אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שמעון שטיינבערג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע")
ק (הוספת קישור בינוויקי en:Shimon Shteynberg)
 
(9 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = Russian musician|העב=מוזיקאי רוסי|}}
'''שמעון שטיינבערג''' ([[1887]], [[אדעס]], געוועזענע [[רוסלענדישע אימפעריע]] - [[1955]], [[טשערנאוויץ]], [[ראטנפארבאנד]], היינט [[אוקראינע]]) איז געווען א [[איד]]ישער [[קאמפאזיטאר]].
'''שמעון שטיינבערג''' ([[1887]], [[אדעס]], געוועזענע [[רוסלענדישע אימפעריע]] - [[1955]], [[טשערנאוויץ]], [[ראטנפארבאנד]], היינט [[אוקראינע]]) איז געווען א [[איד]]ישער [[קאמפאזיטאר]].


שורה 9: שורה 10:


==ווערק==
==ווערק==
שטיינבערג האט פארפאסט מוזיק צו איבער א הונדערט [[בינע]]-ווערק,  צווישן זיי :"ריסטאקראטן",  "סטעמפעניו",  "[[טביה דער מילכיקער]]",  "מזל-טוב",  "אגענטן",  "[[בלאנדנזדע שטערן]]" פון [[שלום עליכם]],  "בעלי-טובות" לויט [[מענדעלע מוכר ספרים]],  "אין ברען" פון מ.דניאל,  "שבתי-צבי" פון ז.זשולאווסקי,  "די משפחה אוואדיס", "כל-נדרי", "אויפשטאנד אין געטא" פון [[פרץ מארקיש]], "די אן קיין שולד שולדיגע " פון [[א.אסטראווסקי]], "דער קארגער" פון [[מאליער]], "מאריא סטוארט" פון [[וו.הוגא]], "שעפסן-קוואל" פון [[לאפע דע וועגא]], "פרינצעסן טוראנדאט" פון [[ק.גאצי]], "רוסישע מענטשן" פון ק.סימאנאוו, "אנפאל" פון ל.לעאנאוו, "דאס צוימען פון אן אנגעשפארטער", "דער סוחר פון ווענעציע"  פון [[שייקספיר]], "דער דינער פון צוויי הערן" פון [[ק.גאלדאני]]  אאוו.
שטיינבערג האט פארפאסט מוזיק צו איבער א הונדערט [[בינע]]-ווערק,  צווישן זיי :"ריסטאקראטן",  "סטעמפעניו",  "[[טביה דער מילכיגער]]",  "מזל-טוב",  "אגענטן",  "[[בלאנדנזדע שטערן]]" פון [[שלום עליכם]],  "בעלי-טובות" לויט [[מענדעלע מוכר ספרים]],  "אין ברען" פון מ.דניאל,  "שבתי-צבי" פון ז.זשולאווסקי,  "די משפחה אוואדיס", "כל-נדרי", "אויפשטאנד אין געטא" פון [[פרץ מארקיש]], "די אן קיין שולד שולדיגע " פון [[א.אסטראווסקי]], "דער קארגער" פון [[מאליער]], "מאריא סטוארט" פון [[וו.הוגא]], "שעפסן-קוואל" פון [[לאפע דע וועגא]], "פרינצעסן טוראנדאט" פון [[ק.גאצי]], "רוסישע מענטשן" פון ק.סימאנאוו, "אנפאל" פון ל.לעאנאוו, "דאס צוימען פון אן אנגעשפארטער", "דער סוחר פון ווענעציע"  פון [[שייקספיר]], "דער דינער פון צוויי הערן" פון [[ק.גאלדאני]]  אאוו.


