אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:געאגראפיע פון כינע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט געאגראפיע פון כינע צו רוי:געאגראפיע פון כינע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (הוספת קישור בינוויקי en:Geography of China)
 
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{Coord|35|105|display=title}}{{דעסקריפציע||ענגליש = geographical aspect of China|}}
[[טעקע:China 100.78713E 35.63718N.jpg|קליין|300px|[סאטעליט פאטא פון כינע]]
[[טעקע:China 100.78713E 35.63718N.jpg|קליין|300px|[סאטעליט פאטא פון כינע]]
די '''געאגראפיע פון כינע''' איז פארשפרייט 5026 ק"מ אריבער across the [[מזרח אזיע]] און גרעניצט דעם [[מזרח כינע ים]], [[קארעא בוכטע]], [[געלער ים]], און [[דרום כינע ים]], צווישן [[צפון קארעא]] און [[וויעטנאם]] דורך ברייטע פלאכלענדער, אויסגעשפרייטע [[מדבר]]יות, און געהויבענע [[בערג קייט]]ן, כולל ריזיגע שטחים פון אומגאסטפריינדליכן באדן. דער מזרח העלפט פונעם לאנד, זיין באדן מיט די בייבארטנדיקע אינזלען, איז א ראיאן פון פרוכפערדיקע פלאכלענדער, בערג, מדבריות, [[סטעפ]]עס, און [[אונטער-טראפיקאליש]]ע שטחים. דער מערב העלפט פון כינע איז א ראיאן פון [[פלאטא]]ען און טורעמענדיקע [[מאסיוו]]ן, איינשליסנדיק א טייל פון דעם העכסטן [[הויכלאנד]] אויף דער ערד.  
די '''געאגראפיע פון כינע''' איז פארשפרייט 5026 ק"מ אריבער across the [[מזרח אזיע]] און גרעניצט דעם [[מזרח כינע ים]], [[קארעא בוכטע]], [[געלער ים]], און [[דרום כינע ים]], צווישן [[צפון קארעא]] און [[וויעטנאם]] דורך ברייטע פלאכלענדער, אויסגעשפרייטע [[מדבר]]יות, און געהויבענע [[בערג קייט]]ן, כולל ריזיגע שטחים פון אומגאסטפריינדליכן באדן. דער מזרח העלפט פונעם לאנד, זיין באדן מיט די בייבארטנדיקע אינזלען, איז א ראיאן פון פרוכפערדיקע פלאכלענדער, בערג, מדבריות, [[סטעפ]]עס, און [[אונטער-טראפיקאליש]]ע שטחים. דער מערב העלפט פון כינע איז א ראיאן פון [[פלאטא]]ען און טורעמענדיקע [[מאסיוו]]ן, איינשליסנדיק א טייל פון דעם העכסטן [[הויכלאנד]] אויף דער ערד.  
שורה 32: שורה 33:


[[nl:Volksrepubliek China#Geografie]]
[[nl:Volksrepubliek China#Geografie]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[en:Geography of China]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:20, 23 מאי 2024

[סאטעליט פאטא פון כינע

די געאגראפיע פון כינע איז פארשפרייט 5026 ק"מ אריבער across the מזרח אזיע און גרעניצט דעם מזרח כינע ים, קארעא בוכטע, געלער ים, און דרום כינע ים, צווישן צפון קארעא און וויעטנאם דורך ברייטע פלאכלענדער, אויסגעשפרייטע מדבריות, און געהויבענע בערג קייטן, כולל ריזיגע שטחים פון אומגאסטפריינדליכן באדן. דער מזרח העלפט פונעם לאנד, זיין באדן מיט די בייבארטנדיקע אינזלען, איז א ראיאן פון פרוכפערדיקע פלאכלענדער, בערג, מדבריות, סטעפעס, און אונטער-טראפיקאלישע שטחים. דער מערב העלפט פון כינע איז א ראיאן פון פלאטאען און טורעמענדיקע מאסיוון, איינשליסנדיק א טייל פון דעם העכסטן הויכלאנד אויף דער ערד.

