35,369
רעדאגירונגען
ק (החלפת טקסט – "יקסטע" ב־"יגסטע") |
|||
| (13 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = French philosopher|העב=פילוסוף צרפתי|}} | |||
{{יתום}} | {{יתום}} | ||
'''זשעראַר ראַבינאָוויטש''' איז אַ | '''זשעראַר ראַבינאָוויטש''' איז אַ פראנצויזישער [[פילאזאף|פילאָסאָף]] און סאָציאָלאָג, אַ געבוירענער אין [[פאַריז]] אין 1948. ער איז אַ פאָרשער ביים מלוכה–ראָט פאַר וויסנשאַפטליכער פאָרשונג (פאָרשצענטער "זינען, עטיק, געזעלשאַפט"), און אַ צוגעשריבענער פאָרשער ביים פאָרשצענטער "פּסיכאָאַנאַליז, מעדיצין און געזעלשאַפט" פונעם אוניווערסיטעט פּאַריז 7. ער לערנט אין אַ ריי אוניווערזיטעטן אין פראַנקרייך און איז גאַסט–פּראָפעסאָר אינעם פאַקולטעט פאַר פילאָסאָפיע און הומאַניסטישע לימודים פונעם אוניווערסיטעט אין מינאַס–דזשעראַיִס (בראַזיל). | ||
== ביאָגראַפיע == | == ביאָגראַפיע == | ||
זשעראַר ראַבינאָוויטש, אַ געבוירענער אין 1948 אין פּאַריז, איז אַ זון פונעם אַנטינאַצישן ווידערשטענדלער לעאָפּאָלד ראַבינאָוויטש, מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י. — אימיגרירטע אַרבעטער, פּאַרטיזאַנער) אין [[ליאָן]]. די מאַמע, אַננאַ, פון דער היים פּאָרטנוי, איז אין קריגסצייט געווען אַ "באַהאַלטן קינד". ער איז אַ פּלימעניק פונעם ווידערשטענדלער לעאָן ראַבינאָוויטש, אויך אַ מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י.) אין ליִאָן, וואָס איז פאַרשיקט געוואָרן קיין דאַכאַו צוזאַמען מיט זיין ברודער לעאָפּאָלד. | זשעראַר ראַבינאָוויטש, אַ געבוירענער אין 1948 אין פּאַריז, איז אַ זון פונעם אַנטינאַצישן ווידערשטענדלער לעאָפּאָלד ראַבינאָוויטש, מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י. — אימיגרירטע אַרבעטער, פּאַרטיזאַנער) אין [[ליאָן]]. די מאַמע, אַננאַ, פון דער היים פּאָרטנוי, איז אין קריגסצייט געווען אַ "באַהאַלטן קינד". ער איז אַ פּלימעניק פונעם ווידערשטענדלער לעאָן ראַבינאָוויטש, אויך אַ מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י.) אין ליִאָן, וואָס איז פאַרשיקט געוואָרן קיין דאַכאַו צוזאַמען מיט זיין ברודער לעאָפּאָלד. | ||
| שורה 10: | שורה 11: | ||
זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווייזט די פעסטקייט פונעם באַגריף "צעשטערערישקייט", זיך שטיצנדיק אויף די בייטראָגן פון דער פענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פאַר דער פאָרשונג פון אַפעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפטליכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פון דער היפּאָטעזע פונעם "טויטדראַנג" אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס. | זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווייזט די פעסטקייט פונעם באַגריף "צעשטערערישקייט", זיך שטיצנדיק אויף די בייטראָגן פון דער פענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פאַר דער פאָרשונג פון אַפעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפטליכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פון דער היפּאָטעזע פונעם "טויטדראַנג" אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס. | ||
די השׂגה פון "צעשטערערישקייט" ווייזט זיך אַרויס צו זיין אַ טייערער באַגריף אויסצוטייטשן דעם [[נאַציזם]], וואָס פאַרבלייבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פון דער מערבד'יגער קולטור. אין זיין בוך ''מכּוח דער מענטשליכער צעשטערערישקייט, פראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט'', האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרעניצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פילאָסאָפישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפאָר. ער לייגט פאָר צו באַטראַכטן די פראַגע פון נאַציזם, לויט פראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פון אַנטסדרונג, פון כאַאָס און פאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע "כימערע" מיט איר פאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גייסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף "צעשטערערישקייט" קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זיין וויכטיגסט ווערק. באַומאַן טייטשט אויס דעם נאַציזם פונעם קוקווינקל פון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פונעם אינסטרומענטאַלן פאַרשטאַנד און פון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב מען זאָל רעדן אין פרוידיאַנישע טערמינען, קומט ראַבינאָוויטש אַרויס מיט אַ פילאָסאָפישן אַרויסזאָג לויט וועלכן לעוויאַטאַן וואָלט געקענט זיין דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "אומברענגערישע פאַרבינדונגען" מחמת צו פיל צוואַנג, און בעהעמאָט — דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "טויטגיריקע פונאַנדערבינדונגען". דערביי דאַרף קלאָר זיין — ניואַנסירט ער — אַז, אחוץ דעם, זענען פארהאן לעבנס–פאַרבינדונגען און –פונאַנדערבינדונגען : "די שיידליניע ציט זיך נישט צווישן דעם ברירה–פּאָרל פראַבינדונג/פונאַנדערבינדונג, נאָר צווישן דער קרענקליכער סכעמע אָדער דער עראָטישער דינאַמיק וואָס באַלעבן זיי". דער באַגריף צעשטערערישקייט | די השׂגה פון "צעשטערערישקייט" ווייזט זיך אַרויס צו זיין אַ טייערער באַגריף אויסצוטייטשן דעם [[נאַציזם]], וואָס פאַרבלייבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פון דער מערבד'יגער קולטור. אין זיין בוך ''מכּוח דער מענטשליכער צעשטערערישקייט, פראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט'', האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרעניצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פילאָסאָפישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפאָר. ער לייגט פאָר צו באַטראַכטן די פראַגע פון נאַציזם, לויט פראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פון אַנטסדרונג, פון כאַאָס און פאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע "כימערע" מיט איר פאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גייסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף "צעשטערערישקייט" קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זיין וויכטיגסט ווערק. באַומאַן טייטשט אויס דעם נאַציזם פונעם קוקווינקל פון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פונעם אינסטרומענטאַלן פאַרשטאַנד און פון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב מען זאָל רעדן אין פרוידיאַנישע טערמינען, קומט ראַבינאָוויטש אַרויס מיט אַ פילאָסאָפישן אַרויסזאָג לויט וועלכן לעוויאַטאַן וואָלט געקענט זיין דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "אומברענגערישע פאַרבינדונגען" מחמת צו פיל צוואַנג, און בעהעמאָט — דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "טויטגיריקע פונאַנדערבינדונגען". דערביי דאַרף קלאָר זיין — ניואַנסירט ער — אַז, אחוץ דעם, זענען פארהאן לעבנס–פאַרבינדונגען און –פונאַנדערבינדונגען : "די שיידליניע ציט זיך נישט צווישן דעם ברירה–פּאָרל פראַבינדונג/פונאַנדערבינדונג, נאָר צווישן דער קרענקליכער סכעמע אָדער דער עראָטישער דינאַמיק וואָס באַלעבן זיי". דער באַגריף צעשטערערישקייט ערלויבט זשעראַר ראַבינאָווישן צו דערקענען, אַרטיקולירן און באַטראַכטן די ענליכקייטן און אַנדערשקייטן צווישן די דערמעגלעכנדיקע באַדינגונגען און די פּראַקטישע דרכים פונעם דריטן חורבן און פונעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ אין 1994. זשעראַר ראַבינאָוויטש גייט יעצט ווייטער אָן מיט זיינע פאָרשונגען איבערן באַגריף "צעשטערערישקייט", דורך זיינע אַרבעטן וועגן נאַציזם, וועגן דעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ און וועגן דער אונטערוועלט און די מאַפיעס, ווי אויך וועגן די אָפּרופן פונעם נאַציזם אין די אויסדרוקן פון היינטיגן פונאַנדערפאַל פון געזעלשאַפטליכן צוזאַמענבונד. | ||
