אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וועסט עדמאנטאן מאלל"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
ק (הוספת קישור בינוויקי en:West Edmonton Mall) |
||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = shopping mall in Edmonton, Alberta|דייטש=Einkaufszentrum in Kanada|}} | {{Coord|53.52277778|-113.62305556|display=title}}{{דעסקריפציע||ענגליש = shopping mall in Edmonton, Alberta|דייטש=Einkaufszentrum in Kanada|}} | ||
[[File:West Edmonton Mall.png|שמאל|250px]] | [[File:West Edmonton Mall.png|שמאל|250px]] | ||
[[טעקע:Shops_in_WEM.jpg|קליין|250px|קראמען אין וועסט עדמאנטאן מאל]] | [[טעקע:Shops_in_WEM.jpg|קליין|250px|קראמען אין וועסט עדמאנטאן מאל]] | ||
שורה 23: | שורה 23: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|23]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|23]] | ||
[[en:West Edmonton Mall]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:24, 23 מאי 2024
די וועסט עדמאנטאן מאלל (ענגליש: West Edmonton Mall), געפינט זיך אין עדמאנטאן, אלבערטא, קאנאדע, איז צפון אמעריקע'ס גרעסטע שאפינג מאלל און פארמאגט די וועלט'ס גרעסטע פארקינג לאט מיט פלאץ פאר 20,000 אויטאס. די מאלל איז 23 יאר געווען דער וועלט'ס גרעסטע מאלל ביז אין 2004 ווען די גאלדן ריסוירסעס מאלל אין כינע האט איבערגענומען דעם טיטל.
ארכיטעקטור
די מאלל איז געבויט געווארן אין 1981 אינדרויסן פון דער שטאט עדמאנטאן אויף א שטח פון 5.3 מיליאן סקווער פיס און האט געקאסט 1.4 ביליאן דאלאר צו בויען. די מאלל פארמאגט איבער 800 געשעפטן וועלכע געבן אינאיינעם ארבעט פאר 23,000 מענטשן.
סוקסעס
די מאלל באקומט בערך 33 מיליאן באזוכער פער יאר און צווישן 60,000 און 150,000 באזוכער פער טאג. מענטשן קומען צו פארן פון גאנץ נארט אמעריקע צו באטראכטן די געביידעס, אינערליכע האטעל, און די וועלט'ס גרעסטע אינערליכע וואסער פארק און נאך א רייע אטראקציע אוון שפיל פלעצער וועלכע געפינען זיך אלעס אונטער איין דאך.
די מאלל איז ארגינעל געווען א סוקסעס אבער האט שפעטער זיך געפלאגט ווען א טייל גרויסע געשעפטן האבן זיך פארמאכט אין שפיץ פון קענעדיען טייער וועלכע האט דארט פארמאגט איר גרעסטע געשעפט. אין די לעצטע יארן איז דער מצב בעסער געווארן ווען די פראווינץ האט אויפגעלעבט צוליב אירע גרויסע אויל קוועלער וועלכע זענען געווארן גאלד גריבער ווען די פרייזן פון אויל האבן זיך געהויבן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!