אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים יוסף דוד אזולאי"

ק
החלפת טקסט – "ספרדישע" ב־"ספרד'ישע"
ק (החלפת טקסט – "[[יצחק זרחיה אזולאי" ב־"[[רבי יצחק זרחיה אזולאי")
ק (החלפת טקסט – "ספרדישע" ב־"ספרד'ישע")
 
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 4: שורה 4:
}}
}}


הרב '''חיים יוסף דוד אזולאי''', באקאנט מיט זיינע ראשי תיבות '''חיד"א,''' ([[ה'תפ"ד]] [[1724]] - [[י"א אדר]], [[ה'תקס"ו]] [[1806]]) דאס איז דער באקאנטער [[ספרדים|ספרדישער]] גדול און [[אדם השלם]] וואס האט באלייכט דאס ספרדישע [[אידנטום]] מיט זיין [[תורה]], [[קדושה]], [[חכמה]], [[פקחות]].
הרב '''חיים יוסף דוד אזולאי''', באקאנט מיט זיינע ראשי תיבות '''חיד"א,''' ([[ה'תפ"ד]] [[1724]] - [[י"א אדר]], [[ה'תקס"ו]] [[1806]]) דאס איז דער באקאנטער [[ספרדים|ספרד'ישער]] גדול און [[אדם השלם]] וואס האט באלייכט דאס ספרד'ישע [[אידנטום]] מיט זיין [[תורה]], [[קדושה]], [[חכמה]], [[פקחות]].


דער חיד"א האט מחבר געווען צענדליגע [[ספרים]] אויף אלע [[מקצועות]] התורה, ער איז געווען א באקאנטער מענטש אין דער גארער וועלט.
דער חיד"א האט מחבר געווען צענדליגע [[ספרים]] אויף אלע [[מקצועות]] התורה, ער איז געווען א באקאנטער מענטש אין דער גארער וועלט.
שורה 86: שורה 86:
דער חיד"א איז ארויסגעפארן פון ארץ ישראל אויף צוויי לאנגע נסיעות אלס שד"ר צו זאמלען געלט פאר די ארעמעלייט אין ארץ ישראל. די ערשטע נסיעה איז געווען אין יאר תקי"ג, מיט זיין באדינער שמואל בן חיים, קיין מצרים און [[אייראפע]]. די צווייטע נסיעה איז ער געפארן אין יאר תקל"ג, מיט אברהם גבאי, קיין צפון [[אפריקע]] און אייראפע.
דער חיד"א איז ארויסגעפארן פון ארץ ישראל אויף צוויי לאנגע נסיעות אלס שד"ר צו זאמלען געלט פאר די ארעמעלייט אין ארץ ישראל. די ערשטע נסיעה איז געווען אין יאר תקי"ג, מיט זיין באדינער שמואל בן חיים, קיין מצרים און [[אייראפע]]. די צווייטע נסיעה איז ער געפארן אין יאר תקל"ג, מיט אברהם גבאי, קיין צפון [[אפריקע]] און אייראפע.


דער חיד"א האט מיט גרויס חכמה צוריקגעברענגט שטאלץ כבוד און עהרע פון די תלמידי חכמים פון ארץ ישראל, ער האט זייער אפבאכט געגעבן צו דערהייבן דעם כבוד פון ארץ ישראל איבעראל. ווען איינער האט אים געלאדעענט און האט דער חיד"א האט מורא געהאט אז עס וועט נישט גוט אויסקומען פאר זיין געלד גיין שרייבט ער "דאס פאסט נישט פאר א שלוח פון ארץ ישראל (מעגל טוב) ווען דער גאון [[פני יהושע]] האט אים מכבד געווען און געהייסן אים געבן געלד שרייבט ער:  לתת לי מדרו לפי כבוד ארץ ישראל (מעגל טוב עמוד 23). ווען אים אמסטערדאם האט מען אים ספעציעל מכבד געוווען שרייבט ער "דאס איז אלעס לכבוד ארץ ישראל (מעגל טוב 134). דער חיד"א נעמט אייביג אהן אלס מיט ליבשאפט אפילו מען האט אים פארשעעמט און מען האט נישט דערקענט זיין גרויסקייט אבער ווען א פרנס אין [[מאנטי סאן סאבינו]] האט אים פארשעמט אלץ שליח ארץ ישראל שרייבט ער " אוי לו לדור שאתה פרנסו, הטוב בעיניך  לזלזל בשליח ארץ ישראל כאחד הפחתי"ם".
דאס ערשטע מאל וואס דער חיד"א איז ארויס געפארן צו זאמלן געלד איז געווען אין יאר [[ה'תקי"ג]], ער איז דאן אלט געווען ניין און צוואנציג יאר, מיט זיין באדינער שמואל בן חיים, (ער איז דערטרונקען געווארן אין וואסער אין יאר תקט"ז, מעגל טוב עמוד 42). ער האט מיטגעמאכט א שווערן וועג אראבער זענען אים באפאלן און געוואלט צורויבן וואס ער האט, אנקומענדיג קיין עזה איז געווארן שבת, זיינע מיטפארער האבן געוואלט ווייטער פארן, דעריבער איז ער פארבליבן אליין אין שטאט, ער האט דארט געווארט פופציג טעג כמעט צוויי חדשים, ביז עס איז געקומען נייע מיטפארער, ער איז מיט זיין געגאנגען קיין מצרים, פון אלכסנדריה איז ער געפארן קיין איטאליע קיין ליווארנא. עס איז דאן געווען ר"ח אלול שנת [[ה'תקי"ג]]. ער איז פארבליבן אין שטאט ביז נאך סוכות, כ"ה תשרי [[ה'תקי"ד]] איז ער געפארן באזוכען אין די פאלגענדע שטאט, קודם קיין פיסה, פירינצי, סיינה, מוטי סאן סאבינו, ליפיאנו, אורבינו, פיזארו, סיניגאליה, אנקונה, צוריקן קיין סיניגאליה, פיזארו, רימיני פאינצה, לוגו, פירארה, מודינה, ריגייו, גואסטאללה, מנטובה, וירונה, פאדובה, ויניציאה, צוריק קיין פאדובה, ווירונה, דאס זענען שטעט אין איטאליע וואו דער חיד"א האט באזוכעט די ישובים פון אידן צו מאכן געלד פאר די ארץ ישראל אידן.