=== אַן עטיק פון אַנטוישונג === | === אַן עטיק פון אַנטוישונג === | ||
| שורה 18: | שורה 19: | ||
דעם אַריינקלער אין דער עטיק פון אַנטוישונג פאַרטיפט און אילוסטרירט ראַבינאָוויטש דורך זיינע אַנאַליזן איבערן [[הומאָר]], דאָס דאָזיקע צירונג פון דער קולטוראַרבעט, וואָס ליגט אינעם מענטש. אין זיין בוך ''וואָס הערט זיך שלעכטס? — ייִדישער הומאָר, אַ גייסטיקע קונסט'', טראַכט ער אַריין אין דער ספּעציפישקייט פון ייִדישן הומאָר, דעם סימן און באַווייז פון דער ייִדישער קולטור און פון ייִדישן מהות, אויף וועלכע עס ווירקט אַ כאַראַקטעריסטישע אינעווייניגסטע שפּאַנונג, די שפּאַנונג פון אַ צונויפגלידערונג צווישן אַנטוישונג אין מענטשליכקייט און משיחישן בטחון. אין אַ נייער ווערק, ''אייך זעט דאָס אויס קאָמיש ? (וואַריאַציעס וועגן געלעכטער)'', איז זשעראַר ראַבינאָוויטש ממשיך דעם אַריינקלער אין הומאָר און אין זיין עטישער שליחות. דורך אַן אַנאַליז פון די חילוקים און מיטשטימונגען צווישן די צוויי גרויסע הומאָר–טראַדיציעס — די פון ייִדישן הומאָר און די פון ענגלישן, באַלייכט ראַבינאָוויטש די באַדינגונגען וואָס דערמעגליכן הומאָר, און אַנאַליזירט זיין ציוויליזירנדיקע און ניכטער–עמאַנציפּירנדיקע ווירקונג. | דעם אַריינקלער אין דער עטיק פון אַנטוישונג פאַרטיפט און אילוסטרירט ראַבינאָוויטש דורך זיינע אַנאַליזן איבערן [[הומאָר]], דאָס דאָזיקע צירונג פון דער קולטוראַרבעט, וואָס ליגט אינעם מענטש. אין זיין בוך ''וואָס הערט זיך שלעכטס? — ייִדישער הומאָר, אַ גייסטיקע קונסט'', טראַכט ער אַריין אין דער ספּעציפישקייט פון ייִדישן הומאָר, דעם סימן און באַווייז פון דער ייִדישער קולטור און פון ייִדישן מהות, אויף וועלכע עס ווירקט אַ כאַראַקטעריסטישע אינעווייניגסטע שפּאַנונג, די שפּאַנונג פון אַ צונויפגלידערונג צווישן אַנטוישונג אין מענטשליכקייט און משיחישן בטחון. אין אַ נייער ווערק, ''אייך זעט דאָס אויס קאָמיש ? (וואַריאַציעס וועגן געלעכטער)'', איז זשעראַר ראַבינאָוויטש ממשיך דעם אַריינקלער אין הומאָר און אין זיין עטישער שליחות. דורך אַן אַנאַליז פון די חילוקים און מיטשטימונגען צווישן די צוויי גרויסע הומאָר–טראַדיציעס — די פון ייִדישן הומאָר און די פון ענגלישן, באַלייכט ראַבינאָוויטש די באַדינגונגען וואָס דערמעגליכן הומאָר, און אַנאַליזירט זיין ציוויליזירנדיקע און ניכטער–עמאַנציפּירנדיקע ווירקונג. | ||
דורך זיינע פאָרשונגען העלפט זשעראַר ראַבינאָוויטש ברענגען יענע ענדערונגען אין דער השׂגות–סיסטעם וואָס זענען אומבאַדינגט | דורך זיינע פאָרשונגען העלפט זשעראַר ראַבינאָוויטש ברענגען יענע ענדערונגען אין דער השׂגות–סיסטעם וואָס זענען אומבאַדינגט נויטיג אָנצוגיין מיט דער אַרבעט פון אַנטשיפערן און "פונאַנדערפּלאָנטערן" די היינטצייטיקע וואָר. זיין ווערק צילט צונויפצוגלידערן די ראַדיקאַלע פּסיכאָאָנאַליטישע אַנטראָפּאָלאָגיע מיט די זיך כּסדר אומקערנדיקע פראַגעס פון דער קלאַסישער פּאָליטישער פילאָסאָפיע, ווי עס האָבן זיי פאָרמולירט לעאָ שטראַוס און קלאָד לעפאָר. זשעראַר ראַבינאָוויטש לייגט די עפּיסטעמאָלאָגישע און עטישע יסודות פון אַ נייעם אופן אָנצונעמען אונזער מענטשליכן מעמד אין אונזער היינטיגער וועלט. | ||
{{גרונטסארטיר:ראבינאוויטש, זשעראר}} | {{גרונטסארטיר:ראבינאוויטש, זשעראר}} | ||
| שורה 24: | שורה 25: | ||
[[קאַטעגאָריע:פילאזאפן]] | [[קאַטעגאָריע:פילאזאפן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] | [[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|06]] | |||
[[en:Gérard Rabinovitch]] | |||
[[קאַטעגאָריע:געבוירן אין 1948]] | |||