אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וויען"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים") |
||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=capital of and state in Austria|העב=בירת אוסטריה|דייטש=Bundeshauptstadt der Republik Österreich|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = capital of and state in Austria|העב=בירת אוסטריה|דייטש=Bundeshauptstadt der Republik Österreich|}} | ||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|סארט יישוב= שטאָט | |סארט יישוב= שטאָט | ||
שורה 63: | שורה 63: | ||
{{coord|48|12|31|N|16|22|19|E|type:city(1651437)|display= title}} | {{coord|48|12|31|N|16|22|19|E|type:city(1651437)|display= title}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע | [[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:הויפטשטעט אין אייראפע]] | [[קאַטעגאָריע:הויפטשטעט אין אייראפע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעט אין עסטרייך]] | [[קאַטעגאָריע:שטעט אין עסטרייך]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:57, 10 פעברואר 2024
|
וויען (דייטש: Wien; אונגאַריש: Bécs; פּויליש: Wiedeń) איז די הויפטשטאט פון עסטרייך, און אויך איינער פון די ניין שטאטן פון עסטרייך. מיט א באפעלקערונג פון 1.7 מיליאן, איז וויען קלאר די גרעסטע שטאט אין עסטרייך, ווי אויך דער קולטור, עקאנאמישער און פאליטישער צענטער. זי איז די 10טע גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעאישן פארבאנד. וויען ליגט אין דער מזרח זייט פון עסטרייך גאנץ נאנט צו טשעכיי, סלאוואקיי און אונגארן.
היסטאריע
אנהייב, איז וויען געגרינדעט געווארן אלס א קעלטישער שטאט, אומגעפער 500 יאר פאר דער קריסטליכער ציילונג. 15 יאר פאר דער ציילונג, וויען איז פארוואנדלט געווארן אין א גרעניץ שטאט, און א מיליטערישן לאגער מיטן נאמען "ווינדאבאנא" איז אויפגעשטעלט געווארן דארט מיט א ציל צו באשיצן די רוימישע אימפעריע פון די פארצייטישע דייטשע שבטים. אין די מיטל אלטער יארן, איז וויען געווען די הויפטקווארטיר פון דער באבאנבערגער דינאסטיע, און נאכדעם פון דעם האפסבורגער הויז. דערנאך האט זיך די שטאט פארוואנדלט אין א הויפטשטאט פון דער "הייליגער" רוימישער אימפעריע. די אינוואזיעס פון די אטאמאנישע סאלדאטן אין דער 16סטן יארהונדערט און אין דער 17סטן יארהונדערט האבן זיך אפגעשטעלט און אויפגעהערט אין וויען. אין יאר 1526 דורך דער צייט פון סולטאן סוליימאנ'ס הערשאפט, וויען איז געשטאנען בעפאר א ווירקליכער און א וועזנטליכער געפאר, פאלגנדיג א באלאגערונג וואס די שטאט איז געלייגט געווארן אין. אין יאר 1683 די שטאט איז ווידערמאל געשטאנען בעפאר א סכנה.
צווישן די יארן 1806 און 1867, איז וויען געווען די הויפטשטאט פון דער עסטרייכישער אימפעריע, און אנפאנג פון יאר 1867 און ביז יאר 1918, די הויפטשטאט פון דער עסטרייך אונגארישער אימפעריע. אין יאר 1815, איז אפגעהאלטן געווארן אין דער שטאט דער "וויענער קאנגרעס" אין וועלכן האט מען באשטימט פונדאסניי די נאציאנאלע גרעניצן פון אייראפע, נאכדעם וואס נאפאלעאן באנאפארטע האט פארלוירן אין דער "וואטערלו" באטאליע.
אין דער ענדע פון דער 19סטן יארהונדערט און אנהייב דער 20סטן יארהונדערט, האט וויען באדינט אלס גאר א וויכטיגן צענטער פון קולטור און וויסנשאפט אין דעם אייראפעאישן קאנטינענט.
קולטור
מוזיקער פון וויען
פילע בארימטע מוזיקער זענען געבוירן געווארן אין וויען, צווישן זיי זענען ווי פאלגנד: פראנץ שובערט, יאהאן שטראוס דער פאטער, יאהאן שטראוס דער זון, ארנאלד שיינבערג און פריץ קרייזלער.