א חוץ דעם, ער האט געשאפן עטליכע [[אפערע]]ס, [[אראטאריע]]ס, [[סינפאניע]]ס, פילצאליקע מוסטערן פון [[קאמער-מוזיק]] /[[סטרונע-קווארטעטן]], [[קלארינעט]] [[קווינטעט]]ן, [[אקטעט]]ן, פידל [[סאלא]] מוזיק, מוזיק פאר [[קנעפל-אקארדיאן]] /[[באיאן]]/, באארבעטונגען פון יידישע, אוקראאינישע, קאזאכישע, קירגיזישע, טורקמענישע [[פאלק]]ס-מעלאדיעס און [[ליד]]ער, אריגינעלע לידער. עס טיילן זיך באזונדער אויס מיט זייער פאפולערקייט : "נאקטורן" פאר [[פידל]] /[[וויאלאנטשעל]]/ מיט [[ארקעסטער]], זעקס פידל [[עטיוד]]ן אויף יידישע טעמעס, "[[חסיד]]ישער [[טאנץ]]", "די יידישע סינפאניע", "קירגיזישע [[עסקיז]]ן", "צוויי אוזבעקישע [[סואיטע]]ס", "זעכצן עסקיזן אויף די טעמעס פון יידישע חתנות",  לידער אויף די ווערטער פונעם בארימטן יידישן [[משל]]ים-שרייבער פון טשערנאוויץ [[אליעזר שטיינבארג]], "אוקראאינישער האפאק".
א חוץ דעם, ער האט געשאפן עטליכע [[אפערע]]ס, [[אראטאריע]]ס, [[סינפאניע]]ס, פילצאליקע מוסטערן פון [[קאמער-מוזיק]] /[[סטרונע-קווארטעטן]], [[קלארינעט]] [[קווינטעט]]ן, [[אקטעט]]ן, פידל [[סאלא]] מוזיק, מוזיק פאר [[קנעפל-אקארדיאן]] /[[באיאן]]/, באארבעטונגען פון יידישע, אוקראאינישע, קאזאכישע, קירגיזישע, טורקמענישע [[פאלק]]ס-מעלאדיעס און [[ליד]]ער, אריגינעלע לידער. עס טיילן זיך באזונדער אויס מיט זייער פאפולערקייט : "נאקטורן" פאר [[פידל]] /[[וויאלאנטשעל]]/ מיט [[ארקעסטער]], זעקס פידל [[עטיוד]]ן אויף אידישע טעמעס, "[[חסיד]]ישער [[טאנץ]]", "די יידישע סינפאניע", "קירגיזישע [[עסקיז]]ן", "צוויי אוזבעקישע [[סואיטע]]ס", "זעכצן עסקיזן אויף די טעמעס פון יידישע חתנות",  לידער אויף די ווערטער פונעם בארימטן יידישן [[משל]]ים-שרייבער פון טשערנאוויץ [[אליעזר שטיינבארג]], "אוקראאינישער האפאק".
==סטיל==
==סטיל==
שטיינבערג'ס מוזיק איז פארפאסט געווארן אויפן פעסטן באדן פון [[קלאסיש]]ער טראדיציע פונעם סוף 19טן – אנהייב 20סטן יארהונדערטער. ער האט אויסגעארבעט זיין מוזיק-[[לשון]] אויפן סמך פון [[כליזמר]] מוזיק, [[חזנות]] און שטייגערישער [[פאלקס-ליד]]. ער האט גרינטלעך באהערשט די קאמפאזיטארישע טעכניק מיט ראפינירקייט. זיין מוזיק איז הארציק און אויסדרוקספול. אין די גרעסערע ווערק האט ער זיך אנטפלעקט ווי א קאמפאזיטאר פון א ברייטן סינפאנישן ארט [[דענקען]].
שטיינבערג'ס מוזיק איז פארפאסט געווארן אויפן פעסטן באדן פון [[קלאסיש]]ער טראדיציע פונעם סוף 19טן – אנהייב 20סטן יארהונדערטער. ער האט אויסגעארבעט זיין מוזיק-[[לשון]] אויפן סמך פון [[כליזמר]] מוזיק, [[חזנות]] און שטייגערישער [[פאלקס-ליד]]. ער האט גרינטלעך באהערשט די קאמפאזיטארישע טעכניק מיט ראפינירקייט. זיין מוזיק איז הארציק און אויסדרוקספול. אין די גרעסערע ווערק האט ער זיך אנטפלעקט ווי א קאמפאזיטאר פון א ברייטן סינפאנישן ארט [[דענקען]].
שורה 19: שורה 20:
# טביה שקלאווער, יוביליי פון א יידישן קאמפאזיטאר, "[[ביראבידזשאנער שטערן]]", #6 /10599/, 01/10/1988, [[ביראבידזשאן]]
# טביה שקלאווער, יוביליי פון א יידישן קאמפאזיטאר, "[[ביראבידזשאנער שטערן]]", #6 /10599/, 01/10/1988, [[ביראבידזשאן]]
{{גרונטסארטיר:שטיינבערג, שמעון}}
{{גרונטסארטיר:שטיינבערג, שמעון}}
[[קאַטעגאָריע:יידישע קאמפאזיטארן]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע קאמפאזיטארן]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|05]]
[[en:Shimon Shteynberg]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:33, 23 מאי 2024

