענעם פארמאט. אזא בלאט הייסט א "באדייטן בלאט". אזוי אויך, טוט המכלול ענהאלטן לעקסיקאנען – ליסטעס פון טערמינען אין געוויסע געביטן.
#ליסטעס פון ווערטערבוך דעפעניציעס – אן ארטיקל קען זיין א ליסטע פון לינקס צו בלעטער מיט ענליכע קעפלעך, ווען איין ווארט קען באדייטן עטליכע זאכן, ספעציעל אינעם געשריבענעם פארמאט. אזא בלאט הייסט א "באדייטן בלאט". אזוי אויך, טוט המכלול ענהאלטן לעקסיקאנען – ליסטעס פון טערמינען אין געוויסע געביטן.
#שפראכליכע אנווייזונגען – המכלול באפאסט זיך נישט אין שילדערן ווי אזוי טערמינען ווערן געניצט, אבער טייל מאל איז וויכטיג, אין ראם פון אן ענציקלאפעדישע ארטיקל, צו זאגן גענוי ווי אזוי א ווארט/טערמין ווערט געניצט.
#שפראכליכע אנווייזונגען – המכלול באפאסט זיך נישט אין שילדערן ווי אזוי טערמינען ווערן געניצט, אבער טייל מאל איז וויכטיג, אין ראם פון אן ענציקלאפעדישע ארטיקל, צו זאגן גענוי ווי אזוי א ווארט/טערמין ווערט געניצט.
#המכלול איז נישט קיין לעקסיקאן פאר חסידישע שפריכווערטער – מיר לערנען נישט אויס מענטשן ווי אזוי צו רעדן ווי א חסידישע איד. מיר שרייבן אן ענציקלאפעדיע. מיט דעם אלעם, ארטיקלען, אפילו גאר גרונטליכע, איבער די חסידישער לעבנסשטייגער, ווערן ווארעם אנגענומען, און טאמער באגריפן פון אונזער לעקסיקאן זענען נויטיג צו פארשטיין די טעמעס, איז טאקע בעסער אויב זיי ווערן באשריבן.
#המכלול איז נישט קיין לעקסיקאן פאר חסידישע שפריכווערטער – מיר לערנען נישט אויס מענטשן ווי אזוי צו רעדן ווי א חסידישע איד. מיר שרייבן אן ענציקלאפעדיע. מיט דעם אלעם, ארטיקלען, אפילו גאר גרונטליכע, איבער די חסידישער לעבנסשטייגער, ווערן ווארעם אנגענומען, און טאמער באגריפן פון אונזער לעקסיקאן זענען נויטיג צו פארשטיין די טעמעס, איז טאקע בעסער אויב זיי ווערן באשריבן.
#יחוס בריוו – ביאגראפישע ארטיקלען ווערן געשריבן בלויז איבער לייט מיט אויפטוען פון סיי וועלעכע סארט. א גוטע מעסטער פאר אויפטוען איז אויב דער מענטש ווערט דערמאנט אין נאך עטליכע פלעצער אויסער המכלול. פארשטייט זיך אז מען קען דערמאנען געוויסע פיגורן אין ארטיקלען איבער א טעמע צו וואס זיי האבן שייכות.
#יחוס בריוו – ביאגראפישע ארטיקלען ווערן געשריבן בלויז איבער לייט מיט אויפטוען פון סיי וועלכע סארט. א גוטע מעסטער פאר אויפטוען איז אויב דער מענטש ווערט דערמאנט אין נאך עטליכע פלעצער אויסער המכלול. פארשטייט זיך אז מען קען דערמאנען געוויסע פיגורן אין ארטיקלען איבער א טעמע צו וואס זיי האבן שייכות.
===המכלול איז נישט קיין פלאטפארמע פאר רעדעס===
===המכלול איז נישט קיין פלאטפארמע פאר רעדעס===
#א דיסקוסיע פארום – האלט אייך ביטע צום אויפגאבע; שאפן ענציקלאפעדישע ארטיקלען. טראץ דעם וואס עס קען אויסזען אנדערש פון אן ערשטן בליק, איז המכלול נישט קיין פארום פאר דיסקוסיעס אדער א קאווע שטובל. אבער פארשטייט זיך, איר קענט שמועסן מיט מענשטן אויף זייערע שמועס בלעטער און דורכטון פארוויקלטע טעמעס אין באצוג צו ארטיקלען אין די רעלעוואנטע שמועס בלעטער.