בארימטע מוזיקער וואס זענען געקומען ארבעטן אין ווין פון אנדערע טיילן פון עסטרייך און דייטשלאנד זענען יאזעף היידן, וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט, לודוויג וואן בעטהאוון, אנטאן ברוקנער, יאהאנעס בראהמס און גוסטאוו מאהלער.
פאקטן איבער וויען
- די שטאט זעלבסט, רעכנט זיך אלס איינעם פון די 9 פעדעראלע לענדער פון עסטרייך. טראצדעם וואס איר שטח איז דער קלענסטער פון צווישן די 9 לענדער, איר באפעלקערונג איז די גרעסטע.
- א פיפטל פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג אין עסטרייך, וואוינט אין וויען.
- די צווייטע גרעסטע שטאט, וואס קומט נאך וויען איז גראץ. זי איז זיבן מאל קלענער פון וויען.
- וויען איז דער הויפט פאליטישער, קולטורער און עקאנאמישער צענטער פון עסטרייך.
- וויען איז די דריטע גרעסטע דייטש-רעדנדיג שטאט אין דער וועלט, נאך בערלין און האמבורג (ביידע זענען אין דייטשלאנד).
- וויען איז איינע פון די מערסטע באזוכטע שטעט אין אייראפע. דער היסטארישער צענטער פון וויען, איז אנערקענט געווארן אין יאר 2001 דורך אונעסקא, אלס א וועלט ירושה ארט, און טאקע, אויכעט א דאנק דעם, ס'איז געלונגען אויפצוהיטן גרויסע טיילן פון דער שטאט מיט א גרויסער ערפאלג.
- וויען איז אומעטום באוואוסט מיט אירע פילצאליגע קאווע שטיבלעך, און מיט דער קאווע קולטור וואס איז פארבינדן דערמיט.
- וויענער אוניווערסיטעט, איז דער גרעסטער און דער עלטסטער דייטש-רעדנדיג אוניווערסיטעט אויף דער גאנצער וועלט. דער אוניווערסיטעט איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1365, און היינט צו טאגס ער פארמאגט איבער 70,000 סטודענטן.
- אין וויען הויפטקווארטירן ביוראס פון עטליכע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס. צווישן זיי זענען אריינגערעכנט ביורא פון די פאראייניגטע פעלקער, ארגאניזאציע פון לענדער וועלכע עקספארטירן נאפט, ארגאניזאציע פון דער אינדוסטריעלער ענטוויקלונג פון די פארייניגטע פעלקער (UNIDO). די אינטערנאציאנאלע אגענטור פון דער אטאמישער ענערגיע און די ארגאניזאציע פון זיכערהייט און קאאפעראציע אין אייראפע. וויען איז אויכעט דער זיץ-ארט פון דער ארגאניזאציע פאר די אינטערנאציאנאלע האנדל געזעצן פון די פאראייניגטע פעלקער.
יידישע געמיינדע
פילצאליגע אידן האבן געוואוינט אין וויען פאר דעם חורבן אייראפע.
נאך דער צווייטער וועלט קריג האט מען אויפגעשטעלט די אידישע געמיינדע פונדאסניי, און היינט צו טאגס וואוינען אין וויען הונדערטער אידישע משפחות פון פארשידענע היימישע קרייזן חסידישע און ליטווישע. דורך די פארלויפענע יארן זענען אויפגעשטעלט געווארן בתי מדרשים, ישיבות, חדרים, כוללים, מיידל שולעס און כשר'ע געשעפטן. אלס רב פון דער חסידישער קהילה און פון בית המדרש "קהל חסידים" דינט רבי אברהם יונה שווארץ.
דערצו, איז דא א קהילה אין וויליאמסבורג, אין פאראייניגטע שטאטן וואס רופט זיך "קהל עדת יראים וויען" פון חרדי'שע אידן אפשטאמיג פון וויען.
הויפטשטעט פון די מיטגליד לענדער פונעם אייראפעאישן פארבאנד | |
---|---|
|
{{#coordinates:}}: אי־אפשר שיהיה יותר מתג ראשי אחד בכל דף
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!