אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאוועטיש היימלאנד"
ק (החלפת טקסט – "סאוועטיש" ב־"סאוויעטיש") |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:סאוועטיש היימלאנד צו רוי:סאוויעטיש היימלאנד אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "סאוועטיש" ב־"סאוויעטיש") |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 23:58, 17 פעברואר 2024
סאָוועטיש היימלאַנד איז געווען אַ סאָוועטישער ליטעראַרישער און פּובליציסטישער זשורנאַל אויף אידיש, וועלכער איז דערשינען פון 1961 ביז 1991 אַלס אָרגאַן פונעם סאָוועטישן שרייבער-פאַראיין (לכתחילה איין מאָל אין צוויי חדשים און דערנאָך – יעדן חודש), זייענדיק אין די יאָרן די איינציקע ייִדישע ליטעראַרישע פּעריִאָדישע אויסגאַבע אינעם ראַטנפאַרבאַנד.
זיין הויפּט-רעדאַקטאָר איז פונעם אָנהייב ביזן סוף געווען דער דיכטער אהרן ווערגעליס.
אלמאנאך
זינט 1986 האָט די רעדאַקציע פונעם זשורנאַל אַרויסגעגעבן אַ יערליכן רוסיש-שפּראַכיקן אַלמאַנאַך מיטן נאמען "גאָד זאַ גאָדאָם" («Год за годом»), (באדייט: "יאהר נאך יאהר"), וועלכע איז בעיקר באשטאנען פון איבערזעצונגען פון ייִדיש.
סך-הכל זענען דערשינען זעקס בענדער פון דעם אַלמאַנאַך (דער לעצטער באַנד איז דערשינען אין 1992).
די יידישע גאס
דאָס אַרויסגעבן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט זיך אויפגעהערט אויפן טאָפּלטן (11 – 12) נומער אין דעצעמבער 1991. אָנשטאָט אים האָט די רעדאַקציע פון "סאָוועטיש היימלאַנד" אומרעגולער אַרויסגעגעבן אין די יאָרן 1993 – 1999 דעם זשורנאַל די ייִדישע גאַס («Еврейская улица») אויף ייִדיש און אויף רוסיש. דאָס אַרויסגעבן אָט דעם זשורנאַל האָט זיך אויפגעהערט נאָכן טויט פון אהרן ווערגעליס אין יוני 1999.
ביכער
- אויסערוויילטס, מוישע טייף, 1965
- דערציילונגען פון יידישע סאוויעטישע שרייבער, 1969
- האריזאנטן, דיכטונגען, 1965
דרויסנדע לינקס
- גענאדי עסטרייך, "סאָוועטיש היימלאַנד": דער זשורנאַל, וואָס האָט זיך באַוויזן מיט 50 יאָר צוריק
- פיליפּ בן, "אמת אָנשטאָט עמעס. אַ באַזוך אין דער רעדאַקציע פון דעם יידישן זשורנאַל 'סאָוועטיש היימלאַנד'" (אויף העברעיש) - http://jpress.org.il/Default/Scripting/ArticleWin.asp?From=Archive&Skin=TAUHe&BaseHref=MAR/1961/08/11&EntityId=Ar01900&ViewMode=HTML
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!