שמעון שטיינבערג (1887, אדעס, געוועזענע רוסלענדישע אימפעריע - 1955, טשערנאוויץ, ראטנפארבאנד, היינט אוקראינע) איז געווען א אידישער קאמפאזיטאר.

לעבן

שמעון'ס טאטע איז געווען אן ארבעטער פון א טאבעק-פאבריק, געשטארבן אז שמעון איז נאך געווען א קליין קינד. זיין מאמע איז געווען א נייטערן און א מאדיסטקע, זי האט חתונה געהאט צום צווייטן מאל מיט א כליזמר און מארשאלעק, פון וועלכן שמעון האט גענומען לערנען מוזיק און טעאטער. שפעטער האט ער זיך געלערנט אויף די מוזיק-קורסן ביי לאנגלערן, וואו זיין פידל-לערער איז געווען משה חיט. צו פופצן יאר אלט האט שמעון שוין געשפילט נישט נאר אויף די חתונות, נאר אויך אין די טעאטער-ארקעסטערן און שוין געשאפן עטליכע קאמפאזיציעס. ער האט זיך שפעטער געלערנט און גראדואירט פון דער אדעסער קאנסערוואטאריע, וואו זיין לערער איז געווען וויטאלד מאלישעווסקי – א תלמיד פון נ.א.רימסקי-קארסאקאוו.

שמעון שטיינבערג איז געווען דער מוזיק-לייטער פון דעם אדעסער רוסישן מלוכה טעאטער, פון דעם אלאוקראינישן יידישן מלוכה טעאטער, פונעם קיעווער יידישן מלוכה טעאטער/שפעטער האט דער דאזיגער טעאטער געשפילט אין טשערנאוויץ/. אין אדעס איז ער יונגערהייט געווען א גרונטלייגער און א מיטגליד פון א "קאמפאזיטארישן ווארשטאט". די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט ער שטארק געליטן פון א דעפרעסיע צוליב דעם טראגישן גורל פון זיינע צוויי זין /איינער איז אומגעקומען אויף דער מלחמה, דער אנדערער איז צוויי מאל רעפרעסירט געווארן בשעת דער קולט-תקופה פון יאסיף סטאלין/, איבערלאזנדיק צוויי קליינע אייניקלעך אונטער שמעונ'ס השגחה/, ווי אויך איבער דעם פאגראם איבער יידישער קולטור אין ראטנפארבאנד, וואס האט געלייגט פאקטיש אן ענד צו זיין קאמפאזיטארישער טעטיקייט. די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט ער מיט גרויסע שוועריקייטן געקראגן א שטעלע אין דער טשערנאוויצער מוזיק-שול, וואו ער האט, פונדעסטוועגן, ארויסגעוויזן זיינע גרויסע פעיקייטן אלס א מוזיק-לערער.

