אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדר א'"
(המשך) |
(המשך) |
||
שורה 15: | שורה 15: | ||
==נעמען== | ==נעמען== | ||
אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר ראשון" אדער "אדר הראשון", און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב}}}}. וויבאלד דאס איז דער חודש וועלכער ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן, הייסט עס אויך דער "חודש העיבור"{{הערה|שו"ת רדב"ז, חלק א' סימן ק"נ}}. | אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר ראשון" אדער "אדר הראשון", און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב}}}}. וויבאלד דאס איז דער חודש וועלכער ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן, הייסט עס אויך דער "חודש העיבור"{{הערה|שו"ת רדב"ז, חלק א' סימן ק"נ}}. | ||
==שטאנד== | |||
===אלס חודש אדר=== | |||
די מצוות פון [[פורים]], וועלכע גייען אן אין [[י"ד אדר|י"ד]] און [[ט"ו אדר]], ווערן נישט געטון אין אדר א' נאר אין צווייטן אדר{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב|אן=|מפרש=|ד"ה=|לאנג=}}, זעט דארט א מחלוקת תנאים; לבוש אורח חיים סימן תרצ"ז.}}. אויך די [[ארבע פרשיות]] ווערן געליינט אין די שבתים פון צווייטן אדר, און אויב האט מען זיי געליינט אין אדר א' דארף מען איבערליינען{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב|אן=|מפרש=|ד"ה=|לאנג=}}, זעט דארט א מחלוקת תנאים; {{טור|אורח חיים|תרפה}}.}}. אין די אחרונים איז פארהאן א מיינונג פארשידענהייט איבער די מצוה פון [[שמחה]] וואס [[משנכנס אדר מרבין בשמחה|גייט אן אין אדר]], צי עס גייט אויך אן אין אדר א'{{הערה|{{HebrewBooks|2=שאילת יעבץ|3=1408|page=226|באנד=ב|לינק טעקסט=סימן פ"ח}}; {{HebrewBooks|2=שבט הלוי|3=1420|page=91|באנד=י|לינק טעקסט=אורח חיים, סימן ק"ה}}. זעט מקורות אין: {{HebrewBooks|2=נטעי גבריאל, הלכות פורים|3=46446|page=96|לינק טעקסט=פרק יא סעיף א}}; {{HebrewBooks|2=חשוקי חמד, מגילה|3=49714|page=75|לינק טעקסט=דף ו עמוד ב}}.}}. | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
שורה 20: | שורה 24: | ||
{{חדשים}} | {{חדשים}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אדר|*]] | [[קאַטעגאָריע:אדר|*]] | ||
[[קאַטעגאָריע:חדשים]] | |||
[[קאַטעגאָריע:עיבור יארן]] | |||
[[he:אדר א']] | [[he:אדר א']] |
רעוויזיע פון 22:04, 5 פעברואר 2024
אדר א' איז א חודש פון דרייסיג טעג, וואס ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן פון אידישן לוח[1]. דער חודש ווערט צוגעלייגט צווישן שבט און דער "געווענליכער" חודש אדר, וואס הייסט אין דעם יאר אדר ב'.
געשעענישן וועלכע קומען פאר אין א געווענליכע יאר אין חודש אדר ווערן אין אן עיבור יאר באצייכנט אין אדר ב', חוץ פון יארצייטן וועלכע ווערן געהאלטן - לויט מנהג אשכנז - אין אדר א'.
דער ערשטער טאג פון אדר א' קען אויספאלן אין מאנטאג, מיטוואך, דאנערשטאג אדער שבת.
עיבור השנה
דער אידישער יאר איז בעיקר באזירט אויף צוועלף חדשים פון די לבנה באנייאונג, וואס קומט אויס ארום 354 טעג[2]. דער פסוק זאגט אבער "שמור את חודש האביב ועשית פסח לה' אלוקיך"[3], וואס באדייט אז דער קאלענדאר דארף שטימען אויך מיט'ן זון יאר פון ארום 365 טעג, כדי פסח זאל אלעמאל אויספאלן אין פרילינג צייט. דער אונטערשייד צווישן די לבנה יאר און זון יאר, וואס קומט אויס ארום עלף טעג[4], זאמלט זיך אן פון יאר צו יאר און דארף ווערן 'פארראכטן' דורך צולייגן א חודש יעדע פאר יאר - אן אקט וואס ווערט אנגערופן "עיבור השנה". אין דער באשטימטער אידישער לוח לויפן די יארן אין א ציקל פון ניינצן יאר, אין וועלכע די עיבור יארן זענען דריי (און צומאל צוויי) יאר אפגערוקט איין פון אנדערן[5].
דער צוגעלייגטער חודש דארף זיין דווקא פון אדר[6].
נעמען
אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר ראשון" אדער "אדר הראשון", און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"[7]. וויבאלד דאס איז דער חודש וועלכער ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן, הייסט עס אויך דער "חודש העיבור"[8].
שטאנד
אלס חודש אדר
די מצוות פון פורים, וועלכע גייען אן אין י"ד און ט"ו אדר, ווערן נישט געטון אין אדר א' נאר אין צווייטן אדר[9]. אויך די ארבע פרשיות ווערן געליינט אין די שבתים פון צווייטן אדר, און אויב האט מען זיי געליינט אין אדר א' דארף מען איבערליינען[10]. אין די אחרונים איז פארהאן א מיינונג פארשידענהייט איבער די מצוה פון שמחה וואס גייט אן אין אדר, צי עס גייט אויך אן אין אדר א'[11].
רעפערענצן
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ה'; רש"י, ראש השנה יט, ב, ד"ה כמה.
- ↑ ערכין ט, ב
- ↑ דברים טז, א
- ↑ פינקטליכער: ארום צען טעג און 21 שעות (365.242-354.367).
- ↑ פינקטליכער: די יארן 3, 6, 8, 11, 14, 17, און 19 זענען באשטימט אלס עיבור יארן.
- ↑ סנהדרין יב, א
- ↑ מגילה ו, ב
- ↑ שו"ת רדב"ז, חלק א' סימן ק"נ
- ↑ מגילה ו, ב, זעט דארט א מחלוקת תנאים; לבוש אורח חיים סימן תרצ"ז.
- ↑ מגילה ו, ב, זעט דארט א מחלוקת תנאים; טור, אורח חיים, סימן תרפ"ה.
- ↑ שאילת יעבץ ב, סימן פ"ח; שבט הלוי י, אורח חיים, סימן ק"ה. זעט מקורות אין: נטעי גבריאל, הלכות פורים, פרק יא סעיף א; חשוקי חמד, מגילה, דף ו עמוד ב.
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|