אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זושא ברייטבארט"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:סיגמונד ברייטבארט) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אידן לויטן פאך דורך HotCat) |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|גיבור אין קירקאס}} | |||
{{יתום}}[[טעקע:Breitbart-Mutter Erde fec.jpg|קליין|זיין קבר אין בערלין]] | {{יתום}}[[טעקע:Breitbart-Mutter Erde fec.jpg|קליין|זיין קבר אין בערלין]] | ||
'''זושא ברייטבארט''' (באקאנט אלס זיגמאנד) (22סטן פעברואר, 1893 – 12טן אקטאבער 1925) איז געווען א גיבור, פארשטעלער און קינצלער. | '''זושא ברייטבארט''' (באקאנט אלס זיגמאנד) (22סטן פעברואר, 1893 – 12טן אקטאבער 1925) איז געווען א גיבור, פארשטעלער און קינצלער. | ||
שורה 32: | שורה 33: | ||
[[טעקע:Siegmund Breitbart2.jpg|קליין|זושא שלעפט שווערע וואג מיט זיינע בלויזע ציין]] | [[טעקע:Siegmund Breitbart2.jpg|קליין|זושא שלעפט שווערע וואג מיט זיינע בלויזע ציין]] | ||
[https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=15417 א באשרייבונג] אויף [[קאווע שטיבל]] | [https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=15417 א באשרייבונג] אויף [[קאווע שטיבל]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אידן]] | [[קאַטעגאָריע:פוילישע אידן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:קונסט]] | [[קאַטעגאָריע:קונסט]] | ||
שורה 38: | שורה 38: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:סיגמונד ברייטבארט]] | [[he:סיגמונד ברייטבארט]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:15, 31 יאנואר 2024
זושא ברייטבארט (באקאנט אלס זיגמאנד) (22סטן פעברואר, 1893 – 12טן אקטאבער 1925) איז געווען א גיבור, פארשטעלער און קינצלער.
ביאגראפיע
זושא ברייטבארט איז געבוירן צו פרומע חסידישע עלטערן אין דער שטאט סטריקאוו, גאליציע (היינט פוילן). זיין טאטע איז געווען א שמיד.
פון אלס קליין קינד האט ער ארויסגעוויזן אויסטערלישע, איבערמענטשליכע פיזישע כוחות. מיט זיינע בלויז הענט פלעגט ער צעבייגן אייזן ווי כאילו זיי זענען פשוט'ע פאפירענע שאכטלען.
אלס בחור ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער גענומען געווארן אין דער רוסישער ארמיי. אין לויף פונעם קריג איז ער געכאפט געווארן דורך די דייטשן און ער איז גענומען געווארן אין ארעסט אין דייטשלאנד.
נאכ'ן קריג האט ער זיך באזעצט אין דייטשלאנד, וואו ער האט אנגעהויבן צייגן זיינע קונצן. ער האט זיך אנגעשלאסן אין א לאקאלער צירקוס גרופע, און ער האט אנגעהויבן ארומפארן מאכן פארשטעלונגען איבער גאנץ אייראפע.
זיינע קונצן
ער פלעגט פארשטעלן זיינע קונצן ווי בייגן און צעברעכן שווערע אייזנס; אויפהייבן גאר שווערע וואג; ער האט געביסן און צעבראכן אייזן מיט זיינע ציין; מיט זיינע בלויזע ציין האט ער געשלעפט וועגענער צי קארן פול מיט מענטשן; מיטארבעטער האבן צעבראכן גראבע ציגל מיט א האמער אויף זיין ברוסטקאסטן; און פיל אנדערע קונצן.
ער פלעגט גיין אנגעטאן אין א פארצייטישן רוימישן מונדיר. מיט דער צייט האט ער אויפגעבויט א שטארקע נאכפאלגערשאפט, בפרט אידן, וועלכע האבן ארויפגעקוקט אויף דעם אידישן העלד, וועלכער איז געווען שטאלץ מיט זיין אידישן אפשטאם.
ער פלעגט טראגן א מגן דוד סימבאל ביי רוב פון זיינע פארשטעלונגען. לויט טייל איז ער אפילו באטיטלט געווארן אלס דער שטערקסטער מענטש אין דער וועלט.
לויט געוויסע באריכטן האט ער ווייטער געלעבט א פרומע לעבן פון שבת און כשרות.
א טראגישע ענדע
זיין סוקסעספולע קאריערע איז אבער פריצייטיגע געקומען צו אן ענדע, ווען ער איז ל"ע נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון בלויז 32 יאר אלט.
ביי איינס פון זיינע פארשטעלונגען אין ראדעם, פוילן, האט ער געמאכט א פאטאלן טעות וואס האט געקאסט זיין לעבן. ער האט גענומען א ראד מיט עטליכע שפיציגע העלצעלעך און ער האט געוואלט מאכן א קונץ, אבער בטעות האט ער זיך געשטאכן אין זיינע לענדן.
ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו עס איז דורכגעפירט געווארן אומצאליגע אפעראציעס, אריינגערעכנט צוויי וואו מען האט אראפגעשניטן זיינע פיס ל"ע, אבער טראץ אלע פרואוון איז ער ל"ע נפטר געווארן קורצלעך דערנאך פון בלוט פארפעסטיגונג.
זיין לויה איז פארגעקומען אין בערלין, מיט דער באטייליגונג פון טויזנטער אידן. דער רב פון קהילת עזרת תורה, הרב עזרא מאנק, האט אים מספיד געווען און ער איז באערדיגט געווארן אין בערלין.
רעפערענצן
א באשרייבונג אויף קאווע שטיבל
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!