#א דיסקוסיע פארום – האלט אייך ביטע צום אויפגאבע; שאפן ענציקלאפעדישע ארטיקלען. טראץ דעם וואס עס קען אויסזען אנדערש פון אן ערשטן בליק, איז המכלול נישט קיין פארום פאר דיסקוסיעס אדער א קאווע שטובל. אבער פארשטייט זיך, איר קענט שמועסן מיט מענשטן אויף זייערע שמועס בלעטער און דורכטון פארוויקלטע טעמעס אין באצוג צו ארטיקלען אין די רעלעוואנטע שמועס בלעטער.
שורה 38: שורה 38:
===המכלול איז נישט קיין זאמלונג פון לינקס===
===המכלול איז נישט קיין זאמלונג פון לינקס===
#א זאמלונג פון זאכך מיט א לויזע פארבינדונג – א שטייגער ווי ציטאטן, פראזעס אדער מענטשן. אבער עס איז נישט דא קיין פראבלעם מיטן שרייבן ליסטעס, אויב זענען די זאכן אויסגערעכנט דערין באקאנט צוליב זייער שייכות אדער באדייטפולע ביישטייערונג צו טעמע פון די ליסטע.
#א זאמלונג פון זאכך מיט א לויזע פארבינדונג – א שטייגער ווי ציטאטן, פראזעס אדער מענטשן. אבער עס איז נישט דא קיין פראבלעם מיטן שרייבן ליסטעס, אויב זענען די זאכן אויסגערעכנט דערין באקאנט צוליב זייער שייכות אדער באדייטפולע ביישטייערונג צו טעמע פון די ליסטע.
#א זאמלונג פון דרויסנדע לינקס און נישט מער – דאס צולייגן סיטעמאטיש לינקס פון איין שרייבער אדער איין וועבזייטל (ספעציעל אויב עס רעדט זיך פון איינער פון די אייגנטומער אדער שרייבער דארט), ברענגט אויף פארדאכטן אז מען טוט דאס כדי זיך באקאנט צו מאכן (עס איז כדאי צו וויסן אז המכלול פארבעסערט נישט די ראטעס אין זוך מאשינען). אין דעם פאל איז בעסער זיך צו פירן ווי די פסוק זאגן "יהללך זר ולא פיך", און לאזן א אומאפהענגיגער מאן באשליסן אויב די לינק געט צו צום נושא צי נישט. עס איז פארשטייט זיך נישט דא קיין פראבלעם מיטן צולייגן לינקס און קוועלער מיט וואס איר האט זיך באניצט ביים שרייבן דעם ארטיקל (ביבליאגראפיע).
#א זאמלונג פון דרויסנדיגע לינקס און נישט מער – דאס צולייגן סיטעמאטיש לינקס פון איין שרייבער אדער איין וועבזייטל (ספעציעל אויב עס רעדט זיך פון איינער פון די אייגנטומער אדער שרייבער דארט), ברענגט אויף פארדאכטן אז מען טוט דאס כדי זיך באקאנט צו מאכן (עס איז כדאי צו וויסן אז המכלול פארבעסערט נישט די ראטעס אין זוך מאשינען). אין דעם פאל איז בעסער זיך צו פירן ווי די פסוק זאגן "יהללך זר ולא פיך", און לאזן א אומאפהענגיגער מאן באשליסן אויב די לינק געט צו צום נושא צי נישט. עס איז פארשטייט זיך נישט דא קיין פראבלעם מיטן צולייגן לינקס און קוועלער מיט וואס איר האט זיך באניצט ביים שרייבן דעם ארטיקל (ביבליאגראפיע).
#א זאמלונג פון אינערליכע לינקס און נישט מער – פארשטייט זיך, עס איז נישט דא קיין פראבלעם מיט באדייטן בלעטער, ווען דער ווארט איז אן אלגעמיינע, און טראגט, כאטש אינעם געשריבענעם פארמאט, עטליכע באדייטן, און קען דערפאר נישט פירן בלויז צו איין ענין.
#א זאמלונג פון אינערליכע לינקס און נישט מער – פארשטייט זיך, עס איז נישט דא קיין פראבלעם מיט באדייטן בלעטער, ווען דער ווארט איז אן אלגעמיינע, און טראגט, כאטש אינעם געשריבענעם פארמאט, עטליכע באדייטן, און קען דערפאר נישט פירן בלויז צו איין ענין.
==ווירטשאפט==
==ווירטשאפט==

