אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבא חלקיה"
(פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. החלפות (וואו, וו), הגהה, אויסשטעל, צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק) צייכן: רויע רעדאגירונג |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 08:51, 7 יאנואר 2024
אבא חלקיה איז געווען א בארימטער צדיק, חסיד און בעל מופת אין ארץ ישראל אומגעפער אין אָנהויב פון ערשטן יאָרהונדערט, אין דער צייט ווען דאָס צווייטע בית המקדש איז געשטאנען.
אין דער גמרא[1] ווערט דערציילט, אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם בעל מופת חוני המעגל, און אז ער האָט געארבעט אלס געדונגענער בעל מלאכה ביי אנדערע אין פעלד, פירנדיג אן אָרעם לעבן; אין א טרוקן יאָר, ווען עס איז נישט געפאלן קיין רעגן, פלעגט מען קומען צו אבא חלקיה אז ער זאָל מתפּלל זיין. אין דער גמרא[2] ווערט געזאגט אויף דעם פּסוק[3] הוֹלֵךְ תָּמִים וּפֹעֵל צֶדֶק ("פירט זיך אויף גאנץ און מיט גערעכטיקייט"), אז "הולך תמים" מיינט מען אברהם אבינו, און "פּועל צדק" מיינט מען אבא חלקיה.
רעפערענצן
- ↑ תענית כג, א.
- ↑ מכות כד, א.
- ↑ תהלים טו, ב.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!