אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדר א'"
(←אלס חודש אדר: פארברייטערט (יארצייטן)) |
(←אלס חודש אדר: פארברייטערט (אנדערע באצייכנטע טעג)) |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
===אלס חודש אדר=== | ===אלס חודש אדר=== | ||
די מצוות פון [[פורים]], וועלכע גייען אן אין [[י"ד אדר|י"ד]] און [[ט"ו אדר]], ווערן נישט געטון אין אדר א' נאר אין צווייטן אדר{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב|אן=|מפרש=|ד"ה=|לאנג=}}, זעט דארט א מחלוקת תנאים; לבוש אורח חיים סימן תרצ"ז.}}. אויך די [[ארבע פרשיות]] ווערן געליינט אין די שבתים פון צווייטן אדר, און אויב האט מען זיי געליינט אין אדר א' דארף מען איבערליינען{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב|אן=|מפרש=|ד"ה=|לאנג=}}, זעט דארט א מחלוקת תנאים; {{טור|אורח חיים|תרפה}}.}}. אין די אחרונים איז פארהאן א מיינונג פארשידענהייט איבער די מצוה פון [[שמחה]] וואס [[משנכנס אדר מרבין בשמחה|גייט אן אין אדר]], צי עס גייט אויך אן אין אדר א'{{הערה|{{HebrewBooks|2=שאילת יעבץ|3=1408|page=226|באנד=ב|לינק טעקסט=סימן פ"ח}}; {{HebrewBooks|2=שבט הלוי|3=1420|page=91|באנד=י|לינק טעקסט=אורח חיים, סימן ק"ה}}. זעט מקורות אין: {{HebrewBooks|2=נטעי גבריאל|3=46446|page=96|באנד=הלכות פורים|לינק טעקסט=פרק יא סעיף א}}; {{HebrewBooks|2=חשוקי חמד|3=49714|page=75|באנד=מגילה|לינק טעקסט=דף ו עמוד ב}}.}}. | די מצוות פון [[פורים]], וועלכע גייען אן אין [[י"ד אדר|י"ד]] און [[ט"ו אדר]], ווערן נישט געטון אין אדר א' נאר אין צווייטן אדר{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב|אן=|מפרש=|ד"ה=|לאנג=}}, זעט דארט א מחלוקת תנאים; לבוש אורח חיים סימן תרצ"ז.}}. אויך די [[ארבע פרשיות]] ווערן געליינט אין די שבתים פון צווייטן אדר, און אויב האט מען זיי געליינט אין אדר א' דארף מען איבערליינען{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב|אן=|מפרש=|ד"ה=|לאנג=}}, זעט דארט א מחלוקת תנאים; {{טור|אורח חיים|תרפה}}.}}. אין די אחרונים איז פארהאן א מיינונג פארשידענהייט איבער די מצוה פון [[שמחה]] וואס [[משנכנס אדר מרבין בשמחה|גייט אן אין אדר]], צי עס גייט אויך אן אין אדר א'{{הערה|{{HebrewBooks|2=שאילת יעבץ|3=1408|page=226|באנד=ב|לינק טעקסט=סימן פ"ח}}; {{HebrewBooks|2=שבט הלוי|3=1420|page=91|באנד=י|לינק טעקסט=אורח חיים, סימן ק"ה}}. זעט מקורות אין: {{HebrewBooks|2=נטעי גבריאל|3=46446|page=96|באנד=הלכות פורים|לינק טעקסט=פרק יא סעיף א}}; {{HebrewBooks|2=חשוקי חמד|3=49714|page=75|באנד=מגילה|לינק טעקסט=דף ו עמוד ב}}.}}. | ||
