אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אויטאמאביל באלייכטונג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פון "סימפל ענגליש" וויקיפעדיע און נאך)
צייכן: רויע רעדאגירונג
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אויף יידיש דורך HotCat)
שורה 20: שורה 20:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויטאמאביל טיילן]]
[[קאַטעגאָריע:אויטאמאביל טיילן]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|17]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|17]]
[[קאַטעגאָריע:ליכטיגקייט]]
[[קאַטעגאָריע:ליכטיגקייט]]

רעוויזיע פון 20:30, 6 פעברואר 2024

Gnome-colors-emblem-development-2.svg
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט.
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט. שמועס

 

פראָנט, הינטער, ווענדונג און אינדיקאַציע ליכטן

די באלייכטונג סיסטעם פון א מאטאר פארמיטל שליסט איין ליכט און סיגנאַלירן געצייג באהאפטן אין דער פראָנט, הינטער, זייטן און א מאל אויפ'ן דאַך פון א מאטאר פארמיטל. זיי באלייכטן דער טראַקט פאר דעם שאָפער און מאכן דעם פארמיטל מער קענטיג, בפרט אין טונקלע קאנדיציעס. דאָס ווארענט אנדערע שאָפערס און פוסגייער פון א פארמיטל'ס אנוועזנהייט און פאָר-ריכטונג. עמערגענץ פארמיטלען האבן געווענליך באזונדערע עקסטרע לעמפּלעך צו ווארענען שאָפערס און פוסגייער ביי זייערע געשווינדע רייזעס אין נויטפאלן.

היסטאריע

פארמיטלען האבן געהאט ליכטן פאר איבער א הונדערט יאר. דראשקעס האבן גענוצט ליכטלעך, און די ערשטע אויטאס (דעמאלט גערופן "דראשקעס אָן פערד") זענען באלויכטן געווארן מיט גאַז לאָמפן. אין 1908 האט מען אנגעהויבן ניצן עלעקטרישע באלייכטונג אויף מאטאר פארמיטלען. רויטע הינטערלאָמפן און געלע ברעמזונג לעמפּלעך זענען ערשט באנוצט געווארן אין 1915. באַדעקטע שטראָל פראָנטלאָמפּן זענען באנוצט געווארן זייט 1936 און ווענדונג לעמפּלעך זייט 1940. איידער 1939 איז נישט געווען א סטאנדארט פאר פראָנטלאָמפּ אויספארמירונג. צווישן 1940 און 1956 האבן אלע פארמיטלען געבויט אין די פאראייניגטע שטאטן געדארפט האבן 7-אינטש רונדעכיגע פראָנטלאָמפּן מיט באַדעקטע שטראָלן. אין 1957 איז געווארן ערלויבט צו אינסטאלירן פיר פראָנטלאָמפּן אויף איין פארמיטל[1] (צוויי לאָמפּן אין יעדע זייט). אין 1960 זענען די ערשטע האַלאָגענע לאָמפּן גענוצט געווארן אויף אייראפעאישע פארמיטלען, און מען האט זיי אימפארטירט צו די פאראייניגטע שטאטן אין 1979. מען האט אנגעהויבן ניצן פארבייטליכע אויטא לעמפּלעך אין די פאראייניגטע שטאטן זייט 1983.

ליכטן

  • פראָנטלאָמפּן באלייכטן דעם שטח פארנט פונעם פארמיטל. זיי ווערן אויסגעפורעמט צו ערלויבן דעם שאָפער צו זען ווייט ווי מעגלעך אָן בלענדזען שאָפערס וואס פאָרן אין די אנדערע ריכטונג.
  • הינטערלאָמפּן זענען (נאר) רויט און צינדן זיך אן ווען די פראָנטלאָמפּן זענען אנגעצינדן. מאדערנע פארמיטלען דאַרפן געזעצליך האבן צוויי הינטערלאָמפּן. מערסטע הינטערלאָמפּן האבן אויך אָפּהאַלט לעמפּלעך וואס ווארענען אנדערע שאָפערס אז דער פארמיטל פאַרלאַנגזאַמט זיך אדער קומט צו א האַלט. אויך זענען זיי כולל די הינטערע אינדיקאַציע ליכטן און אפט די ווענדונג סיגנאַלן.
  • דריטע ברעמזונג לעמפּל - זייט 1986 (אין די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע), 1990 (אויסטראליע און ניו זילאנד) און 1998 (רוב אייראפע), דאַרף א דריטע ברעמזונג לעמפּל ווערן באהאפטן העכער די צוויי רעגולערע ברעמזונג לעמפּלעך.
  • נעפּל לעמפּלעך זענען אפציאנאל אויף אסאך פארמיטלען. נעפּל מאכט עס שווער צו קענען זען דער טראַקט[2]. רעגולערע פראָנטלאָמפּן שפיגלען אָפּ ליכט און קענען בלענדזען ווען דער פארמיטל פארט אין נעפּל. נעפּל לעמפּלעך ווענדן זיך אראפצו צו העלפן דעם שאָפער זען דער טראקט מער קלאָר. זיי פארשפרייטן אויך דאס ליכט ברייטער צוזאמען מיט די פראָנטלאָמפּן אין נעפּל, רעגן, שניי אדער שטויב.
  • ווייטע ליכטן זענען הילף לעמפּלעך וואס פארברייטערן דאס ליכט פון די פראָנטלאָמפּן. זיי שטראָלן אויס אן ענגער שטראָל גאָר ווייטער ווי פראָנטלאָמפּן קענען געווענליך טון אן זיי.

רעפערענצן

  1. "A Brief History Of Sealed Beam Headlamps In The U.S." www.carid.com (in ענגליש). Retrieved Feb 6, 2024.
  2. "Car & Truck Fog & Driving Lights". www.ebay.com (in ענגליש). Retrieved Feb 6, 2024.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!