דער חיד"א האט מען אויפגענומען אין איטאליע ווי א חשובער גאסט, איבעראל איז ער איינגעשטאנען ביי די רבנים פון שטאט אדער ביי די ראשי קהילה און עשירים, ווי ער זעלבסט פארצייכט אלעס אין זיין טאג בוך "מעגל טוב". מען האט אים שטענדיג מכבד געווען זאגן א דרשה, ער שרייבט: האנשים האלה שלמים הם, כולן שוים לטובה לעשות יקר יותר לשלוחי ארץ ישראל, גם לי איש צער הפליאו לעשות ויום ולילה עד חצות לא כלתה רגל מחשובי ופרנסי וחכמי העיר, כת נכנסת וכת יוצאה בדידי קא משתעו (עמוד 7). אויב איז ער אנגעקומען איז א פלאץ ווי מען האט זיך נישט געפירט מיט אים מיטן ריכטיגן כבוד  שרייבט ער אמאל אזוי: אנקומענדיג קיין האנאו איז דער שמש פון שטאט מיך קעגן געקומען, און מיך פארבעטן צו זיך אין שטוב, האב איך אים געזאגט איך וויל זיך זעהן מיט דיין רב, ווייל עס פאסט נישט פאר א שליח פון ארץ ישראל איך זאל איינשטיין ביי דיר (מעגל טוב עמוד 21).
אין חודש סיון איז ער געפארן פון וירונה קיין [[דייטשלאנד]] און באזוכט די דייטשע שטעט וואו אידן וואוינען, [[בולזאנו]], [[אינסברוק]], [[פירזי]], קריגסהאבער, הארבורג, [[איטינגן]], וואסערטרידינגען, [[אנסבאך]], [[פיורדא]], באמבערג, האספורט, ניידרוירן, הייצפעלד, היידינגספעלד, אשפנבורג, זליגנשטאט, האנאו, [[פראנקפורט דמיין]], [[ווארמייזא]], צוריק קיין פראנקפורט און איז דארט געזעסן פון סוף חודש אב ביז י"ט חשון שנת [[ה'תקט"ו]], פון דארט קיין [[מאגענצא]], בינגן, בון, דיסלדורך, קליוו, נימווגן, פון דארט איז ער געפארן קיין האלאנד.
דער חיד"א איז געווען אין דייטשלאנד ניין חדשים. אבער דא ביי די קהילות פון אשכנז האט ער נישט געהאט אזויפיל הצלחה, ער האט דארט נישט געהאלטן קיין דרשות, מען האט אים נישט געגעבן קיין געהעריגע אכסניא, אפט מאהל האט ער געמוזט איינשטיין ביי גוים. און אסאך פלעצער האט ער גארנישט געמאכט קיין געלד. דער סיבה פאר וואס מען האט אים נישט געהעריג אויפגענומען אין דייטשלאנד איז געווען צוליב די תקנה אז אלע געלטער פון אשכנז זאל מען נישט שיקן פאר די ספרד'ישע קהילות אין ארץ ישראל נאר צו די קהילות וואס שטאמען פון אשכנז. די תקנה האט מען געמאכט אפילו מיט רשות פון די פקידים אין קושטא וואס זיי זענען געווען די בעלי בתים אויף די געלד פאר די ספרד'ישע קהילות, אבער דער חיד"א האט דאס נישט געוואסט (מעגל טוב עמוד 15).
דער חיד"א איז געקומען קיין [[האלאנד]] צוועלף טאג אין טבת שנת [[ה'תקט"ו]], און געווען דארט ביז י"ג ניסן, פון דארט איז ער געפארן קיין האג און ראטערדאם, פון דארט קיין [[ענגלאנד]], [[לאנדאן]], פון דארט קיין קאלאי אין פראנקרייך. ער איז אנגעקומען קיין [[פאריז]] צוועלף טאג אין אב און געווען דארט ביז י"ד אב, פון דארט קיין בורדו, איונה, מונטפלייר, נים, אביניון, קארפאנטראץ, ליל, קאבארליון, ניצדה די פרובאנס, פון דארט צוריק קיין איטאליע קוניאו, פוסאנו, קארמאניולה, טורינו, ווירצלי, קסאלי, אליסנדריה די לה פאליה, גיונואה ביז ליוורנאו צו זיין באקאנטע אכסניה זיין גוטער פריינד [[מיכאל פירירא די ליאון]], געווען איז דאס דרייצען טאג אין ניסן. דארט האט ער געדרוקט זיין ערשטע ספר [[שער יוסף]].
ער האט זיך געהאלטן אין ליווארנא ביז זעקס און צוואנציג טאג אין סיון שנת [[תקי"ז]], און איז איז אפגעפארן פון דארט מיט א שיף קיין טורקיי, קיין איזמיר, גאליפולי, טיקיר דאג, [[קושטא]], דאס האט גענומען ביז ר"ח אדר ב' שנת [[ה'תקי"ח]], פון דארט קיין יפו און איז געקומען קיין [[ירושלים]] פיר טאג אין חודש ניסן.