די טעג פון אדר וועלכע זענען באצייכנט אין [[מגילת תענית]] אז מען טאר אין זיי נישט [[תענית|פאסטן]], גייט עס אן אין ביידע אדרים{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקסח|מפרש=מגן אברהם|סק=כ}}; ביאור הגר"א, דארט.}}. דער תענית פון [[ז' אדר]] גייט אן אין אדר א'{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקפ|מפרש=מגן אברהם|סק=ח}}, בשם מהרי"ל; {{משנה ברורה|תקפ|טו}}.}}; לויט אנדערע - אין אדר ב'{{הערה|שו"ת שאילת יעב"ץ, חלק א' סימן קי"ז, בשם החכם צבי; שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג}}. אויך ווען עס האט פאסירט א נס אין אדר פון א שנה פשוטה, און מען האט געמאכט א נדר צו האלטן א [[פורים שני]] אין דעם טאג, איז א מחלוקת ווען עס צו האלטן אין א שנה מעוברת{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תרפו|מפרש=מגן אברהם|סק=ה}}; שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג}}. | |||
די תנאים קריגן זיך וועלכע פון די חדשים הייסט סתם אדר: לויט [[רבי יהודה]] איז עס אדר א' - ווען מען שרייבט א [[שטר]] אין דעם חודש שרייבט מען בלויז "אדר", און אין אדר ב' שרייבט מען "אדר תניינא"; לויט [[רבי מאיר]] איז עס אדר ב'{{הערה|{{בבלי|נדרים|סג|ב}}}}. לויט רוב פוסקים איז די הלכה ווי רבי יהודה{{הערה|{{טור|אורח חיים|תכח}}; {{שלחן ערוך|אורח חיים|תכז|מפרש=רמ"א}}.}}; דער [[רמב"ם]] נעמט אן ווי רבי מאיר{{הערה|{{רמב"ם|נדרים|י|ו}}}}. | די תנאים קריגן זיך וועלכע פון די חדשים הייסט סתם אדר: לויט [[רבי יהודה]] איז עס אדר א' - ווען מען שרייבט א [[שטר]] אין דעם חודש שרייבט מען בלויז "אדר", און אין אדר ב' שרייבט מען "אדר תניינא"; לויט [[רבי מאיר]] איז עס אדר ב'{{הערה|{{בבלי|נדרים|סג|ב}}}}. לויט רוב פוסקים איז די הלכה ווי רבי יהודה{{הערה|{{טור|אורח חיים|תכח}}; {{שלחן ערוך|אורח חיים|תכז|מפרש=רמ"א}}.}}; דער [[רמב"ם]] נעמט אן ווי רבי מאיר{{הערה|{{רמב"ם|נדרים|י|ו}}}}. |
רעוויזיע פון 08:38, 6 פעברואר 2024
אדר א' איז א חודש פון דרייסיג טעג, וואס ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן פון אידישן לוח[1]. דער חודש ווערט צוגעלייגט צווישן שבט און דער "געווענליכער" חודש אדר, וואס הייסט אין דעם יאר אדר ב'.
געשעענישן וועלכע קומען פאר אין א געווענליכע יאר אין חודש אדר ווערן אין אן עיבור יאר באצייכנט אין אדר ב', חוץ פון יארצייטן וועלכע ווערן געהאלטן - לויט מנהג אשכנז - אין אדר א'.
דער ערשטער טאג פון אדר א' קען אויספאלן אין מאנטאג, מיטוואך, דאנערשטאג אדער שבת.
עיבור השנה
דער אידישער יאר איז בעיקר באזירט אויף צוועלף חדשים פון די לבנה באנייאונג, וואס קומט אויס ארום 354 טעג[2]. דער פסוק זאגט אבער "שמור את חודש האביב ועשית פסח לה' אלוקיך"[3], וואס באדייט אז דער קאלענדאר דארף שטימען אויך מיט'ן זון יאר פון ארום 365 טעג, כדי פסח זאל אלעמאל אויספאלן אין פרילינג צייט. דער אונטערשייד צווישן די לבנה יאר און זון יאר, וואס קומט אויס ארום עלף טעג[4], זאמלט זיך אן פון יאר צו יאר און דארף ווערן 'פארראכטן' דורך צולייגן א חודש יעדע פאר יאר - אן אקט וואס ווערט אנגערופן "עיבור השנה". אין דער באשטימטער אידישער לוח לויפן די יארן אין א ציקל פון ניינצן יאר, אין וועלכע די עיבור יארן זענען דריי (און צומאל צוויי) יאר אפגערוקט איין פון אנדערן[5].