זיין אייניקל מארק אטשאסאלסקי איז געווארן שפעטער א מערקווירדיקער מוזיקער אין טשערנאוויץ.זיין אוראייניקל וולאדיסלאוו אדעלכאנאוו איז א וועלט-בארימטער פידלער.

ווערק

שטיינבערג האט פארפאסט מוזיק צו איבער א הונדערט בינע-ווערק, צווישן זיי :"ריסטאקראטן", "סטעמפעניו", "טביה דער מילכיגער", "מזל-טוב", "אגענטן", "בלאנדנזדע שטערן" פון שלום עליכם, "בעלי-טובות" לויט מענדעלע מוכר ספרים, "אין ברען" פון מ.דניאל, "שבתי-צבי" פון ז.זשולאווסקי, "די משפחה אוואדיס", "כל-נדרי", "אויפשטאנד אין געטא" פון פרץ מארקיש, "די אן קיין שולד שולדיגע " פון א.אסטראווסקי, "דער קארגער" פון מאליער, "מאריא סטוארט" פון וו.הוגא, "שעפסן-קוואל" פון לאפע דע וועגא, "פרינצעסן טוראנדאט" פון ק.גאצי, "רוסישע מענטשן" פון ק.סימאנאוו, "אנפאל" פון ל.לעאנאוו, "דאס צוימען פון אן אנגעשפארטער", "דער סוחר פון ווענעציע" פון שייקספיר, "דער דינער פון צוויי הערן" פון ק.גאלדאני אאוו.

א חוץ דעם, ער האט געשאפן עטליכע אפערעס, אראטאריעס, סינפאניעס, פילצאליקע מוסטערן פון קאמער-מוזיק /סטרונע-קווארטעטן, קלארינעט קווינטעטן, אקטעטן, פידל סאלא מוזיק, מוזיק פאר קנעפל-אקארדיאן /באיאן/, באארבעטונגען פון יידישע, אוקראאינישע, קאזאכישע, קירגיזישע, טורקמענישע פאלקס-מעלאדיעס און לידער, אריגינעלע לידער. עס טיילן זיך באזונדער אויס מיט זייער פאפולערקייט : "נאקטורן" פאר פידל /וויאלאנטשעל/ מיט ארקעסטער, זעקס פידל עטיודן אויף אידישע טעמעס, "חסידישער טאנץ", "די יידישע סינפאניע", "קירגיזישע עסקיזן", "צוויי אוזבעקישע סואיטעס", "זעכצן עסקיזן אויף די טעמעס פון יידישע חתנות", לידער אויף די ווערטער פונעם בארימטן יידישן משלים-שרייבער פון טשערנאוויץ אליעזר שטיינבארג, "אוקראאינישער האפאק".

סטיל

שטיינבערג'ס מוזיק איז פארפאסט געווארן אויפן פעסטן באדן פון קלאסישער טראדיציע פונעם סוף 19טן – אנהייב 20סטן יארהונדערטער. ער האט אויסגעארבעט זיין מוזיק-לשון אויפן סמך פון כליזמר מוזיק, חזנות און שטייגערישער פאלקס-ליד. ער האט גרינטלעך באהערשט די קאמפאזיטארישע טעכניק מיט ראפינירקייט. זיין מוזיק איז הארציק און אויסדרוקספול. אין די גרעסערע ווערק האט ער זיך אנטפלעקט ווי א קאמפאזיטאר פון א ברייטן סינפאנישן ארט דענקען.

רעפערענצן

  1. משה לאיעוו, מוזיק איז געווען זיין לעבן, "די צוקונפט", #1 /96/, 1991, ניו יארק
  1. טביה שקלאווער, יוביליי פון א יידישן קאמפאזיטאר, "ביראבידזשאנער שטערן", #6 /10599/, 01/10/1988, ביראבידזשאן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!