אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארברייטערט, בילד)
(פארברייטערט, בילד)
שורה 21: שורה 21:
== סימבאלן און אייגנשאפטן ==
== סימבאלן און אייגנשאפטן ==
[[טעקע:PiscesTzippori.jpg|קליין|לינקס|דער מזל דגים פון חודש אדר, א טייל פון דעם מאזאאיק אין דער אלטער [[בית הכנסת]] אין [[ציפורי]]]]
[[טעקע:PiscesTzippori.jpg|קליין|לינקס|דער מזל דגים פון חודש אדר, א טייל פון דעם מאזאאיק אין דער אלטער [[בית הכנסת]] אין [[ציפורי]]]]
[[טעקע:Mishenichnas.jpg|קליין|לינקס|טעקסט=משנכנס|א "משנכנס אדר" טאוול פיגורירט אויף א וואנט.]]
[[טעקע:MishloachManotChildren.JPG|קליין|לינקס|פארשטעלטע קינדער טראגן [[משלוח מנות]] אין פורים.]]
דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז [[מזל דגים]]{{הערה|1=[[ספר יצירה]] [https://shitufta.org.il/Otzar_Midrashim,_Sefer_Yetzirah/5?selectedunittext=18 פרק ה' משנה י"ח]|שם=יצירה}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. דער מזל ווערט באצייכנט אין חז"ל, אין פארבינדונג מיט די ניסים וועלכע זענען געשען אין דעם חודש{{הערה|{{מדרש רבה|אסתר|ז|יא}}}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז [[מזל טלה]] דער מזל פון חודש אדר{{הערה|[https://www.deadseascrolls.org.il/explore-the-archive/image/B-513184 בילד].}}.

שורה 29: שורה 31:
דער צירוף פון [[שם הוי"ה]] אין דעם חודש איז ההי"ו{{הערה|[[אר"י]], פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'}}, וואס גייט ארויס פון פסוק {{ציטוטון|עִירֹ'''ה''' וְלַשֹּׂרֵקָ'''ה''' בְּנִ'''י''' אֲתֹנ'''וֹ'''}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מט|יא}}ִ}}.

דער חודש ווערט פאררעכנט אלס א צייט מיט א גוטן מזל פאר אידן, און ווען א איד דארף גיין אין [[געריכט]] מיט א גוי איז ראטזאם ער זאל עס באשטימען אויף אדר{{הערה|שם=תענית|{{בבלי|תענית|כט|ב}}}}. ביי [[חסידות|חסידים]] האט מען געזאגט, אז אין אדר האט דער בלויזער דיבור פון א איד א כח זיך צו שטארקן איבער קיטרוגים, אויך אן יחודים און כוונות{{הערה|מאור ושמש, פרשת שקלים}}.
דער חודש ווערט פאררעכנט אלס א צייט מיט א גוטן מזל פאר אידן, און ווען א איד דארף גיין אין [[געריכט]] מיט א גוי איז ראטזאם ער זאל עס באשטימען אויף אדר{{הערה|שם=תענית|{{בבלי|תענית|כט|ב}}}}. לויט א מקור איז דער חודש באזונדער מסוגל אויף צו געבן ברכות{{הערה|מגלה עמוקות, אופן מ"ב}}. ביי [[חסידות|חסידים]] האט מען געזאגט, אז אין אדר האט דער בלויזער דיבור פון א איד א כח זיך צו שטארקן איבער קיטרוגים, אויך אן יחודים און כוונות{{הערה|מאור ושמש, פרשת שקלים; ארץ צבי, פורים תרפ"ז}}; און אז דער חודש איז מסוגל זוכה צו זיין צו ביידע וועלטן, תורה וגדולה במקום אחד{{הערה|עטרת ישועה, חודש אדר}}, און אויף האבן קינדער{{הערה|פוקד עקרים, עמוד ל"ו}}.

חודש אדר איז דער עיקר צייט פון "קור" וואס ווערט דערמאנט אין פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב}}}} {{ציטוטון|זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ}}{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|קו|ב}}}}. דער חודש ווערט כאראקטעריזירט מיט שארפע טוישונגען אין [[וועטער]], ווען אינדערפרי קען זיין קאלט און מיטאג הייס{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יח|ב}}}}.

