אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי חיים לייב כ"ץ"
(קידוד קישורים, החלפות (הספרייה), צוגעלייגט אינטערשפראך לינק, צוגעלייגט דעסקריפציע, נאך ענדערונגען) |
תכלית (שמועס | ביישטייערונגען) ק ((diffedit)) |
||
שורה 23: | שורה 23: | ||
==זיין השפעה== | ==זיין השפעה== | ||
דער רב איז | דער רב איז באוואוסט אלס א גאון בתורה אין א בקי בהוראה. זיינע ספרים באשיינען די הלכה'דיגע וועלט, איבערהויפט זיין באוואוסטן ספר "וזרעם לפניך יכון" וואס האנדלט אין די שווערע סוגיות פון פריה ורביה. דער רב איז א שארפער מתנגד פון "טיפולי פוריות", אין האט אויך ארויסגעטרעטן קעגן געוויסע ארגענעזאצייעס וואס טוהן אין דעם נושא. | ||
דער רב איז דער מכשיר פון דעם "בארא פארק'ן עירוב", אויף וואס גדולי הרבנים זענען ארויס קעגן דעם היתר, צווישן זיי דעם וועלט בארימטן פוסק [[רבי משה פיינשטיין]], די בעלזער אין קלויזענבורג'ער חסידים אין בארא פארק זענען זיך יא סומך אויף זיין היתר. | דער רב איז דער מכשיר פון דעם "בארא פארק'ן עירוב", אויף וואס גדולי הרבנים זענען ארויס קעגן דעם היתר, צווישן זיי דעם וועלט בארימטן פוסק [[רבי משה פיינשטיין]], די בעלזער אין קלויזענבורג'ער חסידים אין בארא פארק זענען זיך יא סומך אויף זיין היתר. |
רעוויזיע פון 09:50, 7 יוני 2024
ביי מצות באקן | |
געבורט |
כ"א אדר ה'ת"ש מאקאווא |
---|---|
וואוין אָרט | בארא פארק |
תחומי עיסוק | רב, מנהיג עדה, פוסק הלכה |
ספרים | נחלי בינה, וזרעם לפניך יכון אין נאך |
רבי חיים יהודה לייב הכהן כץ, (ווערט גערופן "רבי חיים לייב") (געבוירן כ"א אדר ה'ת"ש) איז דער סערדעהעלער רב, פון די אנגעזענע רבנים און פוסקי הלכה אין בארא פארק, א מחבר פון א רייע ספרי הלכה.
לעבנס געשיכטע
ער איז געבוירן אין שטאט מאקאווא צו זיין פאטער רבי יהושע, וואס האט דעמאלס געדונט אלס א דיין אין שטאט, און איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס רב פון סאמבאטהעלי.
א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר אלס ראש כולל פאר סאטמארע יונגעלייט. מיט די צייט איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין אין מורה הוראה אינעם בעלזער בית מדרש אין בארא פארק.
אין די שפעטעריגע יארן האט ער מייסד געווען זיין בית מדרש און קהילה "סערדעהעלי", אויף די 44'סטע גאס אין בארא פארק. היינט פארמאגט די קהילה, מוסדות החינוך, צווישן זיי א ישיבה גדולה אין א ישיבה קטנה אין בארא פארק.
זיין השפעה
דער רב איז באוואוסט אלס א גאון בתורה אין א בקי בהוראה. זיינע ספרים באשיינען די הלכה'דיגע וועלט, איבערהויפט זיין באוואוסטן ספר "וזרעם לפניך יכון" וואס האנדלט אין די שווערע סוגיות פון פריה ורביה. דער רב איז א שארפער מתנגד פון "טיפולי פוריות", אין האט אויך ארויסגעטרעטן קעגן געוויסע ארגענעזאצייעס וואס טוהן אין דעם נושא.
דער רב איז דער מכשיר פון דעם "בארא פארק'ן עירוב", אויף וואס גדולי הרבנים זענען ארויס קעגן דעם היתר, צווישן זיי דעם וועלט בארימטן פוסק רבי משה פיינשטיין, די בעלזער אין קלויזענבורג'ער חסידים אין בארא פארק זענען זיך יא סומך אויף זיין היתר.
זיינע ספרים
- נחלי בינה אויף מצות נטילת ארבעה מינים, ברוקלין, תשנ"א.
- נחלי בינה אויף ראש השנה, ברוקלין, תשל"ו.
- נחלי בינה אויף יום הושענא רבה אין אויף סדר הושענות, ברוקלין, תשנ"ב.
- נחלי בינה אויף די 4 טעג צווישן יום הכיפורים אין סוכות אין אויף מצות סוכה, ברוקלין, תשמ"ה.
- נחלי בינה אויף חודש אדר אין ד' פרשיות, אין א צווייטע דריק אויף ימי הפורים, ברוקלין, תשמ"ב.
- ויגד משה הלכות ליל הסדר, ברוקלין, תש"ם (צווייטע דריק - תשנ"ב).
- וזרעם לפניך יכון, לברר האיסורים החמורים והמכשולות הגדולות שכרוכים באופנים החדשים שהמציאו הרופאים להוליד, ברוקלין, תשע"ו.
קישורים חיצוניים
- ספר נחלי בינה על חודש אדר באוצר החכמה.
- ספריו באתר הספרייה הלאומית.
- קביעת מזוזה למחנה סעהרדלי עם בני ישיבתו באתר בחצרות הקודש.