אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אמסטערדאם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים")
שורה 94: שורה 94:
[[קאַטעגאָריע:פארט שטעט אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:פארט שטעט אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:שטעט אין האלאנד]]
[[קאַטעגאָריע:שטעט אין האלאנד]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]

רעוויזיע פון 20:07, 10 פעברואר 2024

אַמסטערדאַם
Amsterdam
Flag of Amsterdam.svg Wapen van Amsterdam.svg
Channel Amsterdam.JPG
באקוק אויף אמסטערדאם
מדינה / טעריטאָריע Flag of the Netherlands.svg האָלאַנד
קאָאָרדינאַטן 52°22′N 4°53′E / 52.367°N 4.883°E / 52.367; 4.883 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער עבערהארד פאַן דער לאאן
שטח 219.49 קוואדראט ק"מ
הייך 2 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

862,965‏  (שטייענדיג 2019)
4,908 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
www.amsterdam.nl
קאנאל הייזער לעבן דער פרינסנגראכט

אַמסטערדאַם (האלענדיש: Amsterdam) איז די הויפטשטאט און אויך די גרעסטע שטאט פון האלאנד. זי איז א שטאט אין דעם פראווינץ נארד האלאנד. די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין די לעצטע יארן פון דעם 12טן יארהונדערט, ס'איז געווען דעמאלטס א קליין פישעריי דערפל. דער היסטארישער צענטרום איז באוואוּסט פאר זיינע קאנצענטרישע קאנאלן, וואס זענען געבויט געווארן ווערנט דער האלענדישער גאלדענער עפאכע אינעם 17טן יארהונדערט.[1][2][3][4] מען פארגלייכט די שטאט מיט ווענעדיג. אחוץ די קאנאלן, אלע ביידע שטעט האבן א לאנגע היסטאריע פון האנדל מעבר לים.

אין יאר 2009 איז די באפעלקערונג פון אמסטערדאם געווען 762,057- די גרעסטע שטאט אין די נידערלאנד.

דער נאמען אמסטערדאם שטאמט פון "אמסטעלערדאם", ד"ה א דאמבע אינעם אמסטעל טייך.

היסטאריע

אמסטערדאם האט באקומען רעכטן ווי א שטאט אין 1300 אדער 1306. נאכן אויפשטאנד קעגן דער שפאנישע רעגירונג אין דעם 16טן יארהונדערט זענען די נידערלענדער געווארן א טאלעראנט לאנד און אידן וואס זענען אנטלאפן פון דער שפאנישער אינקוויזיציע האבן זיך באזעצט אין אמסטערדאם. אינעם 17טן יאר-הונדערט איז אמסטערדאם געווען די רייכסטע שטאט אין דער וועלט. שיפן פון אמסטערדאם זענען אפגעפארן אין דעם באלטישן ים, צפון אמעריקע, אפריקע, אינדאנעזיע, אינדיע און בראזיל. אין סוף פונעם 19טן יאר-הונדערט איז געקומען צו אמסטערדאם די אינדוסטריעלע רעוואלוציע, און מען האט געבויט נייע מוזעאומס און א באן סטאנציע.

טראנספארט

אמסטערדאם איז א פלאכע שטאט, און אסאך מענטשן פארן ארום אויף ראווערס. די גאסן האבן ספעציעלע ראווער־שטעגן.

דער פובליקער טראנספארט האט טראמען מיט זעכצן ליניעס און א מעטרא וואס האט פיר ליניעס.

האלענדישע באנען האט צען באן סטאנציעס אין אמסטערדאם. אמסטערדאם צענטראל דינט אויך ווי אן אינטערנאציאנאלע באן סטאנציע; פון דארט זענען באן דינסטן קיין אונגארן, בעלארוס, בעלגיע, דייטשלאנד, דענמארק, טשעכיי, עסטרייך, פוילן, פראנקרייך, רוסלאנד און דער שווייץ. צווישן די באנען איז די Thalys אמסטערדאם-בריסל-פאריז באן.

אמסטערדאם סכיפאל פליה-פארט איז 20 מינוט פונעם צענטער פון אמסטערדאם. ער איז דאס גרעסטע פליפעלד אין האלאנד, און דאס פינפטע גרעסטע אין אייראפע.

יודן און יודישקייט

אמסטערדאם האט א היסטארישע יודישע אנוועזנהייט. ספעציעל איז באקאנט ר' אלעזר דער מעשה רוקח, וואס די רעגירונג האט דאן ארויסגעגעבן א ספעציעלע מטבע מיט זיין בילד דערויף לכבוד זיין ערשיינען אין דער שטאט.

דער היינטיגער רב אין אמסטערדאם איז הרב ארי' רלב"ג

רעפערענצן

  1. "Amsterdamhotspots.nl". Retrieved 2007-04-19.
  2. "Amsterdam Tourist Information - Seven Bridges Festival". Retrieved 2007-04-19.
  3. "World Executive City Guides - Amsterdam". Retrieved 2007-04-19.
  4. "WorldMayor.com - Job Cohen, Mayor of Amsterdam 2006". Retrieved 2007-04-19.

וועבלינק



Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!