אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יחיאל נתן האלבערשטאם"
ק (החלפת טקסט – "ריע:צאנז]]" ב־"ריע:צאנז|װ]]") |
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]") |
||
שורה 35: | שורה 35: | ||
[[קאַטעגאָריע:גארליץ]] | [[קאַטעגאָריע:גארליץ]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי| | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] |
רעוויזיע פון 18:40, 20 דעצעמבער 2023
רבי יחיאל נתן האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרכ"ה - ז' ניסן ה'תרצ"ד), רב אין בארדיאוו
אפשטאם
רבי יחיאל נתן איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער רבי משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון רבי אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.
רבנות
רבי יחיאל נתן האט נאך אריין געכאפט צו קענען זיין זיידען דעם צאנזער רב, און זיך איינזאפּען מיט זיין קדושה. אין יאר ה'תרמ"ה איז ער געווען רב אין אלט-צאנז, אין יאר ה'תרס"ד איז ער געווארן רב אין בארדיאוו אויף זיין פאטער'ס ארט.
הסתלקות
רבי יחיאל נתן איז נפטר געווארן, ז' ניסן ה'תרצ"ד, (אדער ה'תרצ"ג).
פאמיליע
רבי יחיאל נתן האט געהייראט מרת ברכה רעכל בריינדל א טאכטער פון רבי אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון זיין עלטער-פעטער דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:
- רבי אביגדור צבי האלבערשטאם הי"ד (ה'תרמ"ד - ה'תש"ב (אומגעפער) ), ממלא מקום פון פאטער, רב אין בארדיאוו.
- רבי אפרים דוד האלבערשטאם הי"ד (ה'תרמ"ה (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), רב אין יאשליסק, ער האט געהייראט מרת חנה מרים א טאכטער פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין פריסטיק.
- רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם הי"ד, רב אין גארליץ.
- רבי יעקב האלבערשטאם הי"ד, פון סטריזשעוו, ער האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון רבי אלטער זאב הורוויץ רב אין סטריזשעוו. זיי זענען אומגעקומן אויף קידוש השם צוזאמען מיט זייערע דריי קינדער, הי"ד.
- רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם רב אין טריבאשאוו, סלאוואקיי.
- רבי משה אהרן האלבערשטאם דיין אין סטראפקאוו, ער האט געהייראט מרת חנה רחל א טאכטער פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין סטראפקאוו.
- מרת עכסה, די ווייב פון רבי חנה צבי הירש רובין (ה'תרמ"ד - ה'תש"ג), סאטמארער רבי אין צאנז. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.
- מרת יוכבד, די ווייב פון רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם בארדיאווער רב פון ברוקלין.
- מרת אסתר, בזיווג ראשון די ווייב פון רבי חיים יוסף האלבערשטאם, א זון פון רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, א זון פון רבי בארדיאווער רב, בזיווג שני די ווייב פון רבי ישכר דוב ליפשיץ.
- מרת חיה די ווייב פון רבי ישראל משה סילמאן דיין אין בארדיאוו.
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך יענקעלע לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!