אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בדיקת חמץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט בדיקת חמץ צו רוי:בדיקת חמץ אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
אין תקציר עריכה
 
(6 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = The ceremonial 'search for chametz' done the evening prior to the 1st night of Passover.|העב=המצווה לחפש את החמץ בערב חג הפסח כדי לבערו מהבית|}}
'''בדיקת חמץ''' איז די [[מצווה]] פון זוכן [[חמץ]] פאר [[פסח]] כדי אויסצורוימען עס פונעם שטוב, אזוי ווי די [[משנה]] זאגט: <span style="font-size:120%;">אור ל[[י"ד ניסן|ארבעה עשר]] בודקים את החמץ לאור הנר.</span>  ([[מסכת פסחים]], פרק א', א')
'''בדיקת חמץ''' איז די [[מצווה]] פון זוכן [[חמץ]] פאר [[פסח]] כדי אויסצורוימען עס פונעם שטוב, אזוי ווי די [[משנה]] זאגט: <span style="font-size:120%;">אור ל[[י"ד ניסן|ארבעה עשר]] בודקים את החמץ לאור הנר.</span>  ([[מסכת פסחים]], פרק א', א')


שורה 29: שורה 30:
{{רעפליסטע}}
{{רעפליסטע}}


{{הלכה}}
{{חג הפסח}}
{{הבהרה הלכתית}}


[[קאַטעגאָריע:פסח]]
[[קאַטעגאָריע:פסח]]
שורה 36: שורה 38:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:בדיקת חמץ]]
[[קאַטעגאָריע:חמץ]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:39, 17 יוני 2024

בדיקת חמץ איז די מצווה פון זוכן חמץ פאר פסח כדי אויסצורוימען עס פונעם שטוב, אזוי ווי די משנה זאגט: אור לארבעה עשר בודקים את החמץ לאור הנר. (מסכת פסחים, פרק א', א')

אין הלכה ווערט געברענגט דריי זאכן וואס מען טוט צו פארזיכערן אז מ'האט נישט קיין חמץ אין שטוב פסח: בדיקה, ביטול און ביעור.[1] נאך דער בדיקה איז מען מבטל (מען אנולירט דאס חמץ; ד"ה, מען זאגט אז דאס חמץ וואס איז אפשר נאך דא אבער מ'האט נישט געטראפן ביים זוכן זאל ווערן כ'עפרא דארעא' (שטויב פון דער ערד). צומארגן, ערב פסח, טוט מען מבער זיין דאס חמץ וואס מ'האט געטראפן ביים בודק זיין. (נארמאל טוט מען פארברענען דאס חמץ.)

בדיקת חמץ

מ'מוז פריער גוט אויסרייניגן דאס הויז פון יעדן ברעקל חמץ, נאכן אויסרייניגן איז מען בודק חמץ, דאס מיינט, אז מ'דארף אונטערזוכן דאס הויז צום שיין פון א ליכט.

די נאכט פון י"ד ניסן, וואס איז פאר פסח ביינאכט, גילט דער חיוב בודק צו זיין דאס חמץ מיט א ליכטל, וואו אימער עס איז מעגלעך געקומען חמץ איבערן יאר אין זיין רשות. איידער מען הייבט אן די בדיקה מאכט מען די ברכה: ברוך אתה ד' אלוקינו מלך העולם, אשר קדשנו במצוותיו וציוונו על ביעור חמץ. כאטש די ברכה באציט זיך אויף ביעור חמץ – וואס ווערט געמאכט ערשט צומארגנס – און נישט אויף דער בדיקה, אבער מען מאכט די ברכה ווען מען הייבט אן די מצוה, ווען מען איז בודק. בייטאג מאכט מען נישט קיין ברכה (נאר ס'איז דא פוסקים וואס האלטן אז טאמער מ'האט פארגעסן מאכן די ברכה פארן בודק זיין, זאל מען מאכן די ברכה פארן פארברענען דאס חמץ.[2]

מ'דארף בודק חמץ זיין יעדע ארט:

  • אין יעדן ווינקל אין שטוב
  • אין קעלער
  • אין בוידעם
  • אין אויטאמאביל
  • אין ביזנעס

ווען ערב פסח געפאלט שבת, קען מען נישט בודק זיין מיט א ליכטל פרייטאג צונאכט, נאר מען איז בודק א נאכט פריער, דאנערשטאג ביינאכט.

איינער וואס פארט אוועק אויף פסח און איז נישט אין די נאכט וואס מ'דארף בודק חמץ זיין, דארף ער בודק חמץ זיין אין שטוב די לעצטע נאכט איידער ער פארט אוועק, אבער קיין ברכה מאכט ער נישט.

כל חמירא

אויך דארף מען מבטל זיין דאס חמץ דאס מיינט מען איז מפקיר דאס חמץ, די לשון חז"ל איז "ביטול מטעם הפקר", כדי מ'זאל נישט עובר זיין אויף בל יראה אויף די חמץ וואס מ'האט נישט געטראפן בשעת'ן בודק זיין און עס איז געבליבן אומוועלנדיג אונטער די אייגענטומערשאפט.

מ'קען נישט מבטל זיין חמץ וואס מ'ווייסט ווי ס'ליגט און מ'פלאנט עס צו פארקויפן צו א גוי און ניצן נאך פסח, ווייל עס מוז זיין א ערענסטע הפקר מיטן גאנצן הארץ.

כל חמירא איז די ניסוח וואס מ'זאגט ווען מען איז מפקיר די חמץ, עס איז אויף אראמיש ווייל דאס איז אמאל געווען די לשון בני אדם, ווייל ווען מ'איז מ'איז מפקיר די חמץ מוז מען פארשטיין וואס מ'זאגט, ווייל עס איז פון הארץ, דעריבער היינט אויב איינער פארשטייט נישט די ווערטער פון כל חמירא מוז ער עס זאגן אויף אידיש אדער די שפראך וואס ער פארשטייט. די אנדערע שפראכן זענען געווענליך געדרוקט אין די סידורים.


רעפערענצן

  1. לכתחילה איז גענוג אדער ביטול אדער ביעור, אבער די חכמים האבן מתקן געווען אז מ'זאל מאכן ביידע.
  2. שו"ע אורח חיים סימן תלב


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

Scroll 2 (PSF).png דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!