אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שקלאפעריי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט שקלאפעריי צו רוי:שקלאפעריי אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (החלפת טקסט – "דעקלאראציע" ב־"דעקלעראציע")
 
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = system under which people are treated as property to be bought and sold, and are forced to work|העב=מונח המציין משטר עבודה המאופיין בבעלות ושליטה רבה של אדם על אדם אחר שנחשב לרכושו|דייטש=Zustand, in dem Menschen als Eigentum anderer behandelt werden|}}
'''שקלאַפעריי''' איז אן [[עקאנאמיק|עקאנאמישע סיסטעם]] וואו א מענטש, דער שקלאַף, ווערט דער [[אייגענטום]] פון א צווייטן מענטש, און מוז ארבעטן פאר זיין האר אן געהאלט. דער שקלאף איז נישט בעל־הבית אויף זיין צייט נאר מוז טון וואס זיין האר הייסט אים. אפטמאל האט ער איבערהויפט נישט קיין רעכט.
'''שקלאַפעריי''' איז אן [[עקאנאמיק|עקאנאמישע סיסטעם]] וואו א מענטש, דער שקלאַף, ווערט דער [[אייגענטום]] פון א צווייטן מענטש, און מוז ארבעטן פאר זיין האר אן געהאלט. דער שקלאף איז נישט בעל־הבית אויף זיין צייט נאר מוז טון וואס זיין האר הייסט אים. אפטמאל האט ער איבערהויפט נישט קיין רעכט.


דער פערטער פאראגראף פון דער [[אלוועלטלעכע דעקלאראציע פון מענטשרעכט|אלוועלטליכער דעקלאראציע פון מענטשרעכט]] אסרט שקלאפעריי און האנדלען מיט שקלאפן. היינט האבן אלע לענדער געזעצן קעגן שקלאפעריי, אבער דאך זענען מענטשן געהאלטן ווי שקלאפן אין א טייל [[דריטע וועלט]] לענדער.
דער פערטער פאראגראף פון דער [[אלוועלטלעכע דעקלעראציע פון מענטשרעכט|אלוועלטליכער דעקלעראציע פון מענטשרעכט]] אסרט שקלאפעריי און האנדלען מיט שקלאפן. היינט האבן אלע לענדער געזעצן קעגן שקלאפעריי, אבער דאך זענען מענטשן געהאלטן ווי שקלאפן אין א טייל [[דריטע וועלט]] לענדער.


== שקלאפעריי אין אוראלט גריכנלאנד אין רוים ==
== שקלאפעריי אין אוראלט גריכנלאנד אין רוים ==
שורה 11: שורה 12:
מיטן פארשפרייטן פון [[איסלאם]] אין [[אפריקע]] האבן די אראבישע שקלאף־הענדלער געפירט א מסחר פון אפריקאנער שקלאפן וואס זיי האבן אימפארטירט אין דעם אראבישן האלבאינזל. אויך שווארצע האבן געכאפט אנדערע שווארצע צו ווערן שקלאפן.
מיטן פארשפרייטן פון [[איסלאם]] אין [[אפריקע]] האבן די אראבישע שקלאף־הענדלער געפירט א מסחר פון אפריקאנער שקלאפן וואס זיי האבן אימפארטירט אין דעם אראבישן האלבאינזל. אויך שווארצע האבן געכאפט אנדערע שווארצע צו ווערן שקלאפן.


== אין יידישקייט ==
== אין אידישקייט ==
{{הויפט ארטיקל|ארטיקלען = [[עבד עברי]], [[עבד כנעני]]}}
{{הויפט ארטיקל|ארטיקלען = [[עבד עברי]], [[עבד כנעני]]}}
אין הלכה זענען דא די באגריפן פון [[עבד עברי]] און [[עבד כנעני]].  
אין הלכה זענען דא די באגריפן פון [[עבד עברי]] און [[עבד כנעני]].  
שורה 44: שורה 45:
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:עבדות]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 14:53, 23 פעברואר 2024

שקלאַפעריי איז אן עקאנאמישע סיסטעם וואו א מענטש, דער שקלאַף, ווערט דער אייגענטום פון א צווייטן מענטש, און מוז ארבעטן פאר זיין האר אן געהאלט. דער שקלאף איז נישט בעל־הבית אויף זיין צייט נאר מוז טון וואס זיין האר הייסט אים. אפטמאל האט ער איבערהויפט נישט קיין רעכט.

דער פערטער פאראגראף פון דער אלוועלטליכער דעקלעראציע פון מענטשרעכט אסרט שקלאפעריי און האנדלען מיט שקלאפן. היינט האבן אלע לענדער געזעצן קעגן שקלאפעריי, אבער דאך זענען מענטשן געהאלטן ווי שקלאפן אין א טייל דריטע וועלט לענדער.