לאנד און אוצרות

כינע'ס סך הכל שטח פארנעמט 3,695,500 קוואדראט מייל (9,571,300 קוואדראט קילאמעטער) אויפן כדור הארץ, אריינגערעכנט אלע אינלאנד וואסערן. כינע פארנעמט דער גרעסטער פארציע פון אזיע און כמעט גאנץ מזרח אזיע. דאס לאנד ציט זיך אויס אויף א שטרעקע פון 3,000 מייל פון מזרח צו מערב און 2,500 מייל פון דרום צו צפון. זי איז ארומגענומען מיט אסאך לענדער פון דריי זייטן און דעם פאציפישן אקעאן אויף מזרח. אויף צפון גרעניצט זי זיך מיט רוסלאנד, מאנגאליע, און צפון קארעא. אויף מערב מיט פאקיסטאן, אפגאניסטאן, טאדזשיקיסטאן, קירגיזטאן, און קאזאקהסטאן. און אויף דרום מיט אינדיע, נעפאל, בהוטאן, מיאנמאר, לאאוס, און וויעטנאם. דאס לאנד האט בערגיקע און גלייכע לאנד. די בערג געפינען זיך מער צו צפון און די גלייכע ערד מער צו מזרח וואו די צוויי אינדוסטריאלע שטעט געפינען זיך. די כינעזער צוטיילן זייער לאנד צו זיבן גרויסע נאטורליכע ראיאנען וועלכע זענען: 1) צפון-מזרח כינע, וועלד מאונטענס מיט גוטע ערד וועלכע גיבן ארויס אסאך טימבער (געהילץ), קוילן און אייזן. 2) צפון כינע, די ראיאן נעמט אריין די גאנצע צפון טייל פון כינע פון די גרעניץ מיט מאנגאליע ביז דעם יאנגעצער טייך וועלכע געפינט זיך אינמיטן לאנד. דער ראיאן נעמט אריין אסאך גרויסע שטעט ווי אויך די הויפט שטאט בעדזשינג. דער ראיאן איז געווען דער ערשטער ראיאן ווי כינעזער האבן געוואוינט נאך מיט טויזענטער יארן צוריק. עס זענען פאראן אסאך בערג אבער נישט קיין הויכע און די ערד איז נישט צו גוט. די איינציגסטע אוצרות וואס ליגן דארט זענען קוילן און אויל. ביים צפון שפיץ פון צפון כינע ראיאן ציט זיך די "כינעזער וואנט" וועלכע צייכנט אפ די ראיאנ'ס טראדיציאנאלע גרעניץ. (מער וועגן די כינעזער וואנט זע אין בייגעלייגטן קעסטל). 3) סובטראפיקל מזרח צענטראל כינע, דאס איז דער גרעסטער טייל פון כינע וועלכע נעמט אריין אסאך געדיכט באוואוינטע שטעט, אריינגערענכט די פינאנציעלע שטאט שאנכאי און האנג קאנג וועלכע ווערט אויך גערופן ספעציעלע אדמיניסטראטיווע ראיאן (עס-עי-אר). 4) טראפיקל דרום כינע, דאס איז דער קלענסטער ראיאן פון כינע וועלכע נעמט אריין עטליכע קליינע שטעט און געגענטער ארום דעם כינעזער ים און אויך עטליכע אינזלן אויפ'ן ים. דער ראיאן איז די ווארימסטע ארט אין כינע און פארמאגט זייער גוטע ערד פון וואו עס קומען ארויס אלע פרוכט און גרינצייג וואס כינע פארמאגט. 5) אינערליכע מאנגאליען גראזלאנד, דער ראיאן ציט זיך לענגאויס די גרעניץ מיט מאנגאליע און באשטייט פון פשוט'ע ערד מיט אסאך גרינע גראז אבער ווייניג געוואוקסן. נענטער צו די גרעניצן זענען פאראן אסאך שטיינערדיגע מדבריות וועלכע פארמאגן אסאך קוילן. 6) צפון-מערב כינע, נעמט אריין די העכערע מערב טייל פון כינע וועלכע איז ארומגענומען נאר מיט יבשה און גרעניצט זיך מיט צענטראל אזיע אויף מערב. 7) טיבעטן פלאטא, דער ראיאן נעמט אריין גאנץ דרום-מערב כינע מיט אלע פראווינצן נעבן טיבעט און נעפאל. דער טיבעטן פלאטא ראיאן איז דאס העכסטע ארט אויף די וועלט מיט גאר אסאך הויכע בערג, אריינגערעכנט די הימעלייעס בערג און די וועלט'ס העסטע בארג - די מאונט עווערעסט, וועלכע גרייכט א הויכקייט פון 29,035 פיס (8,850 מעטער).