דער צוגעלייגטער חודש דארף זיין דווקא פון אדר[6].
נעמען
אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר ראשון" אדער "אדר הראשון", און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"[7]. וויבאלד דאס איז דער חודש וועלכער ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן, הייסט עס אויך דער "חודש העיבור"[8].
שטאנד
אלס חודש אדר
די מצוות פון פורים, וועלכע גייען אן אין י"ד און ט"ו אדר, ווערן נישט געטון אין אדר א' נאר אין צווייטן אדר[9]. אויך די ארבע פרשיות ווערן געליינט אין די שבתים פון צווייטן אדר, און אויב האט מען זיי געליינט אין אדר א' דארף מען איבערליינען[10]. אין די אחרונים איז פארהאן א מיינונג פארשידענהייט איבער די מצוה פון שמחה וואס גייט אן אין אדר, צי עס גייט אויך אן אין אדר א'[11].
די טעג פון אדר וועלכע זענען באצייכנט אין מגילת תענית אז מען טאר אין זיי נישט פאסטן, גייט עס אן אין ביידע אדרים[12]. דער תענית פון ז' אדר גייט אן אין אדר א'[13]; לויט אנדערע - אין אדר ב'[14]. אויך ווען עס האט פאסירט א נס אין אדר פון א שנה פשוטה, און מען האט געמאכט א נדר צו האלטן א פורים שני אין דעם טאג, איז א מחלוקת ווען עס צו האלטן אין א שנה מעוברת[15].
די תנאים קריגן זיך וועלכע פון די חדשים הייסט סתם אדר: לויט רבי יהודה איז עס אדר א' - ווען מען שרייבט א שטר אין דעם חודש שרייבט מען בלויז "אדר", און אין אדר ב' שרייבט מען "אדר תניינא"; לויט רבי מאיר איז עס אדר ב'[16]. לויט רוב פוסקים איז די הלכה ווי רבי יהודה[17]; דער רמב"ם נעמט אן ווי רבי מאיר[18].
ביי א גט זאל מען לכתחילה ארויסשרייבן אדר ראשון און אדר שני[19], בדיעבד איז כשר אויב האט מען געשריבן בלויז "אדר" אין אדר א', לויט ווי רוב פוסקים האלטן[19.1]. ביי ברכת החודש, זאגט מען בלויז "אדר" אויף אדר א' און "אדר שני" אויף אדר ב'[20]; אנדערע קריגן, מען זאל ארויסזאגן אויך "אדר ראשון"[21].
צוויי וועקסלען וואס אין איין שטייט אדר סתם און אין די צווייטע שטייט אדר ב', און דער לווה האט נישט צו באצאלן פאר ביידע, געבט מען פאר דער וואס האט פארבארגט אין אדר סתם; אויב אין ביידע שטייט אדר סתם, געבט מען פאר דער וואס זיין צייט איז פריער לויט די טעג אין חודש[22]. דאס זעלבע איז אפילו אויב אין איין שטייט אדר סתם און אין די צווייטע אדר א', גייט מען לויט די טעג אין חודש[22.1]. טייל זענען חושש צו די שיטה פון רמב"ם, און האלטן ביי די אלע ספיקות אז מען זאל עס צעטיילן[22.2].
א הויז וואס מען האט פארדינגען אויף ביז אדר, און דער משכיר און שוכר קריגן זיך ביז וועלכער אדר, זאלן זיי זיך טיילן[23]; לויט אנדערע, גייט עס פארן משכיר חוץ אויב דער שוכר ברענגט א באווייז[24].
