אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאקאב (ליד)"

242 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
ק
שורה 22: שורה 22:


==די פולע געשיכטע==
==די פולע געשיכטע==
יאקאב (יעקב) פאטאש איז געבוירן געווארן איז [[ראדזימין]] נעבן [[ווארשע]], איינס פון ניין געשוויסטער און פיר יתומים וואס זיינע עלטערן האבן אדאפטירט. ביי די עלף און א האלב יאר איז ער געפארן צו דער ישיבה פון [[רבי אלחנן וואסערמאן]] אין [[באראנאוויטש]], און נאך א תקופה איז ער אריבער קיין [[סטאלין]] וואו ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון [[רבי משה פון סטאלין]].
יאקאב (יעקב) פאטאש איז געבוירן געווארן אין [[ראדזימין]] נעבן [[ווארשע]], איינס פון ניין געשוויסטער און נאך פיר יתומים וואס זיינע עלטערן האבן אדאפטירט. ביי די עלף און א האלב יאר איז ער געפארן צו דער ישיבה פון [[רבי אלחנן וואסערמאן]] אין [[באראנאוויטש]], און נאך א תקופה איז ער אריבער קיין [[סטאלין (שטאט)|סטאלין]] וואו ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון [[רבי משה פון סטאלין]].


אין יאר [[תרצ"ט]], ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר, האט אויסגעבראכן די [[צווייטע וועלט מלחמה]] און יאקאב איז אנטלאפן קיין [[ווילנע]], וואו ער האט דארטן געלערנט אין א צייטווייליגע ישיבה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן, און אין שפיץ דערפון איז געשטאנען [[רבי אהרן קאטלער]]. ווען די דייטשן זענען אריין קיין ווילנע איז יאקאב אריבער קיין [[רוסלאנד]] אינאיינעם מיט א גרופע בחורים, אבער דורכאויס'ן שווערצן דער גרעניץ האט ער פארלוירן מיט זיי קאנטאקט און זיך געטראפן אליין.
אין יאר [[תרצ"ט]], ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר, האט אויסגעבראכן די [[צווייטע וועלט מלחמה]] און יאקאב איז אנטלאפן קיין [[ווילנע]], וואו ער האט דארטן געלערנט אין א צייטווייליגע ישיבה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן, און אין שפיץ דערפון איז געשטאנען [[רבי אהרן קאטלער]]. ווען די דייטשן זענען אריין קיין ווילנע איז יאקאב אריבער קיין [[רוסלאנד]] אינאיינעם מיט א גרופע בחורים, אבער דורכאויס'ן שווערצן דער גרעניץ האט ער פארלוירן מיט זיי קאנטאקט און זיך געטראפן אליין.


ער האט פארגעזעצט אין זיין וועג אן וויסן וואו אהין ער גייט, ביז ער האט באגעגנט אן אלטער מאן וואס האט אים פארצייכנט אויף א פאפיר א מאפע פון א וועג. יאקאב איז געגאנגען לויט דער מאפע ביז ער איז אנגעקומען צו א [[קאלכאז]]. זיין האר איז זיך דערווייל צעוואקסן, און אינאיינעם מיט זיין [[קאשקעט]] האט ער נישט אויסגעזען ווי א איד. ער האט באשלאסן צו פארהוילן זיין אידישע אידענטיטעט און בלייבן וואוינען אין דארף ביז נאכ'ן מלחמה. יאקאב האט זיך איינגעגלידערט אינעם ארבעטס קראפט פון דער קאלכאז, און באקומען א [[טראקטאר]] צו ארבעטן דערמיט אין פעלד. ער האט זיך נישט גע'חבר'ט מיט זיינע גוי'שע קאלעגן, נאר זיך דערווייטערט פון זיי און געוויילט אליין און צו זיך געזינגען.
ער האט פארגעזעצט אין זיין וועג אן וויסן וואו אהין ער גייט, ביז ער האט באגעגנט אן אלטער מאן וואס האט אים פארצייכנט אויף א פאפיר א מאפע פון א וועג. יאקאב איז געגאנגען לויט דער מאפע ביז ער איז אנגעקומען צו א [[קאלכאז]]. זיין האר איז זיך דערווייל צעוואקסן, און אינאיינעם מיט זיין [[קאשקעט]] האט ער נישט אויסגעזען ווי א איד. ער האט באשלאסן צו פארהוילן זיין אידישע אידענטיטעט און בלייבן וואוינען אין דארף ביז נאכ'ן מלחמה. יאקאב האט זיך איינגעגלידערט אינעם ארבעטס קראפט פון דער קאלכאז, און באקומען א [[טראקטאר]] צו ארבעטן דערמיט אין פעלד. ער האט זיך נישט גע'חבר'ט מיט זיינע גוי'שע קאלעגעס, נאר זיך דערווייטערט פון זיי און געוויילט אליין און צו זיך געזונגען. אויך ביינאכט פלעגט ער שלאפן באזונדער, אין די פעלדער אינדרויסן.
 
ער פלעגט ציילן די טעג און האלטן חשבון אויף די [[שבת]]ים און [[ימים טובים]], ווי אויך האט ער זיכער געמאכט נישט צו עסן קיין [[טריפות]]. ווי יעדער אינעם קאלכאז, פלעגט ער יעדן טאג באקומען א קארטל מיט וואס ער האט געקענט גיין אפנעמען א פארציע עסן, אבער ער האט עס נישט געניצט וויבאלד עס איז געווען טריפות, נאר אוועקגעלייגט ביי זיך.
 