== אלס חבר בית דין אין ירושלים==
ווען דער חיד"א איז צוריק געקומען פון זיין ערשטע נסיעה אין חודש ניסן [[תקי"ז]] איז ער אויפגענומען געווארן אלס חבר בית דין פון ר' [[מיוחס בכר שמואל]], פריער איז דארט געווען חבר בית הדין זיין טאטע ר' [[רבי יצחק זרחיה אזולאי]].
דער חיד"א איז געווען ראש בית דין און האט גענומען א חלק אין די זאכן וואס א רב און א אנגעזעהנער פירער דארף טוהן, עס זענען פארבליבן אסאך כתבים און פסקים וואס דער חיד"א מיט זיינע חברים האבן געשריבן. דאס האט אנהגעהאלטן זיבען יאר, פון יאר [[ה'תקי"ז]] ביז יאר [[ה'תקכ"ד]], דאן האט פאסירט א זאך וואס האט צושטערט זיין פרידן.
געווען איז דאס אזוי: אין יענע צייט איז געווען כמעט נישט קיין געלד פון וואס צו לעבן אין ירושלים, דער ישוב אין ירושלים איז געווען חכמים אידן וואס האבן געלערנט און געדאווענט, נישט געהאנדלט, אלע וואס זענען געווען דארט זענען געווען גאר פרומע אידן, ווי דער חיד"א פארציילט דאס אין שו"ת און אין אסאך אנדערע פון זיינע ספרים, דאס געלט איז געקומען פון חוץ לארץ, די ספרד'ישע קהילות זענען אסאך בעסער געווען אויסגעשטעלט ווי די פון אשכנז (ביז די חסידים און די תלמידי הגר"א האבן שפעטער אויך אזוי געטוהן), אידן האבן מנדב געווען אסאך געלד פאר די תלמידי חכמים און ספרד'ישע קהילות, דער וועד פאר די געלד איז אין א געוויסן זון געווארן אנגעהפירט דורך עשירים און רייכע לייט פון דער שטאט קושטא פון איטאליה, דער וועד אין קושטא האט געשטעלט פיהר "פקידים" פון ארץ ישקראל וואס זיי זאלן אנפירן אלע געלטער פאר די ספרד'ישע אידענטוהם אין ארץ ישראל, די פקידים אין ארץ ישראל האבן געהאט א גרויסער כח, זיי האבן אנגעפירט אלע געלטער, אלע שטעלעס אין די קהילות, די לעצטע ווארט זענען זיי געווען, אויך זענען זיי געווען די פארטשטייער פון די אידן קעגן די אראבישע רעגירונגען וואס האבן דאן געהערשט אין ארץ ישראל.
אין יאר [[ה'תקי"ד]] האט מען געשטעלט א נייעם פקיד, א גרויסע עושר און באקאנטער מענטש [[שיך רחמים הכהן]], קודם איז יעדער צופרידן געווען מיט אים, ער פלעגט געבן אסאך פון זיין אייגן געלד פאר תלמידי חכמים, ער איז געווען א גרויסע עסקן און האט אסאך געהאלפן פאר אידן און דעריבער זענען געווען אסאך וואס האבן גאר געבעטן דעם וועד מען זאל אים שטעלן אלס פקיד, אבער אינ מיטן יאר [[ה' תקט"ז]], האט אויסגעבראכן א פייער'דיגע מחלוקה קעגן אים, די אנדערע דריי פקידים האבן געהאלטן אז ער נעמט אסאך געלד פאר זיך, ער גיט נישט אפ קיין פונקעטליכע חשבון, עס האט זיך געמאכט צווישן דעם ישוב פארשידענע דעות מענטשן וואס האבן מיט געהאלטן מיט שיך רחמים און מענטשן וואס זענען געווען קעגן אים, שיך רחמים איז געווען אין כעס און איז געגאנגען צו די אראבישע רעגירונג פארשטייער און האט אים געגעבן אסאך געלד, און דערפאר האבן זיי אים געגעבן כח ער זאל קענען שטראפען און מסר'ן פאר די רעגירונג יעדער וואס וויל אים שלעכטץ טוהן, אויך האט ער געהאט א כח ארויף לייגן געלד שטראפן פאר אלע וואס שטערן אים.
