אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קעלץ"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים") |
||
שורה 36: | שורה 36: | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]] | [[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע | [[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:קיילצה]] | [[he:קיילצה]] |
רעוויזיע פון 20:20, 10 פעברואר 2024
קעלץ (פּויליש: Kielce) איז א שטאט אין דרום־מזרח פוילן מיט 204,891 איינוואוינער (יוני 2009). ער איז די הויפטשטאט פון דער שווענשטאקזשיצער וואיעוואדעשאפט זייט 1999; פריער איז ער געווען אין דער קעלצער וואיעוואדעשאפט (1919-1939, 1945-1998). די שטאט ליגט אויפן ברעג פונעם סילניצע טייך.
יידן
ביזן צווייטן וועלט קריג האט קעלץ, ווי אסאך אנדערע אייראפעאישע שטעט, געהאט א חשובע אידישע באפעלקערונג: לויטן רוסישן צענזוס אין 1897, האבן געוואוינט אין קעלץ 6,400 אידן, פון א באפעלקערונג פון 23,200 (בערך 27% ).[1] אין 1905, צוליב א שריפה אינעם שטעטל כענטשין, זענען א סך פון די יידישע איינוואוינער אריבער קיין קעלץ און די קהילה האט געוואקסן. ביים אויסבראך פונעם צווייטן וועלט קריג האט קעלץ געהאט 24,000 יידישע איינוואוינער, א דריטל פון דער באפעלקערונג. גלייך נאך דער דייטשער אקופאציע אין סעפטעמבער 1939 האט מען אנגעהויבן קעגן די אידן מיט קנסות, צונעמען די פארמעגן, צוואנג ארבעט, און נאך. אפריל 1941, האט מען אויפגעשטעלט די יידישע געטא, און מען האט געצוואונגען אלע אידן אריינציען דארטן. אסאך פון זיי האט מען געדרוקט ארבעטן אין א דייטשן אמוניציע פאבריק. אין אויגוסט 1942, האט מען אנגעהויבן אויסזידלען די געטא; נאך פינף זענען געבליבן נאר 2,000. די וואס האבן אדורכגעלעבט די שחיטה האט מען געשיקט אין אן אנדערן ארבעטס לאגער. דערנאך האט מען זיי געשיקט אין טרעבלינקע פארניכטונגס לאגער.
קעלצער פאגראם
אום 4טן יולי, 1946, האבן די פאלאקן אטאקירט די יידישע געמיינדע פון אומגעפער 200 מלחמה איבערלעבער, און געהרג'עט 42 פון זיי.
צווילינג שטעט
- מוסטער:פאן/הונגריה|קישור=הונגריה|גבול|בודאַפּעשטpx|הונגריה]] [[טעקע:
- מוסטער:פאן/אוקראינה|קישור=אוקראינה|גבול|וויניצעpx|אוקראינה]] [[טעקע:
- מוסטער:פאן/גרמניה|קישור=גרמניה|גבול|גאטהעpx|גרמניה]] [[טעקע:
- מוסטער:פאן/ארצות הברית|קישור=ארצות הברית|גבול|פלינט, מישיגןpx|ארצות הברית]] [[טעקע:
- מוסטער:פאן/שבדיה|קישור=שבדיה|גבול|סאנדוויקןpx|שבדיה]] [[טעקע:
- מוסטער:פאן/צרפת|קישור=צרפת|גבול|אראנזשpx|צרפת]] [[טעקע:
- נייטראpx|סלובקיה}]] [[טעקע:{{פאן/סלובקיה}}}|קישור=סלובקיה}|גבול|
- מוסטער:פאן/איטליה|קישור=איטליה|גבול|גאריציעpx|איטליה]] [[טעקע:
- מוסטער:פאן/דנמרק|קישור=דנמרק|גבול|הערנינגpx|דנמרק]] [[טעקע:
- מוסטער:פאן/אוקראינה|קישור=אוקראינה|גבול|דניפראדזערזשינסקpx|אוקראינה]] [[טעקע:
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: קעלץ |
רעפערענצן
- ↑ Joshua D. Zimmerman, Poles, Jews, and the politics of nationality, Univ of Wisconsin Press, 2004, ISBN 0-299-19464-7, Google Print, p.16
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!