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:13, 8 יולי 2024

המכלול איז א אידישע ענציקלאפעדיע, און אלס אזוינס זענען פארהאן זאכן וואס עס איז אויסדרוקליך נישט. די תוכן אין דער פאלגנדער בלאט דארף צו שטימען מיט די פרינציפן און גיידליינס אין המכלול, אבער אויב טרעפט זיך א סתירה צווישן די צוויי איז דער לעצטער דער מכריע.

פארעם

המכלול איז נישט קיין געדרוקטע ענציקלאפעדיע. דערפאר, איז המכלול נישט באגרעניצט אין גרויסקייט, עס קען ענטהאלטן לינקס, זיך שטענדיג אפדעיטן א.א.וו. דאס מיינט אויך אז די סטיל און לענג פון שרייבן וואס פאסט פארן דרוק פאסט לאו דוקא פאר המכלול.

אינהאלט

המכלול איז נישט:

  1. א ווערטערבוך, לעקסיקאן, אדער יחוס בריוו.
  2. א פלאטפארמע פאר רעדעס אדער א פארום פאר דיסקוסיעס.
  3. א זאמלונג פון לינקס.
  4. א צייטונג – נישט פאר יעדער אנטוויקלונג אין די נייעס איז דא א פלאץ אין המכלול. איידער מען לויפט אפדעיטן ארטיקלן מיט פרישע ידיעות וואס זענען נארוואס ערשינען, דארף מען ווארטן אביסל און זען צי דער הוספה האט א חשיבות פון א היסטארישע שטאנדפונקט. ווי אויך איז נישט דא דאס פלאץ צו דעטאלירן יעדער טויש און אנטוויקלונג אין פארשידענע קערפערשאפטן וואו טוישונגען, פון מאנשאפט למשל, איז א רעגלמעסיגע זאך. זעט אויך המכלול:אקטואליה.
  5. אן אומזיסטער וויקי פלאטפארמע – אויב איר זענט אינטערעסירט צו ניצן די וויקי טעכנאלאגיע, אדער די מידיע-וויקי פראגראם פאר סיי וועלכע געמיינזאמער ארבעט, אפילו בלויז איין בלאט, זענען פארהאן וועבזייטלעך וואס שטעלן צו וויקי סערוויס (אומזיסט אדער פאר געלט). איר קענט אויך אינסטאלירן די מידיע-וויקי פראגראם אויף אייער קאמפיוטער.
  6. א פלאץ צו פארשפרייטן אייגענע מסקנות – אויב האט איר אויפגעוויזן, דערגאנגען אדער געטראפן א פרישע ידיעה וואס איז ביז דאן נישט געווען באקאנט, דאן מאכט באקאנט אייער אויסטרעף אין א געהעריגע צייטשריפט וואו עס וועט קענען באקומען קריטיק פון קאלעגע פארשער. המכלול וועט עס קענען באריכטן נאר נאכדעם וואס עס וועט ווערן אן אנגענומענע טייל פון די מענטשהייט'ס ידיעות. פארשטייט זיך, אז איר מוזט נישט ברענגן אלע אינפארמאציע אין די ארטיקלען דוקא פון אקאדעמישע צייטשריפטן, פארט דארף מען מקפיד זיין אויף די קוואליטעט פון די מקורות.
  7. א פלאץ מפרסם צו זיין חידושי תורה – אויב האט איר מחדש געווען א שיין חידוש, דאן זייט דאס מפרסם אין א תורה'דיגע קובץ אדער פלאטפארמע, אדער דרוקט גאר א ספר. עס איז מעגליך אז אייער חידוש וועט דערמאנט ווערן אין המכלול, אין פאל עס ווערט אנגענומען און באקאנט אין די תורה וועלט. מיט דעם אלעם, אין ארטיקלען וואו עס ערשיינען מאטעריאל וואס מען דארף אדרעסירן פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט, וועלן מכלולאים פרובירן פארצושטעלן די תורה'דיגע שטאנדפונקט. אין אזעלכע פעלער וועט ערשיינען ביים ענדע פונעם ארטיקל מוסטער:קלארשטעלונג.
  8. א זאמלונג פון מקורות פון די פובליק דאמעין (צב"ש: גאנצע ביכער, דאקומענטן, בריוון, געזעצן און ענליכס וואס האבן א תועלת נאר אויב זיי ווערן פארגעשטעלט אין זייער אריגינעלע לשון און אן קיין טוישונגען). – קליינע רעלעוואנטע שטיקלעך פון אריגינעלע מאטעריאל, אלס טעקסט אדער א בילד, זענען וויכטיג און עס מעג רואיגערהייט גענומען ווערן פונעם פובליק דאמעין. טראץ דעם, אויב איר ווילט ביישטייערן פולע מקורות פארן ציבור, ווענדט אייך צו וויקיטעקסט.
