אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם גרשון פון קיטוב"
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט אברהם גרשון פון קיטוב צו רבי אברהם גרשון פון קיטוב: רב) |
ק (החלפת טקסט – "מעזשביזש" ב־"מעזשיבוזש") |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 31: | שורה 31: | ||
רבי אברהם גרשון איז געווען אן אייניקל פונעם [[ש"ך]]. אזוי ווי זיין פאטער הר"ר [[אפרים פון קיטוב]], איז רבי אברהם גרשון געווען א דיין אין איינעם פון די פיר [[בית דין|בתי דינים]] פון בראד. טאקע דארט האבן זיי באגעגנט דעם בעל שם טוב. לויטן ספר "שבחי הבעש"ט" האט זיין פאטער מסכים געווען אלס שכיב מרע אז דער בעל שם טוב זאל חתונה האבן מיט זיין (אפרים'ס) טאכטער חנה. רבי אברהם גרשון האט דאס אבער נישט געוואוסט ביז דער בעל שם טוב האט אים געוויזן די [[תנאים]]. | רבי אברהם גרשון איז געווען אן אייניקל פונעם [[ש"ך]]. אזוי ווי זיין פאטער הר"ר [[אפרים פון קיטוב]], איז רבי אברהם גרשון געווען א דיין אין איינעם פון די פיר [[בית דין|בתי דינים]] פון בראד. טאקע דארט האבן זיי באגעגנט דעם בעל שם טוב. לויטן ספר "שבחי הבעש"ט" האט זיין פאטער מסכים געווען אלס שכיב מרע אז דער בעל שם טוב זאל חתונה האבן מיט זיין (אפרים'ס) טאכטער חנה. רבי אברהם גרשון האט דאס אבער נישט געוואוסט ביז דער בעל שם טוב האט אים געוויזן די [[תנאים]]. | ||
רבי אברהם גרשון איז געווארן זייער חשוב אין דער בראדער קהילה. א שטיק צייט איז ער געווען דער [[חזן]]. ער האט נישט געהאלטן פון זיין שוואגער וואס ער האט געהאלטן פאר אן עם הארץ. ס'איז גאנץ מעגליך אז ער איז געווען דער גורם פארוואס מ'האט פארטריבן דעם בעל שם טוב פון בראד ביז ער האט זיך באזעצט אין [[ | רבי אברהם גרשון איז געווארן זייער חשוב אין דער בראדער קהילה. א שטיק צייט איז ער געווען דער [[חזן]]. ער האט נישט געהאלטן פון זיין שוואגער וואס ער האט געהאלטן פאר אן עם הארץ. ס'איז גאנץ מעגליך אז ער איז געווען דער גורם פארוואס מ'האט פארטריבן דעם בעל שם טוב פון בראד ביז ער האט זיך באזעצט אין [[מעזשיבוזש]]. נאך דעם התגלות פונעם בעל שם טוב איז רבי אברהם גרשון געווארן פון זיין שוואגער'ס גרעסטע חסידים. | ||
זיין זון ר' יקיר איז נפטר [[ו' כסלו]] [[ה'תקל"ט]] (און זיין אייניקל אברהם גרשון, נפטר [[י"ב אדר]] [[ה'תק"ע]]) און ליגט לעבן אים אויף [[הר הזיתים]]. נאך א זון, ר' חיים אהרן, איז נפטר כ"ג ניסן [[ה'תקל"ג]] און ליגט אין [[טבריה]]. זיינע אנדערע זין, קינדער פון זיין זיווג ראשון - משה, יצחק, אפרים פישל און רבי יהודה לייב דער מגיד פון לאדיזין - זענען געבליבן אין חו"ל. | זיין זון ר' יקיר איז נפטר [[ו' כסלו]] [[ה'תקל"ט]] (און זיין אייניקל אברהם גרשון, נפטר [[י"ב אדר]] [[ה'תק"ע]]) און ליגט לעבן אים אויף [[הר הזיתים]]. נאך א זון, ר' חיים אהרן, איז נפטר כ"ג ניסן [[ה'תקל"ג]] און ליגט אין [[טבריה]]. זיינע אנדערע זין, קינדער פון זיין זיווג ראשון - משה, יצחק, אפרים פישל און רבי יהודה לייב דער מגיד פון לאדיזין - זענען געבליבן אין חו"ל. | ||