שיך רחמים הכהן האט דעם כח אויסגענוצט און האט גע'קנס'ט יעדער וואס ער האט האט געהאט דעם מינדעסטן חשש, ער האט זיך געמישט בפרטיות אין יעדע זאך וואס איז אים נישט געווען וואו ער וויל האט געצוונגען עס זאל זיין ווי ער וויל. עס האט אויסגעבראכן א ריזין מחלוקה אין ירושלים, צווישן די גאנצע קהילה, יעדער איז געווען פארמישט דערין, מען האט געשריבן פאר די וועד אין קושטא אז שיך רחמים איז נישט אויסגהאלטן, זיי האבן אים בודק געווען, לויט זייער מיינוג איז ער יא גוט געווען, זיי האבן אים געשריבן ער זאל זיין איינגעהאלטן, אסאך תלמידי חכמים האט ער בא'קנס'ט וואס זיי האבן געהאלטן עס איז געווען אומזיסט, מען האט זיך געגען געשטעלט זיינע באפעלן, און ער האט גע'מסר'ט, די אראבישע פארשטייער אין ירושלים האט אים אראפ געשטעלט פון זיין שטעלע, ער האט געגעבן מער געלד האט מען צוריק געשטלעט, די ספרד'ישע קהילה אין ירושלים איז געווארן צובראכן אויף שטיקער. (די גאנצע מעשה שטייט מיט א גרויס אריכות אין הקדמה פון שו"ת פרי האדמה (ח"ד), ספר התקנות וההסכמות ירושלים סי' נ"ז, שו"ת מזבח אדמה חו"מ סי' ב', יור"ד סי' של"ד, ספר ברכות המים יור"ד סי' של"ד)
== די נסיעה און אנטלויף קיין מצרים ==
אין יענער צייט וואס שיך רחמים הכהן איז אראפגעשטעלט געווארן דורך די אראבישע פארשטייער, די פקידים אין קושטא זענען געווען צומישט זיי האבן נישט פארשטאנען וואס עס גייט פאר, האבן זיי קודם אויפגעהערט צו שיקן געלד, זיין האבן געוואלט וויסן א קלארע זאך, האט דער חיד"א מיט זיינע חברים דער מהרי"ט אלגאזי זיך ארויסגעלאזט קיין קושטא זיך דורכשמועסן מיט די וועד וואס מען זאל טועהן צוריק שטעלן שלום אין שטאט, זיי זענען געפארן קיין [[מצרים]], דארט זענען זיי געוואר געווארן אז שיך רחמים הכהן איז צוריק געווארן דער פקיד, דער חיד"א האט דאן געהאלטן אז עס האט שוין נישט קיין זין ווייטער צו פארן וויאבלד מען וועט גארנישט אויפטוהן, רחמים הכהן איז ממילא דער בעל הבית.
אסאך פון די תלמידי חכמים אין ירושלים זענען אנטלויפן פון דארט, צוליב מורא אז שיך רחמים הכהן וועט נקמה נעמען פאר יעדעם וואס ער האלט אז יענער שטערט אים, דער חיד"א האט אויך מורא געהאט זיך צוריקערן קיין [[ארץ ישראל]], ער האט זיך בעזעצט אין מצרים און האט דארט געהאט א פירענדע טייל אין די קהילה.
דער חיד"א איז זייער נישט באקוועם געווען אין מצרים ווייט אוועק פון זיין סביבה, זיין משפחה און חברים, די אידן פון מצרים האבן געוואוסט אפצושאצען זיינע כוחות און זיי האבן אים אויפגענומען פאר רב אין די קהילה, אין שבת תשובה [[ה'תקכ"ה]] האט ער געזאגט א עפענונג דרשה לכבוד זיין נייע שטעלע. ער האט אסאך געבענקט צוריק צו גיין קיין, ער האט געזעהן אז אסאך תלמידי חכמים זענען שוין צוריק און ער האט געמוזט בלייבן אלס רב אין זיין קהילה אין מצרים, אין יאר [[תקכ"ה]] איז זיין טאטע ר' [[רבי יצחק זרחיה אזולאי]] נפטר געווארן, דאס האט אים אויך זייער צובראכן.
עס זענען פארבליבן אסאך בריוו וואס דער חיד"א שרייבט צו זיינע רבים, חברים און תלמידים ווי שטארק ער וויל צוריק גיין ירושלים, ווי ער גלוסט צו די הייליגע ערד און וויל זוכה זיין צו אלע גוטע סגולות פון הייליגקייט פון ארץ ישראל, אבער ער קען נישט (זעה אגרת מצרים מכתב י"ט, אגרות חיד"א ליוורנא סי' נ"ו, ל"ח, אגרת החיד"א לאביו סיני  כרך מ"ג תשי"ח עמ' רל"ד ועוד). ער שרייבט אזעלכע לשונות ווי "ואותר רק אני לבדי אשתומם כאיש נדבה, כי גדל הכאב מאד בכל עת אשר אני רואה כי רחק ממני מנחם, טוב לי אז בארץ הצבי מט"ה מנוולת כמעט כסדום בין תנות וכירים, וכו' הוציאה ממסגר נפשי אשובה אראה הר ציון.
== אלס ראש ישיבה אין חברון ==
פינף יאר איז דער חיד"א געווען אין מצרים. אין יאר תקכ"ט חודש אדר איז ער געפארן קיין קאפוטקיה, ער איז געבליבן דארט ביז פיר טאג אין חודש סיון, און אכט טאג אין סיון איז ער געקומען קיין [[יפו]], פון דארט האט ער זיך באזעצט אין חברון. ווי עס זעהט אויס האט נאך אלץ מורא געהאט צוריק צו גיין קיין ירושלים.
דעם טאג וואס ער איז געקומען קיין חברון איז אים זייער חשוב געווען ער שרייבט אין איינע פון זיינע ספרים (כת"י החיד"א אויפן ספר לבוש מיט הגהות פון זיין זיידע דער [[חסד לאברהם]]) בזה"ל: זיכנו המרחם ברוב רחמיו להתספח בנחת ה' פה עיה"ק חברון ת"ו שילהי סיון תקכ"ט, הוא ברחמיו יזכינו לשקוד בו אני וזרע זרעי בתורה ובבמצות וזכות מורי זקני הקבור פה יגן בעדי כן יהי רצון.
אין חברון איז ער געוון פון די ראשי בית דין, ער ווערט דארט פארעכנט פון די ז' טובי העיר, און האט געשריבן אסאך בריוו וועגן דעם מצב פון אידן דארט, ער האט דארט געשטעלט א ישיבה מיט תלמידים, און ער האט זיך דארט באקענט מיט אסאך גדולי ישראל פון דארט, ספעציעל האט ער געמאכט באקאנטשאפט מיט דעם גאון ר' [[אהרן אלפאנדארי]] דער בעל מחבר פון סםר [[יד אהרן]], אויף שלחן ערוך, דער חיד"א ברענגט פון אים אין זיינע ספרים אסאך זאכן וואס ער האט געהערט פון אים.
