מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, ביוראקראטן, אינטערפעיס רעדאקטארן, emailconfirmed, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, סיסאפן, צוות טכני, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
101,721
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
קאין תקציר עריכה |
||
(11 מיטלסטע ווערסיעס פון 6 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = French rabbi|העב=רב צרפתי|דייטש=französischer Talmudgelehrter|}} | |||
רבי '''אַבָּא מָרִי בַּר מֹשֶׁה הַיַּרְחִי''', אויך גערופן דון אסתרוק, איז געווען א למדן און מחבר אין [[פראנקרייך]] אין דער צווייטער העלפט פון 13'טן און אָנהויב פון 14'טן יאָרהונדערט. זיין איינפלוס איז געווען זייער א גרויסער, און ער שפּילט אין דער געשיכטע פון דעם קאמף קעגן לערנען [[פילאזאפיע]] א זייער גרויסע ראָלע. | |||
רבי אבא מרי איז געבוירן געוואָרן לערך דעם יאָר 1250 אין פראנקרייך אין דער שטאָט לוניל ("לון", וואס באדייט [[לבנה]] אויף [[פראנצויזיש]], איז דער מקור פון זיין צונאָמען "הירחי"). פון דאָרט איז ער געפארן צו דער שטאָט מאנפּעליער, אויך אין פראנקרייך. | |||
דאָס איז געווען א געוויסע צייט נאָכדעם וואס עס זענען ערשינען די פילאָזאָפישע ספרים פון [[רמב"ם]], צווישן זיי אויך דער "[[מורה נבוכים]]", און אסאך אידן האָבן אָנגעהויבן לערנען פילאָזאָפיע. אין די אידישע קהלות אין פראנקרייך האָט זיך אָנגעהויבן א העפטיגע [[מלחמה]] צווישן די פילאָזאָפיע-אָנהענגער פון איין זייט און די קעגנער פון פילאָזאָפיע -- מיט רבי אבא מרי אין דער שפּיץ -- פון דער צווייטער זייט. די [[רעגירונג]], וועלכע האָט געשטיצט די פילאָזאָפיע-פריינט, האָט באפוילן רבי אבא מרי'ן צו פארלאָזן מאָנפּעליער. ער האָט זיך גענומען וואנדערן, ביז ער האָט זיך צום סוף באזעצט אין [[פערפיניאן]], און דאָרט איז ער נפטר געווארן; דאָס יאָר פון זיין פטירה איז נישט באקאנט. | |||
==מנחת קנאות== | |||
רבי אבא מרי האט זיך געשריבן צום [[רשב"א]], ער זאל אים שטיצן אין קאמף קעגן פילאזאפיע, און זיינע קעגנער האבן אויך זייערע טענות פארגעלייגט צום רשב"א. די אלע [[בריוו]] וועגן דעם קאמף ארום דער פילאָזאָפיע האט רבי אבא מרי צונויפגעזאמלט אין א ספר, "מנחת קנאות", אין 132 פרקים. | |||
עס איז געווארן געדרוקט אין פרעשבורג שנת [[ה'תקצ"ח]] מיט אן הסכמה פונעם [[חת"ם סופר]]. | |||
{{מיון רגיל:אבא מרי הירחי}} | |||
[[קאַטעגאָריע:ראשונים]] | [[קאַטעגאָריע:ראשונים]] | ||
{{קרד/פאלקס-ענצ}} | |||
[[he:אבא מרי הירחי]] |
רעדאגירונגען