טייכן און אזערעס

אלע גרויסע טייכן אין כינע פליסן פון מערב צו מזרח אריין אינעם פאציפישן אקעאן. אלע קלענערע טייכן האבן נישט קיין פארבינדונגען מיט די גרויסע טייכן אבער פארמירן צווישן זיך א נעצווערק פון אינלאנד טייכן און אזערעס איבערן גאנצן לאנד. נאר ארום צען פראצענט פון דעם וואסער סיסטעם פליסט אריין אינעם אינדיאנער אדער ארקטיק אקעאנען. די דריי גרעסטע טייכן זענען די יאנגצי, הואנג (ווערט גערופן אין דער מערב וועלט דער געלער טייך), און זי-דזשיאנג. כינע האט אין איר היסטאריע געליטן פון אסאך פארפלייצונגן און האבן אויפגעשטעלט א מעכטיגע דאמבע וועלכע צוטיילט דעם געלען טייך נעבן די שטאט לואויאנג.

דער יאנגעצער טייך איז כינע'ס גרעסטער טייך און איינע פון דער וועלט'ס גרעסטע טייכן וועלכער דעקט איבער א שטח פון 700,000 סקווער מייל (1.8 מיליאן סקווער קילאמעטער), ארום 20 פראצענט פון כינע'ס סך הכל טעריטאריע. דאס וואסער אינעם יאנגענצער טייך איז זייער פרישע וואסער וועלכע ווערט גענוצט פאר מיליאנען כינעזער צו טרינקען און אלע ערליי געברויכן. די כינעזער האלטן יעצט אינמיטן א ריזיגע דאמבע אונטערנעמונג ביי איינע פון די שמעלערע ערטער פונעם טייך, ערגעץ אין די הובי פראווינץ, וועלכע וועט זיין די וועלט'ס גרעסטע דאמבע ווען עס וועט זיין פארטיג. ווי דער פלאן איז, וועט די קאנטראווערסיאלע פראיעקט גרינדן א ריזיגע רעזערוואר פון 400 מייל לאנג (650 קילאמעטער) וועלכע וועט זיך אריינציען אין צענדליגער שטעט און דערפער און סופלייען מיט פרישע וואסער. די ארבעט וועט אבער צווינגן איבער א מיליאן כינעזער איינוואוינער זיך אריבערצוציען אין נייע הייזער ווייל די רעזערוואר וועט דורכגיין אסאך באוואוינטע יבשה. מיט דעם פראיעקט וועלן די כינעזער אויך קענען עווענטועל בויען אסאך היידרא-עלעקטריק איינריכטונגן וואו מען וועט קענען פראדוצירן גענוג עלעקטריק פאר מיליאנען הייזער און אזוי ארום רעדוצירן דאס באנוץ פון קוילן וועלכע פארלאנגט א שווערע ארבעט דאס אויסצוברענען און פארפעסטיגט די לופט.

כינע פארמאגט אסאך אינערליכע אזערעס וועלכע קומען גוט צוניץ פאר זייערע רעזערווארן ווייל די בערג וועלכע זענען פיל מיט שניי דורכאויס דער ווינטער לאזט זיך אויף אין די זומער און פליסט אריין אין די פילע לעיקס, ארויפברענגנדיג די רעזערווארן שטאפלן גאר הויך. איבער גאנץ כינע איז פאראן ארום 2,000 רעזערווארן וועלכע זענען געבויט געווארן במשך די יארן פאר וואסער און פליסונג קאנטראל.

נאטורליכע אוצרות

כינע פארמאגט א גרויסע אויסוואל פון מינעראלן אוצרות וועלכע גיט איר א גוטע באזע פון נאטורליכע אוצרות וואס פעלט אויס פאר אינדוסטריאלאזאציע און עקענאמישע דעוועלאפמענטס. ביז היינט האבן די כינעזער געהאט איבער גענוג פון אלע וויכטיגע נאטורליכע אוצרות. אבער לעצטענס האבן די כינעזער סייענטיסטן אנגעהויבן זארגן צוליב די שטארקע באפעלקערונג וואוקס און שנעל וואקסנדיגע עקענאמיע וואס פארלאנגט מער און מער פון די אוצרות. די וויסנשאפטלער זאגן אז די רעגירונג וועט גאר אין גיכן מוזן אינוועסטירן פאר גראבונגען צו טרעפן נייע אוצרות וועלכע מען גלייבט אז עס איז פאראן אסאך אין לאנד. כינע איז פיל מיט פארשידענע מינעראלן וועלכע ווערן ארויסגעגראבן אין אלע ווינקלען פון לאנד. די גרעסטע גראבעריי קומט פאר אין צפון-מזרח כינע פון וואו מען גראבט ארויס ארום 40 ביליאן מעטריק טאנען פון אייזן פער יאר, ארום 1 ביליאן מעטרישע טאנען אלומיניום, 2 ביליאן מעטריק טאנען צין. דאס איז ארום א פערטל פון דער וועלט'ס צינען אויסגראבונג, דער וועלט'ס מערסטע שפיזגלאז (אנטימאני), מאגנעט, און טונגסטן, קוועקזילבער, בליי, צינק, קופער, אוראניום, זאלץ און נאך צענדליגער מינעראלן אין קלענערע קוואנטום. עס פעלט נישט קיין ענערגיע אוצרות אין כינע. זי פארמאגט איינע פון די וועלט'ס גרעסטע אוצרות פון קוילן מיט רעזערווארן פון 115 ביליאן מעטרישע טאנען, 24 ביליאן פעסלעך פון אויל (בערך אזויפיל וויפיל די פאראייניגטע שטאטן פארמאגט), און אסאך נאטורליכע גאז. רוב פון די ענערגיע אוצרות ליגן אין צפון-מזרח כינע.