דער חיד"א איז געווען אין חברון דריי יאר אין פיהר חדשים, ביז מען האט אים נאכאמאהל מכבד געווען ער זאל זיין די [[שד"ר]] און ארויספארן קיין חוץ לארץ שאפן געלד פאר ארימעלייט בני תורה אין ארץ ישראל.
== די צווייטע נסיעה קיין חוץ לארץ==
דער חיד"א איז ארויס פון [[חברון]] מיט זיין גבאי אברהם גבאי. ווי אויך צוויי באגלייטערס ר' יעקב אליישר ור"י נאחמיאיש, ראש חודש [[חשון]] שנת תקל"ג, זיין זענען געפארן קיין [[אלכסנדריא]] און געוואלט פון דארט נעמען א א שיף קיין [[ליווארנא]], [[איטאליע]]. אין יענער צייט איז געווען א קריג אין [[מיטל מזרח]], אין די שיירה וואס איז געפארן מיט אים איז געווען א גרויסער שר וואס די קהילה פון חברון איז אים שולדיג געווען פינעף טויזנט זהובים, דער חיד"א האט זייער מורא געהאט אז דער וועט אים צווינגען צו באצאלן דעם חוב, ווען עס איז געוקמען פאר שבת האט די שיירא נישט געוואלט ווארטן אויף די אידן איבער שבת, זענען זיי געבליבן אליין, און די שיירא האט זיך געריקט ווייטער, אינמיטן שבת איז דער שר געקומען צום חידא און אים געבעטן דעם חוב, דער חיד"א האט זיך זייער געבעטן צו אים ער זאל ווארטן ביז נאך שבת. בלית ברירה האט ער אים צוגעזאגט אז נאך שבת וועט ער אים עס געבן. די שיירא האט זיך גערוקט און דער חיד"א מיט זיינע יידישע בייגלייטער האבן ענלדיך דערכאפט דעם שיירא.
זיי זענען געקומען קיין [[עגיפטן]] און דארט זיך געזאמם גאנצע זיבן חדשים, אין יענע צייט אין אויך רוסלאנד געווען פארמישט אין א קריג, און דער חיד"א האט מורא געהאט צו פארן אויפן ים, אפשר וועט מען אים חושד זיין אין שלעכטץ, ענדליך צוויי און צוואנציג טאג אין תמוז איז ער ארויסגעפארן פון אלכסנדירה מיט א שיף, און איז געקומען קיין תוניס פאר ראש השנה.
===חודש תשרי אין תוניס===
אריינקומענדיג קיין [[תוניס]] האט מען דעם חיד"א דארט מכבד געווען ווי עס פאסט זיך, די גרויסע ראשי קהילה האבן אים גערופען צו זייערע מלכות'דיגע הייזער, די תלמידי חכמים פון שטאט זענען אים געקומען באזוכן. דער חיד"א צייכנט איהן אין זיין ספר מעגל טוב, אז פרויען וואס זענען געווען שוואנגערדיג מיט קינדער, האבן געשפירט פאר א זכיה צו קוקען אויף די שיינע הערליכע מלכות'דיגע געשטאלט פונעם חיד"א כדי זייערע קינדער זאלן זיין גראטן, ווען דער חיד"א האט געוועלט אוועק גיין פון דארט נאך סוכות האבן אים די אידן פון תוניס נישט געלאזט, אזוי ווייט אז זיי האבן געבעטן פונעם סולטאן ער זאל נישט געבן רשות פארן חיד"א אוועק גיין פון שטאט. די חכמים פון שטאט פלעגן קומען צום חיד"א און זיך גע'טענה'ט מיט אים אין הלכה, זיי האבן אים געוואלט איבערקלוגן, אבער עס איז זיי נישט געלונגען דער חיד"א איז געווען מער חריף, מער גאון און בקי ווי זיי, און דערפאר האבן זיי מחשיב געווען דעם חיד"א, ער שרייבט מיט עניות (מעגל טוב עמוד 60) עס איז וואונדערליכ ווי די גאונים און חכמים וואס זענען גאר שארף קענען מיך נישט בייקומען, ואנכי רש ונקלה.
פון די אנדערע זייט איז אבער דער חיד"א נישט צופרידן געווען אין תוניס, בטבע איז דער חיד"א געווען א [[איסטניס]], גאר א ריינער און איידעלער מאן, און די מענטשן פון תוניס זענען געווען פאר אים פארגרעבט און נישט איידל, ער שרייבט אויף זיי: וכבר הייתי אומר להם הדרך ארץ הוטא מטבע פסול בארצכם.
מיט דעם אלעס איז געלונגען פארן חיד"א צוזאמען נעמען צדקה פאר ארץ ישראל אין תוניס גאר א גרויסער סכום געלד, און זיי האבן זיך געזעגנט מיט אים מיט א הערליכן געזאנג, און פיהר און צוואנציג טאג אין ניסן איז ער ארויס פון תונס עס האבן אים בייגלייט פופצין מענטשן וואס האבן געשלעפט דעם וואגן אנשטאט פערד.
