אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוד שפירא (בוקאווסק)"
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]") |
(וויקיפּעדיע אנטיק) |
||
שורה 43: | שורה 43: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקיפּעדיע אנטיק]] |
רעוויזיע פון 11:01, 14 יאנואר 2024
רבי דוד שפירא זצ"ל (ה' שבט ה'תרל"ז - כ"ט שבט ה'תרפ"ד), רב אין בוקאווסק.
אפשטאם
רבי דוד איז געבוירן ה' שבט ה'תרל"ז, צו זיין פאטער הרב מאיר יהודה שפירא, רב אין בלאזאוו, א זון פון הרב רבי דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון הרב ישראל אן איידעם פון הרב חיים האגער פון קאסאוו.
רבנות
אין יאר ה'תרס"ט נאך די פטירה פון זיין פאטער איז רבי דוד געווארן רבי אין בוקאווסק אויף זיין פאטער'ס ארט, ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי דוד אנטלאפן אונגארן, ווען ער איז צוריק געקומען קיין גאליציע, האט ער זיך באזעצט אין סאנוק ביי זיין שוואגער.
רבי דוד איז געווען אין סאנוק א פערזענליכער גוטער פריינד פון דארטיגן רב, הרב רבי יהודה מאיר שפירא, כאטש רבי דוד איז געווען א קעגנער פון דעם געדאנק פון אגודת ישראל.
הסתלקות
רבי דוד איז נפטר געווארן יונג כ"ט שבט ה'תרפ"ד.
פאמיליע
רבי דוד האט געהייראט בזיווג ראשון מרת בינה א טאכטער פון הרב רבי יהושע הורוויץ, רב אין דזשיקאוו. זי איז נפטר געווארן ח' סיון ה'תר"ע. זייער קינדער:
- הבחור חיים שפירא.
- מרת חיה לאה, די ווייב פון הרב משה יוסף טייטלבוים א זון פון הרב ברכיה טייטלבוים רב אין אוהעל.
- מרת רחל מינא, די ווייב פון הרב אלעזר פרעסער פון ברוקלין.
בזיווג שני האט רבי דוד געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים רב אין סיגעט. זייער קינדער:
- הרב משה שפירא רב אין טראווע.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!