אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם דוד הורוויץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (רבי פייפלינקס)
ק (החלפת טקסט – "קאסאוו" ב־"קאסוב")
 
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
{{רב
{{רב
| אידישע געבורט דאטום = כ"ב חשוון ה'תרע"ב
| אידישע געבורט דאטום = כ"ב חשון ה'תרע"ב
| אידישע טויט דאטום = ו' אלול ה'תשס"ד
| אידישע טויט דאטום = ו' אלול ה'תשס"ד
}}
}}


הרב '''אברהם דוד הורוויץ''' ([[כ"ב חשוון]] [[ה'תרע"ב]] - [[ו' אלול]] [[ה'תשס"ד]]) איז געווען דער [[שטראסבורג]]ער רב און א [[דיין]] אין דער [[עדה החרדית]].
הרב '''אברהם דוד הורוויץ''' ([[כ"ב חשון]] [[ה'תרע"ב]] - [[ו' אלול]] [[ה'תשס"ד]]) איז געווען דער [[שטראסבורג]]ער רב און א [[דיין]] אין דער [[עדה החרדית]].
== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==
רבי אברהם דוד איז געבוירן געווארן אין [[באלעכאוו]], א קליין שטעטל אין [[גאליציע]] (היינט צו טאגס אין [[פוילן]]), צו זיין פאטער ר' זלמן לייב שלמה יהודה וועלכער פלעגט דינען אלס א דיין אין [[פשעווארסק]] און עטליכע יארן שפעטער זיין אויפגאבע איז געווען אב בית דין פון באלעכאוו; זיין זיידע פון זיין פאטער'ס זייט איז געווען א תלמיד פון [[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין]] פון [[זידיטשוב (חסידות)|זידיטשויב]]. זיין מוטער, מרת ראשא, איז געווען א טאכטער פון רבי פינחס חיים הלוי הורוויץ,{{הערה|הקדמה צו "בית פינחס" על התורה}} ראש בית דין אין [[קאסאוו]], מחבר פון "פתחא זוטא" און א וויזשניצער חסיד. ווען ער איז געווארן דריי יאר אלט איז זיין מאמע נפטר געווארן, און געציילטע יארן שפעטער איז אויך זיין טאטע אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין זיידע וואס האט איהם אויפגעצויגן אזוי ווי אן אייגן קינד.  
רבי אברהם דוד איז געבוירן געווארן אין [[באלעכאוו]], א קליין שטעטל אין [[גאליציע]] (היינט צו טאגס אין [[פוילן]]), צו זיין פאטער ר' זלמן לייב שלמה יהודה וועלכער פלעגט דינען אלס א דיין אין [[פשעווארסק]] און עטליכע יארן שפעטער זיין אויפגאבע איז געווען אב בית דין פון באלעכאוו; זיין זיידע פון זיין פאטער'ס זייט איז געווען א תלמיד פון [[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין]] פון [[זידיטשוב (חסידות)|זידיטשויב]]. זיין מוטער, מרת ראשא, איז געווען א טאכטער פון רבי פינחס חיים הלוי הורוויץ,{{הערה|הקדמה צו "בית פינחס" על התורה}} ראש בית דין אין [[קאסוב]], מחבר פון "פתחא זוטא" און א וויזשניצער חסיד. ווען ער איז געווארן דריי יאר אלט איז זיין מאמע נפטר געווארן, און געציילטע יארן שפעטער איז אויך זיין טאטע אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין זיידע וואס האט איהם אויפגעצויגן אזוי ווי אן אייגן קינד.  