דער חיד"א איז אוועק גפארן פון תוניס זעקס טאג אין אייר, און איז געקומען קיין ליווארנאט זיבעצען טאג אין אייר, און איז אריין אין שטאט הערשט צוואנציג טאג אין אייר, ער האט זיך אויפגעהאלטן דארט ביז ניין און צוואנציג טאג אין סיון, ער איז דארט איינגעשטאנען ביי זיין טאכטער [[שרה די טאכטער פונעם חיד"א|שרה]].
ער איז פון דארט געפארן באזוכען די שטעט אין איטאליע ווי פיסה, סיינה, פירינצי, סיניגאליה, אנקאנא, פיזארא, רימיני, לוגו, פיראפה, מטובה, קולורנו, וויראנא, וןיניציא, קונילייאנו, גראדיסקה, גוריציאה, טריעסטי, קונילייאנו, גארדיסקה, גוריציאה, קונייאן, ריגייו. איבער א יאר צייט האט ער באזוכט די אויבענדארמאנטע שטעט און צוזאמען גענומען געלד פאר די ארץ ישראל אידן, פון דארט איז ער אריבער קיין [[פראנקרייך]], פון דארט אין די [[נידערלאנדן]], [[בריסל]], צוריק קיין [[פאריז]], פראנקרייך, [[ליאון]], און צוריק קיין איטאליע. ער האט געוואנדערט אין פארשידענע שטעט אין איטאליע, ביז ער איז צוריק אנגעקומען קיין ליווארנא אכט און צוואנציג טאג אין אלול שנת תקל"ה. און דערמיט געפארטיגט זיין שליחות פאר די ארץ ישראל אידן.
אין אלע פלעצער ווי ער איז געקומען האט מען אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד און שעצונג ווי עס פאסט פאר אזא גרויסער מענטש, געווען שטעט ווי מען אים ארויסבייגלייט מיט די ראשי הקהילה צוזאמען מיט הונדערטער אידן, אויך די פרויען אין קינדער האבן זיך געשטופט א קוק צו טאהן אויף אזא גרויסן מענטש. אזוי איז געווען אין פראנקרייך, און אין אמסטארדאם, האלאנד.
== אין ליווארנא ==
ביי איינע פון זיינע נסיעות האט דער חיד"א מחליט געווען אז ער פארבלייבט אין [[ליווארנא]].
ביי איינע פון זיינע נסיעות האט דער חיד"א מחליט געווען אז ער פארבלייבט אין [[ליווארנא]].
<!-- דא דארף קומען א קורצע באשרייבונג וועגן דעם חיד"א אין ליווארנא -->
<!-- דא דארף קומען א קורצע באשרייבונג וועגן דעם חיד"א אין ליווארנא -->


איינע פון די גרויסע פראגעס וואס די וואס די יודישע היסטאריקערס פרעגן פארוואס האט דער חיד"א זיך באזעצט אין איטאליע און זיך נישט אומגעקערט קיין ארץ ישראל. אין זיינע ספרים וואס ער האט געשריבן אין ליוואורנא איז ער שעטענדיג מתפלל ער זאל נאך אנקומען קיין ארץ ישראל ווי ער שרייבט אין יאר [[ה'תקל"ו]]: הוא ברחמו יוסיף לי שנות חיים טובים ויעזרני על דבר כבדו שמו וייטיב אחרית על התרוה וכו' ולחזור להתישב ארץ ישראל בכבוד ועושר וישוב וזרע קודש (קונטרס מסעות דף 77). אין יאר [[ה'תקל"ט]] ווען ער האט חתונה געהאט מיט זיין צווייטע ווייב שרייבט ער ונזכה לעלות לארץ ישראל בישוב ובהשקט ובטח מרב כל (מעגל טוב, זייט 177). אין זיין פנקס חשבונות דף 27 שרייבט ער תחל שנה וברכותיה וכו' ויוליכנו לשלום לעיר הקדוש ירושלים. און אזוי געפינט מען אין עטליכע פלעצער. פאקטיש האט ער פראבירט עטליכע מאל ארויף גיין קיין ארץ ישראל, אמאל מיט זיין זון [[אברהם אזולאי|אברהם]], אבער קיינמאל איז אים נישט געלונגען. עס האט מן הסתם אויך געהאלפען דעם פאקט אז אין חוץ לארץ האט ער דאן געקענט מסדר זיין און דרוקן רוב פון זיינע גרויסע חיבורים. און באקאנטע ספרים.
איינע פון די גרויסע פראגעס וואס די וואס די יודישע היסטאריקערס פרעגן פארוואס האט דער חיד"א זיך באזעצט אין איטאליע און זיך נישט אומגעקערט קיין ארץ ישראל. אין זיינע ספרים וואס ער האט געשריבן אין ליוואורנא איז ער שעטענדיג מתפלל ער זאל נאך אנקומען קיין ארץ ישראל ווי ער שרייבט אין יאר [[ה'תקל"ו]]: הוא ברחמו יוסיף לי שנות חיים טובים ויעזרני על דבר כבדו שמו וייטיב אחרית על התרוה וכו' ולחזור להתישב ארץ ישראל בכבוד ועושר וישוב וזרע קודש (קונטרס מסעות דף 77). אין יאר [[ה'תקל"ט]] ווען ער האט חתונה געהאט מיט זיין צווייטע ווייב שרייבט ער ונזכה לעלות לארץ ישראל בישוב ובהשקט ובטח מרב כל (מעגל טוב, זייט 177). אין זיין פנקס חשבונות דף 27 שרייבט ער תחל שנה וברכותיה וכו' ויוליכנו לשלום לעיר הקדוש ירושלים. און אזוי געפינט מען אין עטליכע פלעצער. פאקטיש האט ער פראבירט עטליכע מאל ארויף גיין קיין ארץ ישראל, אמאל מיט זיין זון [[אברהם אזולאי|אברהם]], אבער קיינמאל איז אים נישט געלונגען. עס האט מן הסתם אויך געהאלפען דעם פאקט אז אין חוץ לארץ האט ער דאן געקענט מסדר זיין און דרוקן רוב פון זיינע גרויסע חיבורים. און באקאנטע ספרים.
אייגענטליך איז דער חיד"א געווען גוט באקאנט אין אלע פלעצער פון זיינע נסיעות פון פריער, אין יאר [[ה'תקכ"א]] איז נפטר געווארן דער רב פון די ספרד'ישע קהילה אין אמסטרדאם [[רבי יצחק בן דנא די בריטו]], שוין דעמאלטס האט די קהילה געוואלט דער חיד"א זאל קומען ווערן רב, די קהילה איז אמסטרדאם איז געווען די חשוב'סע און רייכסטע קהילה פון די ספרדים אין דעם גאנצען געגענט, אבער דער חיד"א האט נישט מסכים געווען ער האט זיי געשריבן אז ער האט א שטארקע אפמאך ביי זיך אז ער וויל נישט זיי א רב אין א קהילה. יאהרן שפעטער שרייבט דער חיד"א אין זיין ספר [[מעגל טוב]] (ע' 137) ווען ער איז דארט ארום נאך געלד, האבן נאך די רייכע לייט געהאט א טענה צו איהם היתכן ער האט זיי אפגעזאגט, זיי האבן איהם נישט געגעבן כבוד ווי עס פאסט זיך פאר אזא פערזענליכקייט.
אין יענער צייט אין יאר [[ה'תקל"ה]] זיבן טאג אין חודש חשון האט דער חיד"א חתונה געהאט מיט זיין ווייב [[רחל בת משה לוי]], זי איז געקומען פין איטאליע פון שטאט [[פיסה]], און עס איז פארשטענדליך אז דערמיט האט דער חיד"א זיך צוגעבונדען מער קיין חוץ לארץ. און איז געפארן קיין ליווארנע.
אין ליווארנע איז דער חיד"א איינגעשטאנען אין דעם הויז פון זיין נאנטן חבר און גוטער פריינד [[רבי מיכאל פירירא די ליאון]]. אין יענער צייט האט דער חיד"א געדרוקט זיין מייסטער ווערק אויף שלחן ערוך [[ברכי יוסף]], און אין ליווארנא איז געווען א גרויסער דרוקעריי פון אידישע ספרים איז ער פארבליבן דארט א שטיק צייט. זיין חבר מיכאל פירירא האט אויפגעשטעלט א ישיבה און א בית המדרש לכבוד דעם חשובן גאסט. דער חיד"א דערמאנט אויך אז ער האט געלערנט מיט די חשובע קינדער פון מיכאל [[יעקב פירירא]] און [[גבריאל פירירא]]. דער חיד"א איז געווען זייער צוגעבונדען צו זיי, און עס איז דא פארשידענע כתבי יד ווי דער חיד"א איז מרמז אויף זיי און דערמאנט ווי ער ארבייט אויף זייערע נשמות און זייערע נפשות אין מעגל טוב עמוד 69 שרייבט והייתי עמהם אור הו' עד הבקר. אויף א פלאץ שרייבט סיפי (סיניאר יעקב פירירא) הוא קרוב לתקון יותר מאחיו וילמוד עמי פחות שעה א' בשבוע והוא יתראה פנים אחר זמן. סיפ קרוב לתיקון ויזהר ליצנות והם מיוחדים בליוורנו. (ספר החיד"א למאיר בניהו ח"ב ע' תקס"ד) סיפי שכל זך אמיתי, חולי קבוע מתפחד ויחלה וינצח לגמרי, אחיו מתכחם ואינו, והיה הולך להתתקן וחזר, סיפי עבר עבירה פירוש לגמרי, אך סיג"פ (סיניאר גבריאל פירירא) פורש וחוזר,. אין פאקט איז אויך אז די צוויי זענען גערעכנט ווי תלמידים פונעם חיד"א ווי עס שטייט אין מפתח אויף זיינע ספרים [[חומת אנ"ך]]. און אין צפורן שמיר סי' י"ב שטייט ער דער חיד"א האט געפירט מיט זיי הקפות און געמאכט אין דעם בית המדרש א סדר הקפות מיט תפלות.
ער איז פארבליבן אין ליווארנא, און נישט קיין סאך ארויס פון דארט, אפילו אין ליווארנא איז ער געזעסן אין זיין שטוב און דירעקט נישט קיין סאך ארויס צו עשירים און גרויסע לייט, איינמאל ווען זיין זון [[רבי רפאל ישעיהו אזולאי]] האט איהם פארבעטן ער זאל גיין צו א שמחה פון א גרויסער עושר, האט ער איהם צוליב געטוהן, אבער ער שרייבט צו זיין זיהן: פרצתי גדר הפרתי חק, והלכתי אמש בלילה לבקרו בחופת בתו ושם נמצאו מגבירי העיר ונצטערתי, וכו', ובשגם לא הלכתי אנהואנה משונה ביאה זו לכבוד בני ואורי, על כן דבר השייך לי לשמי לא אצא מדלתי ביתי (אגרת רוזענבערג סי' י"ד).
ער פלעגט אמאל פון דארט פאהרן קיין [[פיסה]] וואס איז גאנץ נאנט צו ליווארנא, דארט האט געוואונט די משפחה פון זיין ווייב. אויך האט איהם זיין זיהן ר' [ [[רפאל ישעיהו אזולאי]] ער זאל קומען איהם באזוכן אין זיין שטאט ווי ער איז געווען רב [[אנקווה]] אבער ער איז וויניג געפארן צו איהם ער שרייבט איהם אזוי:
דער חיד"א האט בשום אופן נישט געוואלט ווערן רב אין קיין שום פלאץ, ווי שוין געשריבן אויבן האט ער נישט אנגענומען דאס רבנות אין מצרים נאר צוליב ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה. אבער דאך האט ער געדינט ווי דער אומאויפציעלער רב אין שטאט, און ביז גאנץ צום סוף ווען מען האט געזאגט אין ליווארנא "דער רב" האט עס געמיינט דער חיד"א. אין די הקדמה פון זיין ספר [[ברכי יוסף]], שרייבער דער ווינער רב מצד הספרדים "לא קבל מימיו שום רבנות".
אין יאר [[ה'תקמ"ב]] שרייבט צו איהם זיין חבר [[רבי יעקב אליישר]] ער זאל ארויף קומען צוריק קיין ארץ ישראל נעמען דאס רבנות אין שטאט [[צפת]], און זאגט איהם צו אז מען וועט איהם צוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך, ער שרייבט אז אויב דער חיד"א וועט אננעמהן דאס רבנות וועט די שטאט ווערן אויפגעלעבט עס וועט ווערן "משוש כל הארץ אשר לא היתה לעולמים ממרן הבית יוסף עד היום" (מזרח ומערב כרך ג' תרפ"ט עמוד 321).
אין יאר [[ה'תקמ"ה]] איז נפטר דער רב פון אנקאנא הרב רב' אברהם ישראל, האט די קהילה אין שטאט [[אנקונה]] געלאדענט דעם חיד"א אחם חאהר [[ה'תקמ"ז]] ער זאל דארט ווערט רב, זיי האבן אים צוגעזאגט אסאך גליק, אבער געטריי צו זיין שיטה האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען און איז נישט געווארן דארט קיין רב ווי עס ווערט דערציילט אין ספר [[מדבר מתנה]] ח"ב קונטרס מדבר יחיד די"ב. למעשה האט זיי דער חיד"א געגעבן א עצה מען זאל נעמען זיין זון הרב [[רבי רפאל ישעיהו אזולאי]].
אין ליווארנא האבן זיך געוואנדען צו אים אסאך רבנים און דיינים און אנגעפרעגט אסאך שאלות אין הלכה וויאזוי זיך צו פירן, ער האט מסדר געווען תפלות ווי [[סנסן ליאיר]] פאר די ניסים וואס די יודן אין ליווארנא האבן מיטגעלבעט אין יאר [[התק"נ]], און אויך [[יוסף בסדר]], און [[שומר הברית והחסד]]. דאס זענען אלע סדר תפלות וואס דער תפלה האט אין יענע צייטן געשריבן.
אין ליווארנא האט דער חיד"א אנגעפירט מיט אסאך חבורות און גרופעס בני תורה וואס האבן געלערענט לויט די אנווייזנוגען ווי דער חיד"א פאר זיי האט דער חיד"א מחבר געווען קונטרסים [[חדשים לבקרים]], חברת [[חק לישראל]].
===די דרשות שבת כלה===
אויך איז ער דארטן געזעסן אין הויז און בית המדרש פונעם עושר [[אליעזר חי שאלתיאל ריקאנאטי]], ער האט זיך באזעצט אין זיין ישיבה. אט אין דער ישיבה האט דער חיד"א אנגהויבן צו זאגן דרשות פיר מאהל א יאר. שבת תשובה, שבת זכור, שבת הגדול, שבת כלה. די דרשות האט ער געזאגט משך פון עטליכע יאר ביז מען האט אים אנגעהויבן מכבד זיין זאגן דרשות אין דעם גרויסן בית המדרש פון ליווארנא, דאס האט ער שפעטער אפגעשריבן אין זיינע ספרים [[דברים אחדים]]. [[אהבת דוד]], [[כסא דוד]], [[רוח חיים]].
עס ווערט פארציילט אסאך פון די דרשות פונעם חיד"א, די גאנצע שטאט האט מיט געהאלטן מיט די דרשות, ווען דער חיד"א פלעגט גיין צום גרויסן בית הכנסת איז געווען ליכטיג פאר אידן ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער טויזענטער אידן, מענער פרויען קינדער, מען איז געשטאנען פון דעם טיר פון זיין הויז ביז צום טיר פון בית המדרש, עס האט איהם געווארט א ריזן ציבור אידן, אין דער חיד"א איז אריבער צווישען זיי, זיין אויסזעהן, זיין הערליכע צורה איז געווען ווי א מלאך ה', עס האבן זיך פארזאמלט אין שוהל אלע איינואונער אידן, און האבן געהערט זיין חכמה זיין מוסר, זיינע גלוסטיגע רייד וואס האט געצויגן הערצער פון יעדן, מענטשן פון גאנץ ליווארנע זענען געקועמן הערן, אין דער נאמען פונעם חיד"א איז געוואקסן נישט בלויז ביי אידן, נאר אויך ביי גוים (אגרת הרב חיד"א הקדמה, ישראל קושטא).


== זיינע חברים, עשירים, און זיינע נאנטע מענטשן ==
== זיינע חברים, עשירים, און זיינע נאנטע מענטשן ==
שורה 186: שורה 278:
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:ספרדישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:ספרד'ישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:מקובלים]]
[[קאַטעגאָריע:מקובלים]]
[[קאַטעגאָריע:פוסקים]]
[[קאַטעגאָריע:פוסקים]]