אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייזיק שניצלער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||}}" ב־"")
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]")
 
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 26: שורה 26:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:00, 20 דעצעמבער 2023

אייזיק (יצחק יהודא) שניצלער (ה'תשט"ו - ז' ניסן ה'תשע"ג) איז געווען איינער פון די פראכטיגע פיגורן פון וויזשניץ מאנסי.

ער איז געווען א זון פון רבי משולם זושא ז"ל, און אן אייניקל פונעם טשאבער רב, רבי שרגא שמואל שניצלער פון ירושלים. ער איז געווען א באקאנטער משמח אלוקים ואנשים, אן עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה.

לעבנסגעשיכטע

אייזיק איז אויפגעוואקסן אין די סאטמארער מוסדות און געווען א נאנטער מקורב צו רבי נתן יוסף מייזעלס, רב פון אבני שלמה אין מאנסי. נאך דער פטירה פון רבי נתן יוסף האט ער זיך אנגעקניפט צום וויזשניצער רבי פון מאנסי, רבי מרדכי האגער. ער איז געבליבן א געטרייער וויזשניצער חסיד ביזן לעצטן טאג.

אייזיק האט אלעמאל געהאט א גוט ווארט פאר סיי וועם ער האט אנגעטראפן, און געהאלפן אומצאליגע מענטשן וואס האבן באדארפט א טובה, א שמייכל. ווי אויך איז ער געווען אקטיוו אין מוסדות פאר ספעציעלע קינדער.

מאנטאג פארטאגס פרשת צו. ז' ניסן ה'תשע"ג האט אייזיק געכאפט א מעכטיגע הארץ אטאקע וואס האט ליידער פארכאפט זיין לעבן אין דעם יונגן עלטער פון 57 יאר.

זיין ברודער איז דער באוואוסטער זינגער מיכאל שניצלער, און זיין שוואגער איז דער בדחן יענקל מילער, די "יארמער רב".

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!