צוזאמען מיט זיין זיידע, האבן זיי זיך אריבערגעצויגן אין [[גרויסווארדיין]], וואו ער איז דערנעטערט געווארן צו [[רבי ישראל האגער (א)|רבי ישראל האגער]], דער אהבת ישראל פון [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניץ]], און שפעטער געווארן איינער פון זיינע פראמינענטע תלמידים. דערנאך ער האט געדינט אלס וויזשניצער ראש ישיבה פאר א שטיקל צייט. בזיווג ראשון האט ער געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון רבי אליעזר ליפא זילבערמאן, א רב אין [[ראצפערט]]. אומגעפער א יאר נאך זיין חתונה האט ער זיך צוריקגעקערט אין גרויסווארדיין און נתמנה געווארן צו דינען אלס א דיין דורך דעם ארטיגן רב פון שטאט רבי פנחס סג"ל צימעטבוים.  
צוזאמען מיט זיין זיידע, האבן זיי זיך אריבערגעצויגן אין [[גרויסווארדיין]], וואו ער איז דערנעטערט געווארן צו [[רבי ישראל האגער (אהבת ישראל)|רבי ישראל האגער]], דער אהבת ישראל פון [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניץ]], און שפעטער געווארן איינער פון זיינע פראמינענטע תלמידים. דערנאך ער האט געדינט אלס וויזשניצער ראש ישיבה פאר א שטיקל צייט. בזיווג ראשון האט ער געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון רבי אליעזר ליפא זילבערמאן, א רב אין [[ראצפערט]]. אומגעפער א יאר נאך זיין חתונה האט ער זיך צוריקגעקערט אין גרויסווארדיין און נתמנה געווארן צו דינען אלס א דיין דורך דעם ארטיגן רב פון שטאט רבי פנחס סג"ל צימעטבוים.  


ווען די [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטע וועלט מלחמה]] האט אויסגעבראכן, איז ער געשיקט געווארן אין ארבייט'ס לאגערן, וואו ער האט געליטן פון פארשידענע מחלות, שטארקע און שרעקליכע ייסורים און מיטגעמאכט זייער א סאך אין יענער צייט. ליידער זיין ווייב און זיינע פינף קינדער האבן נישט איבערגעלעבט דער מלחמה און דערמארדעט געווארן דורך די נאציס. טראצדעם וואס ער האט זיך געליטן זייער א סאך און האט פארלוירן זיין משפחה, האט ער זיך געראטעוועט, און ווען די [[צווייטע וועלט מלחמה]] האט זיך ענדליך געענדיגט איז ער געווארן רב אין דעם פליטים לאגער אין [[לימבורג]], [[דייטשלאנד]]. אויך איז ער געווען א רב פון דער אידישער קהילה אין [[לאנדסבערג]] און [[אויסבורג]]. צום צווייטן מאל האט ער געהייראט מרת נחמה, א טאכטער פון רבי יחזקאל ווידמאן, א וויזשניצער חסיד און א רב פון דער [[סיטשעל|סיטשלער]] קהילה.
ווען די [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטע וועלט מלחמה]] האט אויסגעבראכן, איז ער געשיקט געווארן אין ארבייט'ס לאגערן, וואו ער האט געליטן פון פארשידענע מחלות, שטארקע און שרעקליכע ייסורים און מיטגעמאכט זייער א סאך אין יענער צייט. ליידער זיין ווייב און זיינע פינף קינדער האבן נישט איבערגעלעבט דער מלחמה און דערמארדעט געווארן דורך די נאציס. טראצדעם וואס ער האט זיך געליטן זייער א סאך און האט פארלוירן זיין משפחה, האט ער זיך געראטעוועט, און ווען די [[צווייטע וועלט מלחמה]] האט זיך ענדליך געענדיגט איז ער געווארן רב אין דעם פליטים לאגער אין [[לימבורג]], [[דייטשלאנד]]. אויך איז ער געווען א רב פון דער אידישער קהילה אין [[לאנדסבערג]] און [[אויסבורג]]. צום צווייטן מאל האט ער געהייראט מרת נחמה, א טאכטער פון רבי יחזקאל ווידמאן, א וויזשניצער חסיד און א רב פון דער [[סיטשעל|סיטשלער]] קהילה.
שורה 22: שורה 22:
* רבי יחזקאל, אב"ד קניין תורה אין מאנסי. ער האט געהייראט מרת ביילא.
* רבי יחזקאל, אב"ד קניין תורה אין מאנסי. ער האט געהייראט מרת ביילא.
* מרת רבקה, ווייב פון רבי יהושע העשיל אייכנשטיין, [[זידיטשוב|זידיטשאווער]] רבי אין [[שיקאגא]].
* מרת רבקה, ווייב פון רבי יהושע העשיל אייכנשטיין, [[זידיטשוב|זידיטשאווער]] רבי אין [[שיקאגא]].
* מרת שרה, די אלמנה פון רבי אהרן מאיר אייכנשטיין, (נפטר געווארן [[י"ח חשוון]] [[ה'תשע"ו]]) דער זידיטשויב-קיוויאשדער רבי פון [[מאנסי]] אב"ד זכרון אלעזר, זון פון רבי יצחק אייזיק.
* מרת שרה, די אלמנה פון רבי אהרן מאיר אייכנשטיין, (נפטר געווארן [[י"ח חשון]] [[ה'תשע"ו]]) דער זידיטשויב-קיוויאשדער רבי פון [[מאנסי]] אב"ד זכרון אלעזר, זון פון רבי יצחק אייזיק.
* מרת רייזל, די ווייב פון רבי יוסף דוב באב"ד, דער רב פון דער [[בעלזא|בעלזער]] קהילה אין [[לאנדאן]].
* מרת רייזל, די ווייב פון רבי יוסף דוב באב"ד, דער רב פון דער [[בעלזא|בעלזער]] קהילה אין [[לאנדאן]].
* מרת פייגא, די ווייב פון רבי חיים שרגא פייוול שנייבאלג, גאב"ד קהל אברכים מאנסי.
* מרת פייגא, די ווייב פון רבי חיים שרגא פייוול שנייבאלג, גאב"ד קהל אברכים מאנסי.