כינע איז נישט קיין באוואקסענע לאנד. אלע געוואוקסן ליגן ארום די טייכן און אזערעס אבער גייען נישט טיפער אריין אין די שטעט. וויאזוי אימער, איז אבער פאראן גענוג נאטורליכע עסן אין לאנד צוליב איר גרויסקייט (כאטש א דריטל וועלט וואוינט אין כינע איז דאס עסן גענוג פאר זיי ווייל די כינעזער זענען נישט קיין גרויסע עסערס. עס גייט דארט אויס ווייניגער עסן וואו אין אמעריקע מיט אירע קנאפע 300 מיליאן מענטשן). אויך וועלדער איז דא זייער ווייניג. נאר ארום 17 פראצענט פון איר סך הכל טעריטאריע זענען וועלדער, אין פארגלייך צו 25 פראצענט אין אמעריקע און 27 פראצענט אין קאנאדע. ביז אין די לעצטע יארן איז דאס נישט געווען קיין פראבלעם אבער זינט איר עקספארט איז געווארן גרויס האט זיך אנגעהויבן א שטארקע פארלאנג פון האלץ פאר מעבל וועלכע האט געברענגט א שטיקל מאנגל. אין די לעצטע יארן האט מען אנגעהויבן אויסהאקן נייע וועלדער פאר האלץ אבער מיט אזוי ווייניג וועלדער איז עס א גרויסער פראבלעם, ווייל וואס ווייניגער וועלדער עס איז דא אלס ערגער ווערט די ערד פאר פלאנצונגן, ווייל צופיל וואסער פון צולאזטע שניי פון די בערג זאפט זיך איין און די ערד ווערט צו פייכט ווייל עס איז נישטא קיין געוואוקסן וואס זאלן עס ארויסציען.

קלימאט

כינע האט אן ענליכע קלימאט דורכאויס דעם יאר ווי די פאראייניגטע שטאטן. איבער דער ווינטער קומען אריין די סיבירישע טרוקענע קעלטן און דרייט זיך פון צפון אראפ צו דרום און ווייטער צו מערב ווי א זייגער (אין אמעריקע קומט די קענעדישע קעלט אריין אויפן זעלבן סיסטעם). אין דער זומער בלאזט אריין א ווארימע פייכטע שטראם פונעם פאציפישן אקעאן. אין צענטראל, דרום, און אין מערב כינע איז אין א געווענליכער זומער טאג ארום 79º פארענהייט (26 צעלסיוס) און אין א געווענליכע ווינטער טאג ארום 39º פארענהייט (6 צעלסיוס). וויבאלד עס איז פאראן אסאך בערג זענען פאראן ערטער ווי עס איז אביסל קילער אין דעם זומער און זייער אנגענעם אין דער ווינטער ווייל די הויכע בערג האלטן אפ די צפון ווינטן. שטארק צו מערב זענען פאראן ערטער ווי עס איז אביסל ווארימער דורכאויס די יאר. אין צפון כינע און נאכמער ביים צפון-מזרח ווינקל איז פיל קעלטער איבער דער ווינטער אבער אין דער זומער ווארימט זיך עס אן. א געווענליכער ווינטער טאג אין בעדזשינג איז 23º פארענהייט (מינוס 5 צעלזיוס) און אין דער זומער איז ארום 79º פארענהייט. נאר בייך צפון-מזרח ווינקל איז זייער קאלט מיט ארום 4º (מינוס 20 צעלסיוס) און דער ווינטער און ארום 70º פארענהייט (21 צעלזיוס) אין דער זומער.

nl:Volksrepubliek China#Geografie

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!