איין נאכט איז ער אריבערגערופן געווארן צום קאלכאז-הויפט, וואס האט פאר אים פארגעשלאגן זיין טאכטער פאר א [[שידוך]], צוזאגנדיג דערביי א גרויסע [[נדן]]. יאקאב האט נישט מסכים געווען צום שידוך, און ער האט דערביי אנטפלעקט זיין אידישע אידענטיטעט. דער קאלכאז-הויפט האט אבער שוין געמאכט פלענער פאר א גרויסע סעודה צומארגנס, וואו מען וועט שליסן דעם שידוך, אפילו מיט געוואלד.


ער פלעגט ציילן די טעג און האלטן חשבון אויף די [[שבתים]] און [[ימים טובים]], ווי אויך האט ער זיכער געמאכט נישט צו עסן קיין [[טריפות]]. ווי יעדער אינעם קאלכאז, פלעגט ער יעדן טאג באקומען א קארטל מיט וואס ער האט געקענט גיין אפנעמען א פארציע עסן, אבער ער האט עס נישט געניצט וויבאלד עס איז געווען טריפות, נאר אוועקגעלייגט ביי זיך.
איין נאכט איז ער אריבערגערופן געווארן צום קאלכאז הויפט, וואס האט פאר אים פארגעשלאגן זיין טאכטער פאר א [[שידוך]], צוזאגנדיג דערביי א גרויסע [[נדן]]. יאקאב האט נישט מסכים געווען צום שידוך, אבער דער קאלכאז הויפט האט שוין געמאכט פלענער פאר א גרויסע סעודה צומארגנס, וואו מען וועט שליסן דעם שידוך, אפילו מיט געוואלד.
צומארגנס פארנאכטס איז יאקאב געזעצן אויפ'ן טראקטאר, ווען ער האט געהערט די מוזיק פון די סעודה, וואו מען פירט די באצירטע כלה. יאקאב איז געווארן אנגערייצט יא איינצוגיין אויפ'ן פארשלאג, און ער האט אנגעהויבן צו גיין צום זאל, קלערנדיג פון פלענער ווי אזוי צו נעמען דאס געלט און זיך שפעטער ארויסדרייען. שטייענדיג ביים טיר האט יאקאב'ן געכאפט א התעוררות, זיך דערמאנענדיג פונעם גמרא און פון זיין פארגאנגענהייט. ער האט געכאפט זיין געפעק און אנגעהויבן אנטלויפן פון דארט אריין אין וואלד, צווישן געפארפולע אפגרונדן.
צומארגנס פארנאכטס איז יאקאב געזעצן אויפ'ן טראקטאר, ווען ער האט געהערט די מוזיק פון די סעודה, וואו מען פירט די באצירטע כלה. יאקאב איז געווארן אנגערייצט יא איינצוגיין אויפ'ן פארשלאג, און ער האט אנגעהויבן צו גיין צום זאל, קלערנדיג פון פלענער ווי אזוי צו נעמען דאס געלט און זיך שפעטער ארויסדרייען. שטייענדיג ביים טיר האט יאקאב'ן געכאפט א התעוררות, זיך דערמאנענדיג פונעם גמרא און פון זיין פארגאנגענהייט. ער האט געכאפט זיין געפעק און אנגעהויבן אנטלויפן פון דארט אריין אין וואלד, צווישן געפארפולע אפגרונדן.


יאקאב איז געשלאפן אין וואלד יענע נאכט, און צופרי איז אנגעקומען א קליינער [[העליקאפטער]] וואס פלעגט ברענגען עסן צום דארף איינמאל א חודש. יאקאב האט גענומען די עסן־קארטלעך וואס ער האט אנגעזאמלט נישט וועלנדיג עסן טריפות, און דערמיט אונטערגעשמירט דעם פילאט ער זאל אים אוועק פירן פון דארט. יאקאב איז אנגעקומען קיין [[סאמארקאנד]] אין [[בוכארא]], וואו ער האט באגעגנט ר' יום טוב ערליך וואס האט אים אריינגענומען אין שטוב און זיך געזארגט פאר זיינע געברויכן.
יאקאב איז געשלאפן אין וואלד יענע נאכט, און צופרי איז אנגעקומען א קליינער [[העליקאפטער]] וואס פלעגט ברענגען עסן צום דארף איינמאל א חודש. יאקאב האט גענומען די עסן־קארטלעך וואס ער האט אנגעזאמלט נישט ווילנדיג עסן טריפות, און דערמיט אונטערגעשמירט דעם פילאט ער זאל אים אוועק פירן פון דארט. יאקאב איז אנגעקומען קיין [[סאמארקאנד]] אין [[בוכארא]], וואו ער האט באגעגנט ר' יום טוב ערליך וואס האט אים אריינגענומען אין שטוב און זיך געזארגט פאר זיינע געברויכן.


נאך א תקופה זענען יאקאב און ר' יום טוב אריבער קיין [[פאריז]], [[פראנקרייך]], וואו יאקאב האט חתונה געהאט מיט א מלחמה איבערלעבערין וואס איז אריבער [[אוישוויץ]]. ר' יום טוב ערליך האט לכבוד דעם חתונה פארפאסט אין געשריבן דעם ליד, און עס פארגעזינגען ביים חתונה.
נאך א תקופה זענען יאקאב און ר' יום טוב אריבער קיין [[פאריז]], [[פראנקרייך]], וואו יאקאב האט חתונה געהאט מיט א מלחמה איבערלעבערין וואס איז אריבער [[אוישוויץ]]. ר' יום טוב ערליך האט לכבוד דעם חתונה פארפאסט און געשריבן דעם ליד, און עס פארגעזונגען ביים חתונה.


==די מעלאדיע פונעם ליד==
==די מעלאדיע פונעם ליד==