שקלאפעריי אין אוראלט גריכנלאנד אין רוים

אין אוראלט גריכנלאנד און רוים איז געווען איינגעפירט די סיסטעם פון שקלאפעריי. ווען איינער האט געהאט א שקלאף האט ער געקענט אים פארקויפן צו א צווייטן אדער איבערלאזן א ירושה פאר זיינע קינדער. ס'איז געווען מעגלעך אפצוקויפן אלס שקלאפן מלחמה געפאנגענע און מענטשן געכאפט דורך פיראטן. קינדער געבוירן צו שקלאפן האבן געהערט צו די אייגנטימער פון די עלטערן.

ס'איז געווען א מעגליכקייט פאר א שקלאף צו ווערן באפרייט. דער רוימישער קייסער פערטינאקס איז געווען א זון פון א באפרייטן שקלאף.

שקלאפעריי אין אפריקע

מיטן פארשפרייטן פון איסלאם אין אפריקע האבן די אראבישע שקלאף־הענדלער געפירט א מסחר פון אפריקאנער שקלאפן וואס זיי האבן אימפארטירט אין דעם אראבישן האלבאינזל. אויך שווארצע האבן געכאפט אנדערע שווארצע צו ווערן שקלאפן.

אין אידישקייט

אין הלכה זענען דא די באגריפן פון עבד עברי און עבד כנעני.

עבד עברי

אן עבד עברי איז נישט קיין שקלאף. ער איז א איד וואס האט זיך פארקויפט צו ארבעטן ווייל עס פעלט אים געלט, אדער וואס בית דין האבן אים פארקויפט צוליב דעם וואס ער האט געגנבעט און האט נישט מיט וואס צו באצאלן. אן עבד עברי איז באגרעניצט צו ארבעטן זעקס יאר, דערנאך גייט ער ארויס פריי. זיין האר טאר נישט געבן אויף אים מער ארבעט ווי א געדינגענעם ארבעטער, און מוז אים אויסהאלטן, מיט זיינע ווייב און קינדער, אין גאנץ גוטע צושטאנדן.

עבד כנעני

אנדערש איז דער עבד כנעני, וואס איז דער אייגנטום פון זיין האר, און די תורה זאגט "לעולם בהם תעבודו", מען טאר נישט באפרייען אן עבד כנעני. דאך האט דער עבד געוויסע רעכטן. טאמער זיין האר שעדיגט אים און צעקלאפט זיין אויג, צאן, פינגער, אא"וו, ווערט דער עבד באפרייט. אויך האט דער האר נישט קיין רעכט צו הרגענען זיינס אן עבד, און ער וועט ווערן געמשפטעט אויף דעם.

די תורה הייסט מגייר זיין לשם עבדות אן עבד, ד"ה ער מוז אים מלען און דער עבד ווערט באפליכטעט אין אלע מצוות וואס א פרוי דארף האלטן.

כדי אויס לייזן דעם קנעכט דארף זיין האר שרייבן אים א שטר. אויב מ'האט נישט געשריבן קיין שטר, נאר דער האַר (אדון) האט זיך מתייאש געווען, ווערט נפקע נאר דער קניין ממון פון דעם קנעכט, אבער נישט דער קניין איסור, און דער יורה דעה'דיקער דין פון דער עבד בלייבט, אבער ער איז נישט מחויב צו ארבעטן פארן אדון.

די גמרא[1] זאגט אויף אים "אותו העבד אין לו תקנה". לויט דער שיטה פון רש"י, דאס מיינט אז ער איז א "מקצת עבד", און וועגן דעם טאר ער נישט חתונה האבן נישט מיט א שפחה און נישט מיט א "בת חורין" א יידענע. דער אדון קען שרייבן א שטר אים צו ארויס לאזן, אבער די קינדער ירשנען נישט, ווייל דער איסור איז צו א שוואכע זאך צו ירשענען, ס'איז א קנין וואס האט נישט קיין אחיזה פאר זיך, און וועגן דעם קענען די קינדער נישט ארויסלאזן דער קנעכט דורך א שטר.

לויט תוספות שיטה, איז ער א נארמאלער עבד און דיני יורה דעה, און מעג חתונה האבן מיט א שפחה.

אין מצרים

די תורה ברענגט אז ווען די אידן זענען געווען אין מצרים, האבן די מצריים געהאלטן זיי ווי שקלאפן צו בויען שטעט און סקלאדן.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. מסכת גיטין

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!