יעצטיגע רעוויזיע זינט 22:12, 27 יוני 2024

רבי אברהם דוד הורוויץ
געבורט כ"ב חשון ה'תרע"ב
טויט ו' אלול ה'תשס"ד (אלט: 92)

הרב אברהם דוד הורוויץ (כ"ב חשון ה'תרע"ב - ו' אלול ה'תשס"ד) איז געווען דער שטראסבורגער רב און א דיין אין דער עדה החרדית.

ביאגראפיע

רבי אברהם דוד איז געבוירן געווארן אין באלעכאוו, א קליין שטעטל אין גאליציע (היינט צו טאגס אין פוילן), צו זיין פאטער ר' זלמן לייב שלמה יהודה וועלכער פלעגט דינען אלס א דיין אין פשעווארסק און עטליכע יארן שפעטער זיין אויפגאבע איז געווען אב בית דין פון באלעכאוו; זיין זיידע פון זיין פאטער'ס זייט איז געווען א תלמיד פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשויב. זיין מוטער, מרת ראשא, איז געווען א טאכטער פון רבי פינחס חיים הלוי הורוויץ,[1] ראש בית דין אין קאסוב, מחבר פון "פתחא זוטא" און א וויזשניצער חסיד. ווען ער איז געווארן דריי יאר אלט איז זיין מאמע נפטר געווארן, און געציילטע יארן שפעטער איז אויך זיין טאטע אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין זיידע וואס האט איהם אויפגעצויגן אזוי ווי אן אייגן קינד.