  9. א היים פאר פערזענליכע פראפילן – די רעדאקטארן פון המכלול האבן אן אייגענעם באניצער בלאט, אבער זיי דינען אלס קאמוניקאציע מיטל בשעת'ן ארבעטן אויפ'ן ענציקלאפעדיע. טייל רעדאקטארן, עטוואס באקאנטע, וועלן ביישטייערן ענציקלאפעדישע אינפארמאציע איבער זיך און זייער אויפטוען, און אזעלכע ביישטייערונגען וועלן על פי רוב אנגענומען ווערן; אבער די סטאנדארטן פון ענציקלאפעדישע ארטיקלן זענען גילטיג ביי אזעלכע בלעטער פונקט ווי ביי יעדער אנדערע ארטיקל. שאפן א שפע פון לינקס און רעפערענצן צו אויטאביאגראפישע ארטיקלען זענען נישט אין איינקלאנג מיט די גייסט אין המכלול. אויב איר ווילט זיך שאפן א פערזענליכע פראפיל אן קיין שייכות צו אייער ארבעט אין המכלול, זענען פארהאן פילע וועבזייטלעך וואס שטעלן דאס צו בחינם.
  10. א דרייוו צו האלטן פיילס – אויב איר שטעלט ארויף פיילס, ביטע ארויפשטעלן נאר פיילס וואס זענען נוגע פאר ענציקלאפעדיע ארטיקלען; יעדער אנדערע זאך וועט פארמעקט ווערן.
  11. אדווערטייזער – ארטיקלען אין המכלול זענען נישט געאייגנט צו רעקלאמירן איבער געוויסע פראדוקטן אדער סערוויסעס.
  12. א נייעס וועבזייטל – המכלול דארף נישט צושטעלן באריכטן איבער געשעענישן בשעת זיי פאסירן, אבער שאפן ענציקלאפעדישע ארטיקלן איבער א טעמע אין די נייעס איז ערלויבט. (עס איז אבער פארט כדאי צו ווארטן פאר אפדעיטס). די וועג פון ארבעטן אין המכלול ערלויבט געמיינזאם צו שרייבן איבער אקטועלע נושאים מיט א היסטארישע חשיבות, ווילאנג עס ווערט געשריבן ענציקלאפעדיש. ווען מען לייגט צו פרישע נייעס צו ארטיקלען, דארף מען דאס שרייבן בלשון עבר אויף א וועג אז עס זאל אויסזען לאגיש אויך אין יארן ארום. פאר די זעלבע סיבה זאל מען נישט ניצן אויסדרוקן ווי "אין די לעצטערע יארן".
  13. א טעלעפאן בוך אדער ביזנעס דירעקטארי – בלויז ענציקלאפעדישע פאקטן האבן א פלאץ אין המכלול. צ.ב.ש. שרייבנדיג איבער א פירמע, דארף מען נישט שרייבן זייער טעלעפאן נומער, א סעיל וואס זיי האבן געמאכט א.ד.ג. (טראץ דעם וואס צענטראלע געשעענישן זענען פארשטייט זיך רעלעוואנט). אזוי אויך איז די שמועס בלאט פון אן ארטיקלן נישט דאס ארט צו פירן די פירמע געשילדערט דערין.
  14. א פלאץ פארצושלאגן אדער פארלאנגען ארבעט – מעלדונגען איבער וואו מען קען באקומען ארבעט וועלן גלייך אויסגעמעקט ווערן.
  15. א פלאץ צוצושטעלן פראפעסיאנעלע הילף – המכלול זוכט נישט אין קיין שום וועג צו ברענגן פראפעסיאנעלע הילף פאר די וועלט. עס איז בלויז אן ענציקלאפעדיע צו בארייכערן די ידיעות.
  16. א הומאריסטישע וועבזייטל – דערפאר, וועט יעדער פיקטיווער ארטיקל פארמעקט ווערן.
  17. א סטאטיסטיק וועבזייטל – דערפאר, איז נישט דא דאס פלאץ פאר דעטאלירטע סטאטיסטיקס. מען מעג אבער יא דערציילן איבער סטאטיסטישע אייגנשאפטן (א שטייגער ווי דעמאגראפישע אינפארמאציע פון א שטאט).
  18. וויקיפעדיע – המכלול ווערט געפירט אומאפהענגיג פון וויקיפעדיע אדער די וויקי-מידיע פאנד. אן איינפיר וואס עקזיסטירט אין וויקיפעדיע, איז לאו דוקא ריכטיג אין המכלול. בפרט, אן ארטיקל וואס עקזיסטירט אין וויקיפעדיע וועט לאו דוקא ערשיינען און אפגעהיטן ווערן אין המכלול. און דאס וויכטיגסטע: די קוואליטעט סטאנדארטן פון המכלול זענען פילפאכיג העכער ווי אין וויקיפעדיע, די וויקיפעדיע ארטיקלען זענען אהער געברענגט געווארן בלויז כדי צו האבן מיט וואס אנצוהייבן; זיי טוען אבער און קיין שום וועג נישט דינען אלץ ביישפיל אדער לעגיטימיזאציע פאר סיי וואס.

