אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה אריה לייב אלטער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:47, 22 נאוועמבער 2022

רבי יהודה אריה לייב אלטער (א' אייר ה'תר"ז 1847 - ה' שבט, ה'תרס"ה 1905) איז געווען גערעררבי, און דער מחבר פון די ספרים שפת אמת עה"ת און אויך חידושים אויף ש"ס און יורה דעה, וואס זענען ברייט אנגענומען אין רוב יידישע קרייזן. אונטער זיין פירערשאפט איז גער געווארן דאס צענטראלע חסידות אין קאנגרעס פוילן.

משפחה

דער שפת אמת האט חתונה געהאט מיט יוכבד רבקה קאמינער, א טאכטער פון רבי יודל קאמינער פון כענטשין. זייערע קינדער:

  • רבי אברהם מרדכי (תרכ"ו-תש"ח), דער "אמרי אמת", גערער רבי און נשיא פון דער מועצת גדולי התורה
  • יצחק מאיר, נפטר געווארן יונגערהייט
  • רבי משה בצלאל (תרכ"ט - תש"ב), איידעם ביי זיין פעטער שמעון חיים אלטער
  • מרת אסתר, ווייב פון הרב יעקב מאיר בידערמאן
  • רבי נחמיה (ח' אב ה'תרל"ה - כ"ב תמוז ה'תש"ב)
  • רבי מנחם מענדל אלטער, רב פון פאבעניץ
  • חנוך חיים, נפטר געווארן יונגערהייט
  • די ווייב פון הרב הירש היינעך לעווין, בענדינער רב
פריערדיגער:
ערשטער
דער גערער רבי נאָכפאלגער:
הרב אברהם מרדכי אלטער
"אמרי אמת"

מוסטער:חסידות־שטומף