צוזאמען מיט זיין זיידע, האבן זיי זיך אריבערגעצויגן אין גרויסווארדיין, וואו ער איז דערנעטערט געווארן צו רבי ישראל האגער, דער אהבת ישראל פון וויזשניץ, און שפעטער געווארן איינער פון זיינע פראמינענטע תלמידים. דערנאך ער האט געדינט אלס וויזשניצער ראש ישיבה פאר א שטיקל צייט. בזיווג ראשון האט ער געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון רבי אליעזר ליפא זילבערמאן, א רב אין ראצפערט. אומגעפער א יאר נאך זיין חתונה האט ער זיך צוריקגעקערט אין גרויסווארדיין און נתמנה געווארן צו דינען אלס א דיין דורך דעם ארטיגן רב פון שטאט רבי פנחס סג"ל צימעטבוים.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, איז ער געשיקט געווארן אין ארבייט'ס לאגערן, וואו ער האט געליטן פון פארשידענע מחלות, שטארקע און שרעקליכע ייסורים און מיטגעמאכט זייער א סאך אין יענער צייט. ליידער זיין ווייב און זיינע פינף קינדער האבן נישט איבערגעלעבט דער מלחמה און דערמארדעט געווארן דורך די נאציס. טראצדעם וואס ער האט זיך געליטן זייער א סאך און האט פארלוירן זיין משפחה, האט ער זיך געראטעוועט, און ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך ענדליך געענדיגט איז ער געווארן רב אין דעם פליטים לאגער אין לימבורג, דייטשלאנד. אויך איז ער געווען א רב פון דער אידישער קהילה אין לאנדסבערג און אויסבורג. צום צווייטן מאל האט ער געהייראט מרת נחמה, א טאכטער פון רבי יחזקאל ווידמאן, א וויזשניצער חסיד און א רב פון דער סיטשלער קהילה.

אין תש"ז איז ער באשטימט געווארן רב פון דער עדת ישראל שול אין שטראסבורג, פראנקרייך און קורץ נאכהער איז ער געווארן אב בית דין פון דער קהילה. דערצו האט ער אויפגעשטעלט א כשרות סיסטעם וועלכע איז געווען זייער באוואוסט צווישן א סאך אידן פון גאנץ פראנקרייך.

אין תשל"ט האבן זיי זיך געצויגן קיין ירושלים, וואו מ'האט אים אויפגענומען אלס דיין אין דער עדה החרדית און רב פון דעם זשופניק בית המדרש. ו' אלול ה'תשס"ד איז ער נפטר געווארן, און ער איז באערדיגט געווארן אין הר הזיתים אין ירושלים.

פאמיליע

יבזיווג ראשון ער האט געהייראט מרת ברכה, א טאכטער פון רבי אליעזר ליפא זילבערמאן, רבי אין ראצפערט, א זון פון רבי משה, רבי אין ראצפערט, און איידעם פון נפתלי האלבערשטאם פון רודניק. זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אירע פינף קינדער, הי"ד.

נאך דער מלחמה אין יאר ה'תש"ה האט ער געהייראט זיין צווייטע ווייב, מרת נחמה (תרפ"א - ל' אב תשע"ב)[2], טאכטער פון ר' יחזקאל ווידמאן גאב"ד סיטשל, א וויזשניצער חסיד. זייערע קינדער:

  • רבי יחזקאל, אב"ד קניין תורה אין מאנסי. ער האט געהייראט מרת ביילא.
  • מרת רבקה, ווייב פון רבי יהושע העשיל אייכנשטיין, זידיטשאווער רבי אין שיקאגא.
  • מרת שרה, די אלמנה פון רבי אהרן מאיר אייכנשטיין, (נפטר געווארן י"ח חשון ה'תשע"ו) דער זידיטשויב-קיוויאשדער רבי פון מאנסי אב"ד זכרון אלעזר, זון פון רבי יצחק אייזיק.
  • מרת רייזל, די ווייב פון רבי יוסף דוב באב"ד, דער רב פון דער בעלזער קהילה אין לאנדאן.
  • מרת פייגא, די ווייב פון רבי חיים שרגא פייוול שנייבאלג, גאב"ד קהל אברכים מאנסי.
  • מרת מרים, די ווייב פון מנחם מענדיל האגער, וויזשניצער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ.
  • מרת לאה, די ווייב פון רבי אליעזר ערנסטער, רב פון מאור חיים אין צפת.

זיינע ספרים

  • קנין תורה
  • שו"ת

רעפערענצן

  1. הקדמה צו "בית פינחס" על התורה
  2. די שטראסבורגער רביצין, אויף JDN(העברעאיש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!