המכלול איז נישט קיין זאמלונג פון בילדער

  1. המכלול איז נישט קיין זאמלונג פון בילדער, אדער א פלאטפארמע צו האלטן בילדער. מען זאל נישט ארויפלאדענען פיילס וואס טוען נישט און וועלן נישט גענוצט ווערן אין ארטיקלען. בילדער וואס זענען נישט באשיצט אונטער דרוק-רעכט, קען מען, און מען זאל, ארויפלאדענען אויף די גרעסטער בילדער זאמלונג אויף דער וועלט – וויקיפעדיע קאמאנס.

המכלול איז נישט קיין ווערטערבוך

  1. ווערטערבוך דעפיניציעס – מען זאל נישט שאפן א בלאט בלויז כדי צו דעפינירן א טערמין, הגם אן ארטיקל קען און דארף זיך אנהייבן מיט א הגדרה אדער א קלארע שילדערונג פון די טעמע. אויב איר באגעגנט אן ארטיקל וואס איז בלויז א דעפיניציע (צומאל זענען אזעלכע ארטיקלען אין די פיצעלע ארטיקל קאטעגאריע), קלערט צי עס איז פארהאן אינפארמאציע וואס איר קענט ביישטייערן צום טעמע און איז פאסיג פאר אן ענציקלאפעדיע. אויב איר ווילט ביישטייערן ווערטערבוך סארט ארטיקלען, ביישטייערט עס צו וויקי-ווערטערבוך.
  2. ליסטעס פון ווערטערבוך דעפעניציעס – אן ארטיקל קען זיין א ליסטע פון לינקס צו בלעטער מיט ענליכע קעפלעך, ווען איין ווארט קען באדייטן עטליכע זאכן, ספעציעל אינעם געשריבענעם פארמאט. אזא בלאט הייסט א "באדייטן בלאט". אזוי אויך, טוט המכלול ענהאלטן לעקסיקאנען – ליסטעס פון טערמינען אין געוויסע געביטן.
  3. שפראכליכע אנווייזונגען – המכלול באפאסט זיך נישט אין שילדערן ווי אזוי טערמינען ווערן געניצט, אבער טייל מאל איז וויכטיג, אין ראם פון אן ענציקלאפעדישע ארטיקל, צו זאגן גענוי ווי אזוי א ווארט/טערמין ווערט געניצט.
  4. המכלול איז נישט קיין לעקסיקאן פאר חסידישע שפריכווערטער – מיר לערנען נישט אויס מענטשן ווי אזוי צו רעדן ווי א חסידישע איד. מיר שרייבן אן ענציקלאפעדיע. מיט דעם אלעם, ארטיקלען, אפילו גאר גרונטליכע, איבער די חסידישער לעבנסשטייגער, ווערן ווארעם אנגענומען, און טאמער באגריפן פון אונזער לעקסיקאן זענען נויטיג צו פארשטיין די טעמעס, איז טאקע בעסער אויב זיי ווערן באשריבן.
  5. יחוס בריוו – ביאגראפישע ארטיקלען ווערן געשריבן בלויז איבער לייט מיט אויפטוען פון סיי וועלכע סארט. א גוטע מעסטער פאר אויפטוען איז אויב דער מענטש ווערט דערמאנט אין נאך עטליכע פלעצער אויסער המכלול. פארשטייט זיך אז מען קען דערמאנען געוויסע פיגורן אין ארטיקלען איבער א טעמע צו וואס זיי האבן שייכות.