עס איז א מחלוקת אין די פוסקים איבער דער יארצייט פון איינער וואס איז נפטר געווארן אין אדר פון א שנה פשוטה: לויט טייל האלט מען עס אין אדר א' פון א שנה מעוברת[25]; לויט אנדערע אין אדר ב'[26]. טייל זענען מחמיר צו האלטן ביידע[27]; לויט געוויסע, דארף מען מעיקר הדין האלטן ביידע[28]. ווען ער איז נפטר געווארן אין א שנה מעוברת, דארף מען זיכער האלטן דער חודש אין וועלכע ער איז נפטר געווארן[29].
איינער וואס איז נפטר געווארן אין ל' אדר א', דארף מען אין א שנה פשוטה האלטן זיין יארצייט אין ל' שבט[30]. אנדערע קריגן, מען זאל עס האלטן אין א' ניסן[31].
רעפערענצן
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ה'; רש"י, ראש השנה יט, ב, ד"ה כמה.
- ↑ ערכין ט, ב
- ↑ דברים טז, א
- ↑ פינקטליכער: ארום צען טעג און 21 שעות (365.242-354.367).
- ↑ פינקטליכער: די יארן 3, 6, 8, 11, 14, 17, און 19 זענען באשטימט אלס עיבור יארן.
- ↑ סנהדרין יב, א
- ↑ מגילה ו, ב
- ↑ שו"ת רדב"ז, חלק א' סימן ק"נ
- ↑ מגילה ו, ב, זעט דארט א מחלוקת תנאים; לבוש אורח חיים סימן תרצ"ז.
- ↑ מגילה ו, ב, זעט דארט א מחלוקת תנאים; טור, אורח חיים, סימן תרפ"ה.
- ↑ שאילת יעבץ ב, סימן פ"ח; שבט הלוי י, אורח חיים, סימן ק"ה. זעט מקורות אין: נטעי גבריאל הלכות פורים, פרק יא סעיף א; חשוקי חמד מגילה, דף ו עמוד ב.
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן תקס"ח, סעיף קטן כ'; ביאור הגר"א, דארט.
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף קטן ח', בשם מהרי"ל; משנה ברורה, סימן תק"פ, סעיף קטן ט"ו.
- ↑ שו"ת שאילת יעב"ץ, חלק א' סימן קי"ז, בשם החכם צבי; שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ה'; שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג
- ↑ נדרים סג, ב
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תכ"ח; רמ"א, אורח חיים, סימן תכ"ז.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות נדרים, פרק י', הלכה ו'
- ↑ שולחן ערוך, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף ז'
- ↑ רמ"א, דארט
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן תכ"ז, סעיף קטן א'
- ↑ מחצית השקל, אורח חיים, סימן תכ"ז, סעיף קטן א'; ש"ך, יורה דעה, סימן ר"כ, סעיף קטן י"ז; און אזוי שטייט אין מהרי"ל, הלכות פורים.
- ↑ שולחן ערוך, חושן משפט, סימן מ"ג, סעיף כ"ח
- ↑ הגהות אשרי, סוף פרק השואל, פון תוספתא, מסכת בבא מציעא, פרק ח'.
- ↑ ש"ך, חושן משפט, סימן שי"ב, סעיף קטן ט"ו
- ↑ תרומת הדשן, סימן רצ"ד; רמ"א, אורח חיים, סימן תקס"ח, סעיף ז' און אויף יורה דעה, סימן ת"ב, סעיף י"ב
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקס"ח, סעיף ז'. זעט שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג.
- ↑ רמ"א, אורח חיים, סימן תקס"ח, סעיף ז', בשם מהרי"ל
- ↑ מגן אברהם און ביאור הגר"א, אורח חיים, סימן תקס"ח.
- ↑ רמ"א, יורה דעה, סימן ת"ב, סעיף י"ב, און ש"ך, סעיף קטן י"ב
- ↑ משנה ברורה, סימן תקס"ח, סעיף קטן מ"ב, פון מגן אברהם
- ↑ אגרות משה, יורה דעה חלק ג', סימן קנ"ט
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|