די חדשים פון אדר און [[אלול]] פלעגן זיין די "[[ירחי כלה]]" אין די [[ישיבות בבל|ישיבות אין בבל]] דורכאויס די תקופות פון די [[אמוראים]] און [[גאונים]], ווען אלע בני הישיבה און דרויסנדיגע מענטשן פלעגן זיך צוזאמזאמלען צו לערנען און מכריע זיין די ספיקות אין [[הלכה]].  
די חדשים פון אדר און [[אלול]] פלעגן זיין די "[[ירחי כלה]]" אין די [[ישיבות בבל|ישיבות אין בבל]] דורכאויס די תקופות פון די [[אמוראים]] און [[גאונים]], ווען אלע בני הישיבה און דרויסנדיגע מענטשן פלעגן זיך צוזאמזאמלען צו לערנען און מכריע זיין די ספיקות אין [[הלכה]]{{הערה|{{תנחומא|נח|ג}}}}.

== דינים און מנהגים ==
== דינים און מנהגים ==
[[טעקע:Mishenichnas.jpg|קליין|לינקס|טעקסט=משנכנס|א "משנכנס אדר" טאוול פיגורירט אויף א וואנט.]]
פון אנהייב אדר פארמערט מען מיט [[פרייד]] - "[[משנכנס אדר מרבין בשמחה]]"{{הערה|שם=תענית}}. אין די מוסדות החינוך, בפרט, איז איינגעפירט צו באצייכענען ראש חודש אדר מיט געזאנג און טענץ און אריינברענגען דעם פורימ'דיגן אטמאספער, ווי מיט קרוינען א [[פורים רב]]. טייל פירן זיך צו הענגען טאוולען מיט די ווערטער אויף פראמינענטע ערטער אין שטיבער אדער בתי מדרשים{{הערה|[[רבי דוד שפערבער]], '''שו"ת אפרקסתא דעניא''', אורח חיים חלק ב' סימן ל"ו; '''ילקוט אברהם''', סימן תרפ"ו; [[רבי יהושע מנחם עהרנבערג]], '''קונטרס שמחת יהושע'''.}}.

ביי חסידים האט מען געזאגט, אז די שמחה פון אדר ברענגט פרייד אויף די גאנצע יאר{{הערה|תורת אמת, סוף פרשת תצוה}}.
ביי חסידים האט מען געזאגט, אז די שמחה פון אדר ברענגט פרייד אויף די גאנצע יאר{{הערה|אוהב ישראל, פורים}}. [[רבי צבי הירש אייכנשטיין|דער עטרת צבי]] האט זיך געפירט נישט צו זאגן [[תחנון]] דעם גאנצן חודש{{הערה|יפרח בימיו צדיק, פרק ה'}}

טייל פירן זיך צו פראווען [[חתונה|חתונות]] אויך אין סוף פון דעם חודש, אנדערש פון אנדערע חדשים{{הערה|{{ערוך השולחן|אבן העזר|סד|יג}}}}.
טייל פירן זיך צו פראווען [[חתונה|חתונות]] אויך אין סוף פון דעם חודש, אנדערש פון אנדערע חדשים{{הערה|{{ערוך השולחן|אבן העזר|סד|יג}}}}.

רעוויזיע פון 14:25, 8 פעברואר 2024

►► אדר ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית

אדר איז דער זעקסטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צוועלפטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

אין אן עיבור יאר זענען פארהאן צוויי אדר חדשים: אדר א' און אדר ב'. אלס דער "געווענליכער" אדר ווערט הלכה'דיג בעיקר גערעכנט אדר ב', און די ספעציעלע צייטן פון חודש (ווי פורים) ווערן דאן געפייערט.

חודש אדר פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן פעברואר-מערץ אין גרעגאריאנישן קאלענדאר (מערץ-אפריל אין אדר ב') , ביי די ענדע פון סעזאן פון ווינטער אין דעם צפון האלבקיילעך און פון זומער אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש אלול אין צפון האלבקיילעך).