המכלול איז נישט קיין פלאטפארמע פאר רעדעס

  1. א דיסקוסיע פארום – האלט אייך ביטע צום אויפגאבע; שאפן ענציקלאפעדישע ארטיקלען. טראץ דעם וואס עס קען אויסזען אנדערש פון אן ערשטן בליק, איז המכלול נישט קיין פארום פאר דיסקוסיעס אדער א קאווע שטובל. אבער פארשטייט זיך, איר קענט שמועסן מיט מענשטן אויף זייערע שמועס בלעטער און דורכטון פארוויקלטע טעמעס אין באצוג צו ארטיקלען אין די רעלעוואנטע שמועס בלעטער.
  2. א פראפאגאנדע מיטל – אן ארטיקל קען מעלדן אביעקטיווערהייט וואס שטיצער פון א געוויסע געדאנק האלטן, ווילאנג מען מאכט זיכער צו היטן אויף באלאנס און נייטראליטעט.
  3. פייערדיגע שטיצע אדער אויסגעשפראכענע קריטיק – ביאגראפיעס און ארטיקלען איבער פערזענליכקייטן דארפן צו זיין ענציקלאפעדיש און נייטראל אן קיין קריטיק אדער שטיצע.
  4. פערזענליכע ארטיקלען וואס דרוקן אויס אייער פערזענליכע מיינוג איבער אן ענין – המכלול דארף צו זאמלען די תורה'דיגע און מענטשליכע ידיעות; נישט צו דינען אלס מיטל צו באקאנט מאכן פערזענליכע מיינונגען איבער טייל פון די תורה'דיגע און מענשטליכע ידיעות. אין זעלטענע פעלער, וואו דאס דעה פון א יחיד טראגט גענוג א חשיבות צו ערשיינען אין אן ענציקלאפעדיע, איז בעסער צו לאזן אנדערע מענטשן, וואס יענעם'ס מיינוג איז זיי אינטערעסאנט, צו שרייבן דערוועגן.
  5. א מיטל זיך זעלבסט פאפולער מאכן – מיר דארפן נישט קיין ארטיקלען איבער טעמעס, נאר וויבאלד דער שרייבער האט א שייכות צו זיי. לינק צו פירמעס זענען אנגענומען, ווילאנג זיי העלפן אידענטיפיצירן גרויסע קערפערשאפן פארבינדן צום ארטיקל'ס נושא. עס איז ראטזאם נישט צו שרייבן אן ארטיקל איבער אייך זעלבסט אדער פראיעקט אין וואס איר זענט שטארק פארבינדן – זעט המכלול:אויטאביאגראפיע פאר מער איינצלהייטן.

המכלול איז נישט קיין זאמלונג פון לינקס

  1. א זאמלונג פון זאכך מיט א לויזע פארבינדונג – א שטייגער ווי ציטאטן, פראזעס אדער מענטשן. אבער עס איז נישט דא קיין פראבלעם מיטן שרייבן ליסטעס, אויב זענען די זאכן אויסגערעכנט דערין באקאנט צוליב זייער שייכות אדער באדייטפולע ביישטייערונג צו טעמע פון די ליסטע.
  2. א זאמלונג פון דרויסנדיגע לינקס און נישט מער – דאס צולייגן סיטעמאטיש לינקס פון איין שרייבער אדער איין וועבזייטל (ספעציעל אויב עס רעדט זיך פון איינער פון די אייגנטומער אדער שרייבער דארט), ברענגט אויף פארדאכטן אז מען טוט דאס כדי זיך באקאנט צו מאכן (עס איז כדאי צו וויסן אז המכלול פארבעסערט נישט די ראטעס אין זוך מאשינען). אין דעם פאל איז בעסער זיך צו פירן ווי די פסוק זאגן "יהללך זר ולא פיך", און לאזן א אומאפהענגיגער מאן באשליסן אויב די לינק געט צו צום נושא צי נישט. עס איז פארשטייט זיך נישט דא קיין פראבלעם מיטן צולייגן לינקס און קוועלער מיט וואס איר האט זיך באניצט ביים שרייבן דעם ארטיקל (ביבליאגראפיע).
  3. א זאמלונג פון אינערליכע לינקס און נישט מער – פארשטייט זיך, עס איז נישט דא קיין פראבלעם מיט באדייטן בלעטער, ווען דער ווארט איז אן אלגעמיינע, און טראגט, כאטש אינעם געשריבענעם פארמאט, עטליכע באדייטן, און קען דערפאר נישט פירן בלויז צו איין ענין.