== רבנות == | == רבנות == | ||
אין תק"ה האט רבי אברהם גרשון ארויסגעגעבן א פסק וועגן א שנור פון א גרויסן גביר אין שטאט וואס האט מזנה געווען. דער גביר איז געווען גוט מיטן פריץ און רבי אברהם גרשון איז געווען געדרוקט צו אנטלויפן פון בראד וואו מ'האט אים געסטראשעט מיט א גרויסן שטראף. ער האט געמאכט פליטה קיין | אין תק"ה האט רבי אברהם גרשון ארויסגעגעבן א פסק וועגן א שנור פון א גרויסן גביר אין שטאט וואס האט מזנה געווען. דער גביר איז געווען גוט מיטן פריץ און רבי אברהם גרשון איז געווען געדרוקט צו אנטלויפן פון בראד וואו מ'האט אים געסטראשעט מיט א גרויסן שטראף. ער האט געמאכט פליטה קיין מעזשיבוזש, דארטן האט דער בעל שם טוב אים איבערגעגעבן זיין איינציגן זון הירשל (צבי) מחנך צו זיין. | ||
אין [[ה'תק"ז]] האט ער געוואנדערט קיין ירושלים. ער איז געווען פון די ערשטע חסידים וואס האט געוואוינט אין [[ארץ ישראל]]. ער איז געווארן שטארק מקורב צו די [[ספרדים]] בכלל און צו די [[מקובלים]] בפרט. זעקס יאר האט ער געוואוינט אין [[חברון]]. אין [[ה'תקי"ג]] האט ער זיך געצויגן קיין ירושלים, דארט האט ער געלערנט אין דער [[ישיבת בית אל]] פון די מקובלים. | אין [[ה'תק"ז]] האט ער געוואנדערט קיין ירושלים. ער איז געווען פון די ערשטע חסידים וואס האט געוואוינט אין [[ארץ ישראל]]. ער איז געווארן שטארק מקורב צו די [[ספרדים]] בכלל און צו די [[מקובלים]] בפרט. זעקס יאר האט ער געוואוינט אין [[חברון]]. אין [[ה'תקי"ג]] האט ער זיך געצויגן קיין ירושלים, דארט האט ער געלערנט אין דער [[ישיבת בית אל]] פון די מקובלים. | ||
שורה 43: | שורה 43: | ||
אין [[כ"ה אדר א']] [[ה'תקכ"א]] איז ער נפטר געווארן, און מ'האט אים קובר געווען אין [[הר הזיתים]]. נאך דער [[זעקט טעג מלחמה]] אין ה'תשכ"ז האט מען אנטפלעקט זיין קבר, ווי אויך דעם קבר פון זיין זיווג שני, בלומא. | אין [[כ"ה אדר א']] [[ה'תקכ"א]] איז ער נפטר געווארן, און מ'האט אים קובר געווען אין [[הר הזיתים]]. נאך דער [[זעקט טעג מלחמה]] אין ה'תשכ"ז האט מען אנטפלעקט זיין קבר, ווי אויך דעם קבר פון זיין זיווג שני, בלומא. | ||
{{תלמידי בעש"ט}} | {{תלמידי בעש"ט}} | ||
[[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים]] | [[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:חסידים]] | [[קאַטעגאָריע:חסידים]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר הזיתים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ארץ ישראל]] | [[קאַטעגאָריע:רבנים אין ארץ ישראל]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אברהם גרשון מקיטוב]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:30, 17 פעברואר 2024
הרב אברהם גרשון קיטאווער (נפ' כ"ה אדר ראשון תקכ"א), באקאנט אויך אלס הרב גרשון פון בראד, איז געבוירן מסתמא אין (אדער נישט ווייט פון) קיטוב אין פוילן (היינט אוקראינע) בערך אין יאר ה'תס"א, און נפטר געווארן אין ירושלים אין ה'תקכ"א. ער איז געווען א שוואגער פון בעל שם טוב.
משפחה
רבי אברהם גרשון איז געווען אן אייניקל פונעם ש"ך. אזוי ווי זיין פאטער הר"ר אפרים פון קיטוב, איז רבי אברהם גרשון געווען א דיין אין איינעם פון די פיר בתי דינים פון בראד. טאקע דארט האבן זיי באגעגנט דעם בעל שם טוב. לויטן ספר "שבחי הבעש"ט" האט זיין פאטער מסכים געווען אלס שכיב מרע אז דער בעל שם טוב זאל חתונה האבן מיט זיין (אפרים'ס) טאכטער חנה. רבי אברהם גרשון האט דאס אבער נישט געוואוסט ביז דער בעל שם טוב האט אים געוויזן די תנאים.
רבי אברהם גרשון איז געווארן זייער חשוב אין דער בראדער קהילה. א שטיק צייט איז ער געווען דער חזן. ער האט נישט געהאלטן פון זיין שוואגער וואס ער האט געהאלטן פאר אן עם הארץ. ס'איז גאנץ מעגליך אז ער איז געווען דער גורם פארוואס מ'האט פארטריבן דעם בעל שם טוב פון בראד ביז ער האט זיך באזעצט אין מעזשיבוזש. נאך דעם התגלות פונעם בעל שם טוב איז רבי אברהם גרשון געווארן פון זיין שוואגער'ס גרעסטע חסידים.
זיין זון ר' יקיר איז נפטר ו' כסלו ה'תקל"ט (און זיין אייניקל אברהם גרשון, נפטר י"ב אדר ה'תק"ע) און ליגט לעבן אים אויף הר הזיתים. נאך א זון, ר' חיים אהרן, איז נפטר כ"ג ניסן ה'תקל"ג און ליגט אין טבריה. זיינע אנדערע זין, קינדער פון זיין זיווג ראשון - משה, יצחק, אפרים פישל און רבי יהודה לייב דער מגיד פון לאדיזין - זענען געבליבן אין חו"ל.
רבנות
אין תק"ה האט רבי אברהם גרשון ארויסגעגעבן א פסק וועגן א שנור פון א גרויסן גביר אין שטאט וואס האט מזנה געווען. דער גביר איז געווען גוט מיטן פריץ און רבי אברהם גרשון איז געווען געדרוקט צו אנטלויפן פון בראד וואו מ'האט אים געסטראשעט מיט א גרויסן שטראף. ער האט געמאכט פליטה קיין מעזשיבוזש, דארטן האט דער בעל שם טוב אים איבערגעגעבן זיין איינציגן זון הירשל (צבי) מחנך צו זיין.
אין ה'תק"ז האט ער געוואנדערט קיין ירושלים. ער איז געווען פון די ערשטע חסידים וואס האט געוואוינט אין ארץ ישראל. ער איז געווארן שטארק מקורב צו די ספרדים בכלל און צו די מקובלים בפרט. זעקס יאר האט ער געוואוינט אין חברון. אין ה'תקי"ג האט ער זיך געצויגן קיין ירושלים, דארט האט ער געלערנט אין דער ישיבת בית אל פון די מקובלים.
פטירה
אין כ"ה אדר א' ה'תקכ"א איז ער נפטר געווארן, און מ'האט אים קובר געווען אין הר הזיתים. נאך דער זעקט טעג מלחמה אין ה'תשכ"ז האט מען אנטפלעקט זיין קבר, ווי אויך דעם קבר פון זיין זיווג שני, בלומא.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!