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, לויפן די יארן אין א ציקל פון ניינצן יאר, אין וועלכע די עיבור יארן - ווען חודש אדר ווערט געדאפלט - זענען דריי (און צומאל צוויי) יאר אפגערוקט איין פון אנדערן[א]. אדר (אריינגערעכנט אדר ב') איז אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[1][ב]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג, און ראש חודש אדר באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' שבט (אדער ל' אדר א') און א' אדר[1]. חודש אדר קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, פרייטאג אדער שבת[2].

אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש אדר, מען זאל וויסן ווען עס פאלט אויס פורים[3].

נאמען

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "חודש שנים עשר"[4]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אדר" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש addaru, וואס ווערט פארגעשלאגן צו באדייטן "פינסטער" אדער "פארוואלקנט" (אלס קאנטראסט צו אייר ווען עס איז שוין ליכטיג)[5]. לויט אנדערע נעמט זיך עס פונעם טערמין "אידר", א פלאץ וואו מען דרעשט, און באדייט דער צייט ווען מען גרייט אן דאס ארט צו דרעשן די תבואה וועלכע האלטן ביים ווערן געצייטיגט[6]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[7], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”לְחֹדֶשׁ שְׁנֵים עָשָׂר הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר” (אסתר ג, ז).

דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט פון לשון "אדיר", ווייל דער חודש איז גרויס דערמיט וואס משה רבינו איז דערין געבוירן[8], אדער פון לשון "הדר", ווייל די ביימער הייבן אן ווערן באשיינט מיט בלעטער[9].

אין אראביש, הייסט דער מאנאט פון מערץ "אדהאר" אדער "אזאר".

סימבאלן און אייגנשאפטן

דער מזל דגים פון חודש אדר, א טייל פון דעם מאזאאיק אין דער אלטער בית הכנסת אין ציפורי
משנכנס
א "משנכנס אדר" טאוול פיגורירט אויף א וואנט.
פארשטעלטע קינדער טראגן משלוח מנות אין פורים.

דער מזל פון דעם חודש איז מזל דגים[10], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[ג]. דער מזל ווערט באצייכנט אין חז"ל, אין פארבינדונג מיט די ניסים וועלכע זענען געשען אין דעם חודש[12]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל טלה דער מזל פון חודש אדר[13].

לויט דער זוהר, איז חודש אדר קעגן שבט אשר[14]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט נפתלי[15], אדער קעגן שבט זבולון[16], אדער קעגן שבט בנימין[17], אדער קעגן שבט יוסף[18].

חודש אדר איז קעגן דעם אות ק[10].

דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז ההי"ו[19], וואס גייט ארויס פון פסוק ”עִירֹה וְלַשֹּׂרֵקָה בְּנִי אֲתֹנוֹ[20].

דער חודש ווערט פאררעכנט אלס א צייט מיט א גוטן מזל פאר אידן, און ווען א איד דארף גיין אין געריכט מיט א גוי איז ראטזאם ער זאל עס באשטימען אויף אדר[21]. לויט א מקור איז דער חודש באזונדער מסוגל אויף צו געבן ברכות[22]. ביי חסידים האט מען געזאגט, אז אין אדר האט דער בלויזער דיבור פון א איד א כח זיך צו שטארקן איבער קיטרוגים, אויך אן יחודים און כוונות[23]; און אז דער חודש איז מסוגל זוכה צו זיין צו ביידע וועלטן, תורה וגדולה במקום אחד[24], און אויף האבן קינדער[25].

חודש אדר איז דער עיקר צייט פון "קור" וואס ווערט דערמאנט אין פסוק[26] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[27]. דער חודש ווערט כאראקטעריזירט מיט שארפע טוישונגען אין וועטער, ווען אינדערפרי קען זיין קאלט און מיטאג הייס[28].

די חדשים פון אדר און אלול פלעגן זיין די "ירחי כלה" אין די ישיבות אין בבל דורכאויס די תקופות פון די אמוראים און גאונים, ווען אלע בני הישיבה און דרויסנדיגע מענטשן פלעגן זיך צוזאמזאמלען צו לערנען און מכריע זיין די ספיקות אין הלכה[29].