ווירטשאפט

המכלול איז נישט:

  1. א דעבאטע באלעמער אדער שלאכט פעלד – המכלול איז נישט קיין פלאץ צו פירן אידיאלאגישע קאמפן, פערזענעליכע געפעכטן אדער צו פארשפרייטן האס און טעראר. פארוואנדלען דיסקוסיעס איבער אינהאלט צו פערזענליכע שלעגערייען איז קעגן די צילן און פרינציפן פון המכלול.
  2. אנארכיע – דער פאקט אז המכלול איז א געמיינזאמע פראיעקט מיינט נישט אז א טייל פון איר ציל איז צו שטודירן די נאטורן פון אזא צוזאמענארבעט. דער ציל איז צו בויען אן ענציקלאפעדיע. דאס אלץ טוט נישט אפפרעגן דער פאקט אז אונזער הצלחה בעז"ה קומט אין גרויס טייל צוליב דעם אפנקייט פונעם פראיקט.
  3. דעמאקראטיע – המכלול איז נישט קיין פראבע אין דעמאקראטיע אדער אין יעדער אנדערע וועג פון רעגירן. המכלול באפאסט זיך מיט פאקטן, און די דאזיגע טוען בטבע זיך נישט בייגן פארן ווילן פונעם רוב. אין ליכט פון דעם, דארף מען זען צו שליכטן מיינוגס פארשידנהייטן דורך פארשטענדעניש און דורך זיך באזירן אויך פארלעסליכע און נייטראלע קוועלער, און ווייניגער דורך אפשטימונגען. מען דארף זען זיך נישט צו האלטן עקשנות'דיג צו באשלוסן געפאסט אינעם פארגאנגענהייט אויב דאס האלט אפ דאס אנטוויקלונג פון די ענציקלאפעדיע.
  4. מאנארכיע – המכלול געהערט פאר אלע אירע ליינער, און עס זענען נישט פארהאנען קיין באניצער פון א העכערע קלאס.
  5. ביוראקראטיע – די פארשריפטן אין המכלול זענען נישט דאס ציל פון די ציבור באניצער, נאר א מיטל עס עפעקטיוו צו פירן. דער ציל איז צו שרייבן אן ענציקלאפעדיע. מען דארף זיך פירן לויט די גייסט פון די פארשריפטן, ווען די שפראך דערפון רוקט נישט פאראויס דעם פראיעקט. שליכטן א מחלוקת דארף פארקומען אויף א וועג פון דיסקוסיעס און ברייטע פארשטענדעניש, און נישט דורך זיך אנקלעבן אויף די גענויע אויסדרוקן פון די פארשריפטן.

מעגליכע שריט קעגן פארלעצנוגען פון די אויבנדערמאנטער כללים

  • טוישן די אינהאלט פון די ארטיקל (געווענליכע רעדאגירונג).
  • מאכן דעם בלאט א ווייטערפיר; די היסטאריע דערפון בלייבט אפגעהיטן.
  • אויסמעקן דעם בלאט אינאיינעם מיט זיין גאנצע היסטאריע, על פי רוב נאך א פארמעקן אפשטימונג. כדי צו אנוויקלען א פארשטאנד וועלכע סארט שרייבעריי איז אין ריזיקע פון געמעקט ווערן, איז ראטזאם מיטצוהאלטן פארמעקן אפשטימונגען.
  • אין הארבע פעלער (פון ארויף לייגן איינמאל און נאכאמאל די זעלבע אינפארמאציע), וועט מען מעגליך דארפן פארמאכן די קאנטע פונעם שרייבער.