3,258
רעדאגירונגען
ק (אינערליכע לינקס און נאך) |
ק (הגהה) |
||
| שורה 10: | שורה 10: | ||
'''אַרטור אויזשען לאַנגערמאַן''' (געבוירן [[אויגוסט 21]], [[1942]], אין [[בארגערהויט]], א פארשטאט פון [[אנטווערפן]]) איז א בעלגישער דיאמאנטן-סוחר און פאבריקאנט, וועלכער האט אויפגעבויט זיין גאנצע קאריערע אין אנטווערפן. | '''אַרטור אויזשען לאַנגערמאַן''' (געבוירן [[אויגוסט 21]], [[1942]], אין [[בארגערהויט]], א פארשטאט פון [[אנטווערפן]]) איז א בעלגישער דיאמאנטן-סוחר און פאבריקאנט, וועלכער האט אויפגעבויט זיין גאנצע קאריערע אין אנטווערפן. | ||
גלייכצייטיג האט ער מיט די יארן צוזאמענגעשטעלט איינע פון די גרעסטע פריוואטע | גלייכצייטיג האט ער מיט די יארן צוזאמענגעשטעלט איינע פון די גרעסטע פריוואטע קאלעקציעס (פארזאמלונגען) פון אנטיסעמיטישע בילדער אין דער וועלט. די דאזיגע קאלעקציע איז היינט געווארן דער קערן און די באזע פון די "ארטור לאנגערמאן ארכיוון פאר'ן אונטערזוך פון די אנטיסעמיטישע בילדער", א שטיפטונג וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין יאָר 2019 אין די טעכנישע אוניווערסיטעט פון בערלין אונטער'ן נאמען פון "דער ארטור לאנגערמאן ארכיוו, פאר די אויספארשונג פונ'ם וויזועלען אנטיסעמיטיזמוס" (ALAVA). | ||
די | די דאזיגע פארזאמלונג איז שוין טיילווייז פארגעשטעלט געווארן אינ'ם מעמאריאל פון דער צפון-פראנצויזישער שטאט [[קאען]], איז פובליצירט געווארן ביי Fayard, און קען אויך ווערן באטראכט און שטודירט אין דער באשרייבונג פון Le Collectionneur (דער פארזאמלער). אין חודש מערץ פון יאָר 2020 ווערט לאנגערמאן באשיינט דורך דעם בעלגישן בלאט Regards, מיט'ן טיטל פון "דער מענטש פונ'ם יאָר". לויט לאנגערמאן "האבן די גרעסטע אנטיסעמיטן קיינמאל נישט ריכטיג באגעגנט קיין אידן". | ||
==ביאגראפיע== | ==ביאגראפיע== | ||
לאנגערמאנ'ס פאטער שלמה (א פעלץ-סוחר) איז געבוירן אין [[קראקע|קראָקע]] אין יאָר 1907 און זיין מוטער זיסלא (בלייווייס), א ספעציאליסט אין מאדע-קליידונג, איז געבוירן אין [[ווארשע]]. | לאנגערמאנ'ס פאטער שלמה (א פעלץ-סוחר) איז געבוירן אין [[קראקע|קראָקע]] אין יאָר 1907 און זיין מוטער זיסלא (בלייווייס), א ספעציאליסט אין מאדע-קליידונג, איז געבוירן אין [[ווארשע]]. אין יאָר 1926, זענען די ביידע פאמיליעס זיך געקומען באזעצן אין בעלגיע, וואו זיי האבן חתונה געהאט אין 1941 און ארטור איז געבוירן געווארן אין 1942. זיי זענען געווארן ארעסטירט מערץ 28, 1944, און מען האט זיי געפירט אין דעם ס.ס. פארזאמל-פלאץ פון די קאזערנע דאסען (Kazerne Dossin), פון וואנעט מען האט זיי דעפארטירט קיין [[אוישוויץ]], מאי 19, 1944 (מיט'ן 25סטן טראנספארט), דאס הייסט ווייניגער ווי 4 חדשים פאר דער באפרייאונג פון בעלגיע. | ||
ארטור, א קליין קינד פון אונטער צוויי יאָר, | ארטור, א קליין קינד פון אונטער צוויי יאָר, איז קודם אריין געברענענגט געווארן אין א קינדערהיים פאר יעצט געבוירענע קינדער, די pouponniere פון די AJB אין Uccle ביי [[בריסל]] און פון דארט אינ'ם קינדערהיים פון באראן דע קאסטרא פון [[עטערבעיק]], אויך א פארשטאט פון בריסעל. | ||
דער נעץ פון די AJB -קינדערהיימען אין בעלגיע איז דאמאלט געדולדעט געווארן דורך די געסטאפא, כדי צו געפעלען דעם אינטערנאציאנאלען רויטען-קרייץ, אבער איז געשטאנען אונטער זייער שטרענגער קאנטראלע. עטליכע טעג פאר דער באפרייאונג, האט די געסטאפא ארגאניזירט נאך א לעצטע ראזיא, כדי נאך אין די לעצטע מינוט שנעל צו דעפארטירן די קינדער פון אט די אלע היימען און זיי אויסראטן אין די גאז-קאמערן פון אוישוויץ און אנדערע ס.ס. לאגערן אין [[מזרח-אייראפע]]. אבער עס | דער נעץ פון די AJB-קינדערהיימען אין בעלגיע איז דאמאלט געדולדעט געווארן דורך די געסטאפא, כדי צו געפעלען דעם אינטערנאציאנאלען רויטען-קרייץ, אבער איז געשטאנען אונטער זייער שטרענגער קאנטראלע. עטליכע טעג פאר דער באפרייאונג, האט די געסטאפא ארגאניזירט נאך א לעצטע ראזיא, כדי נאך אין די לעצטע מינוט שנעל צו דעפארטירן די קינדער פון אט די אלע היימען און זיי אויסראטן אין די גאז-קאמערן פון אוישוויץ און אנדערע ס.ס. לאגערן אין [[מזרח-אייראפע]]. אבער עס איז געלונגען ארטור נאך ב"ה אין די לעצטע מינוט, אדאנק א אידישע אונטערגרונט-באוועגונג, פון דארט געראטעוועט צו ווערן. | ||
דער פאטער שלמה, | דער פאטער שלמה, האט ליידער נישט איבערגעלעבט דעם שרעקליכען קריג, הי"ד. די מוטער זיסלא האט אבער געהאט מער מזל. די נאציס האבן איר געשיקט אין אוישוויץ, וואו זי האט געמוזט ארבעטן אין די קאך. אדאנק דעם האט זי נאך איבערגעלעבט די מלחמה און זי איז צוריק געקומען אין בעלגיע אין יאָר 1945. | ||
ארטור לאנגערמאן האט שפעטער חתונה און האט צוויי קינדער. זיין זון א פארשער אין די FNRS, ספעציאליזערט אין מאטעמאטיק. | ארטור לאנגערמאן האט שפעטער חתונה און האט געהאט צוויי קינדער. זיין זון איז א פארשער אין די FNRS, וועלכע ספעציאליזערט אין מאטעמאטיק. | ||
===דיאמאנטן סוחר און פאבריקאנט=== | ===דיאמאנטן סוחר און פאבריקאנט=== | ||
צווישן 9 און 17 יאָר, איז ארטור איינגעשריבן אין "השומר הצעיר", א יידישע יוגנט-ארגאניזאציע פון לינקע ציוניסטן, געגרונדעט אין [[עסטרייך]] אין יאָר 1913. ער | צווישן 9 און 17 יאָר, איז ארטור איינגעשריבן אין "[[השומר הצעיר]]", א יידישע יוגנט-ארגאניזאציע פון לינקע ציוניסטן, געגרונדעט אין [[עסטרייך]] אין יאָר 1913. ער האט אנגעהויבן די מיטל-שולע, אבער האט געמוזט זיין שטודיום פארקורצן, כדי צו העלפן ברענגען פרנסה אין שטוב. ער איז אנגעקומען קיין אנטווערפן וואו ער האט זיך אויסגעלערנט דעם פאך פון דיאמאנט-קליווען. נאכדעם ווי ער האט געארבעט 8 יאָר ביי א דארטיקן דיאמאנט-פאבריקאנט, וועלכער האט אים אויסגעלערנט אלע פראקטישע און סוחרישע פאסעטען פון דעם פאך, האט ער באשלאסן צו גרונדען אן אייגענעם דיאמאנט-פירמע. אין די 80ער יאָרן, האט ער זיך ספעציאליזירט אין פארב-שטיינער, אן ארטיקל וואס הייבט דעמאלט אהן צו ווערן פון די מייסט געזוכטע אין די דיאמאנט בראנזשע. נאכדעם ווי ער פארקויפט זיין האלבן סטאק פאר איינער פון די גרעסטע [[לאנדאן|לאנדאנער]] סוחרים, ווערט ער אינטערנאציאנאל באקאנט און באטראכט פאר א שפיץ רעפערענץ אויפ'ן געביט פון דיאמאנטענע פארב-שטיינער. די אינטערנאציאנאלע פרעסע, ראדיא און טעלעוויזיע פרעגט אים כסדר אויס און קלאסירט אים אלס עקספערט אין די סארט שטיינער. ווען פאטריק וואואלאט האט צוזאמען געשטעלט זיין פילם פון "די פארבשטיינער פון בארנעא", ווערט דער גאנצער סצענאריא (סקריפט) געשריבן אויפ'ן סמך פון לאנגערמאן'ס פאכמאנשאפט. | ||
===דאקומענטן וועגן אנטיסעמיטיזם=== | ===דאקומענטן וועגן אנטיסעמיטיזם=== | ||