דינים און מנהגים

פון אנהייב אדר פארמערט מען מיט פרייד - "משנכנס אדר מרבין בשמחה"[21]. אין די מוסדות החינוך, בפרט, איז איינגעפירט צו באצייכענען ראש חודש אדר מיט געזאנג און טענץ און אריינברענגען דעם פורימ'דיגן אטמאספער, ווי מיט קרוינען א פורים רב. טייל פירן זיך צו הענגען טאוולען מיט די ווערטער אויף פראמינענטע ערטער אין שטיבער אדער בתי מדרשים[30].

ביי חסידים האט מען געזאגט, אז די שמחה פון אדר ברענגט פרייד אויף די גאנצע יאר[31]. דער עטרת צבי האט זיך געפירט נישט צו זאגן תחנון דעם גאנצן חודש[32]

טייל פירן זיך צו פראווען חתונות אויך אין סוף פון דעם חודש, אנדערש פון אנדערע חדשים[33].

טייל פירן זיך צו בודק זיין די מזוזות דורכאויס די חדשי אדר פון עיבור יארן[34].

לויט איין מקור, איז דער עיקר ענין פון געבן צדקה פאר ארעמעלייט פון ארץ ישראל אין חודש אדר[35].

מועדים וזמנים

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. פינקטליכער: די יארן 3, 6, 8, 11, 14, 17, און 19 זענען באשטימט אלס עיבור יארן.
  2. אין די צייטן ווען מען האט באשטימט די חדשים על פי הראיה, איז א מחלוקת תנאים צי אדר האט אלעמאל געדארפט זיין חסר (בכורות נז, ב).
  3. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[11].
  4. אין יארן פון קביעות השא, זחא, און החא. אין רוב יארן, ווען ראש חודש געפאלט נישט אום שבת, ליינט מען פרשת שקלים אין לעצטן שבת פון פאריגן חודש (שבט אדער אדר א').
  5. אין הכז, בשז, און גכז יארן געפאלט א' ניסן אום שבת, און מען ליינט דאן פרשת החודש.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
  2. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  3. ראש השנה יח, א
  4. אסתר ח, יב
  5. Muss-Arnolt, W., The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents, Journal of Biblical Literature Vol. 11, No. 2 (1892), pp. 160-176
  6. Ernest Klein, A Comprehensive Etymological Dictionary of the Hebrew Language for Readers of English, Carta, 1987, עמ' 8
  7. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  8. מדרש החפץ, שמות יב, ב
  9. ספר קושיות, אות פ"ח
  10. 10.0 10.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"ח
  11. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  12. אסתר רבה, פרשה ז', פסקה י"א
  13. בילד.
  14. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין ויקח משה, נאך פרשת ויחי; צדקת הצדיק פסקא רנ"ז.
  15. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח; רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289; רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.
  16. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  17. קידוש ירחים לחודש אדר פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער היסוד
  18. קדושת לוי, שמות כ, ב, געברענגט אין יפה ללב סימן תרצ"ז; קונטרס דברי חלומות, אות ט"ו.
  19. אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
  20. בראשית מט, יאִ
  21. 21.0 21.1 תענית כט, ב
  22. מגלה עמוקות, אופן מ"ב
  23. מאור ושמש, פרשת שקלים; ארץ צבי, פורים תרפ"ז
  24. עטרת ישועה, חודש אדר
  25. פוקד עקרים, עמוד ל"ו
  26. בראשית ח, כב
  27. בבא מציעא קו, ב
  28. סנהדרין יח, ב
  29. מדרש תנחומא פרשת נח פיסקא ג'
  30. רבי דוד שפערבער, שו"ת אפרקסתא דעניא, אורח חיים חלק ב' סימן ל"ו; ילקוט אברהם, סימן תרפ"ו; רבי יהושע מנחם עהרנבערג, קונטרס שמחת יהושע.
  31. אוהב ישראל, פורים
  32. יפרח בימיו צדיק, פרק ה'
  33. רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אבן העזר, סימן ס"ד, סעיף י"ג
  34. יוסף אומץ, אות תע"ט
  35. רבי נחמן מברסלב, געברענגט אין ליקוטי הלכות אויף ד' פרשיות

קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען