אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלום נח בערעזאווסקי"
ק (החלפת טקסט – "[[אלעזר מנחם מן שך" ב־"[[רבי אלעזר מנחם מן שך") |
ק (החלפת טקסט – "זיכרון" ב־"זכרון") |
||
שורה 18: | שורה 18: | ||
<!-- | <!-- | ||
בערך אין יאר תר"צ, האט דער סלאנימער רבי באשטימט רבי שלום נח צו האלטן אין זיין | בערך אין יאר תר"צ, האט דער סלאנימער רבי באשטימט רבי שלום נח צו האלטן אין זיין זכרון די שבתדיגע שמועסן און אויפשרייבן זיי נאך שבת. These notes were subseqyuently published under the name ''Beis Avrohom''. | ||
In 1940, Rabbi Sholom Noach was appointed rosh yeshiva of ''Achei Temimim'', the [[Lubavitch]]er yeshiva in Tel Aviv. In 1941 he opened the Slonimer yeshiva in [[Jerusalem]] with just five students. On Friday nights rabbi Berezovsky would sit with the students for hours on end, teaching them the traditional Slonimer melodies. | In 1940, Rabbi Sholom Noach was appointed rosh yeshiva of ''Achei Temimim'', the [[Lubavitch]]er yeshiva in Tel Aviv. In 1941 he opened the Slonimer yeshiva in [[Jerusalem]] with just five students. On Friday nights rabbi Berezovsky would sit with the students for hours on end, teaching them the traditional Slonimer melodies. |
רעוויזיע פון 14:40, 23 פעברואר 2024
רבי שלום נח בערעזאווסקי (ה'תרע"א - ז' אב ה'תש"ס) איז געווען סלאנימער רבי פון ה'תשמ"א ביז צו זיין פטירה. ער האט געפירט זיין רביסטעווע אין ירושלים. ער איז שטארק באוואוסט צוליב זיינע תורות וואס זענען געדרוקט אין די ספרים נתיבות שלום.
הר"ר שלום נח האט געשריבן זייער אסאך. דורך זיינע ספרים איז ער שטארק משפיע אויף אידן סיי חסידיש סיי נישט חסידיש. מ'זאגט נאך פון א חשוב'ן (נישט חסידישן) ראש ישיבה אז דער "נתיבות שלום" איז דער "מסילת ישרים" פון היינטיקן דור.
משפחה
שלום נח איז געבוירן ד' אב ה'תרע"א אין באראנאוויטש, פוילן (היינט בעלארוס) וואו ס'האט געוואוינט א גרויסער קיבוץ פון סלאנימער חסידים. זיין פאטער משה אברהם איז געווען דער ראש הקהל; זיין מוטער איז געווען אן אייניקל פון הלל וויינבערג, א ברודער פון ערשטן סלאנימער רבי'ן דער יסוד העבודה.
אום יאר ה'תרצ"ג האט ער, מיט א ווארעמער הסכמה פון סלאנימער רבי'ן דעם "בית אברהם", געווארן אן איידעם ביים רבי'נס קוזין הר"ר אברהם וויינבערג פון טבריה. זיין שווער איז שפעטער אליין געווארן רבי (דער "ברכת אברהם").
הר"ר שלום נח איז נפטר געווארן ז' אב ה'תש"ס.
תורה און חסידות
שלום נח האט געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה תורת חסד אין באראנאוויטש, א ישיבה וואס האט צוזאמענגענומען ליטווישע לומדות מיט א חסידישער השקפה. דער ראש ישיבה איז געוון רבי אברהם שמואל הירשאוויץ, אן אייניקל פון רבי אליעזר גארדאן פון טעלזש, און דער גייסטישער משגיח איז געווען רבי משה מידנער, אן אייניקל פונעם יסוד העבודה פון סלאנים און א תלמיד פון רבי חיים סאלאווייטשיק פון בריסק.
זיין נאָכגייער איז זיין זון הר"ר שמואל.
תלמידים
- רבי מיכל זילבער, ראש ישיבה אין זוועהיל און באקאנטער מגיד שיעור פאר דף היומי
מקורות
- המודיע י"ז אב תש"ס און "מרביצי תורה מעולם החסידות" באנד א' דף 177 און באנד ג' דף 167, ציטירט אין המעין
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!