אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "[[משה יוסף טייטלבוים" ב־"[[רבי משה יוסף טייטלבוים")
ק (החלפת טקסט – "[[אהרן טווערסקי פון טשערנאביל" ב־"[[רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל")
 
שורה 19: שורה 19:
'''רבי ישעיה'לע''' האט געהייראט '''בזיווג ראשון''' מרת '''פריידא''' א טאכטער פון הרב '''יחיאל העשל''' פון [[קריליוויטש]], (אן איידעם פון מיטעלן בעלזער רב הרב [[רבי יהושע רוקח]]), א זון פון הרב [[רבי משולם זוסיא העשל (זשינקאוו)|משולם זוסיא העשל]] פון [[זשינקאוו]], א זון פון הרב [[רבי יצחק מאיר העשל (זשינקאוו)|יצחק מאיר העשל]] פון זשינקאוו, א זון פון אפטער רב,  הרב [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)]], דער "אוהב ישראל". זייערע קינדער:
'''רבי ישעיה'לע''' האט געהייראט '''בזיווג ראשון''' מרת '''פריידא''' א טאכטער פון הרב '''יחיאל העשל''' פון [[קריליוויטש]], (אן איידעם פון מיטעלן בעלזער רב הרב [[רבי יהושע רוקח]]), א זון פון הרב [[רבי משולם זוסיא העשל (זשינקאוו)|משולם זוסיא העשל]] פון [[זשינקאוו]], א זון פון הרב [[רבי יצחק מאיר העשל (זשינקאוו)|יצחק מאיר העשל]] פון זשינקאוו, א זון פון אפטער רב,  הרב [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)]], דער "אוהב ישראל". זייערע קינדער:


* מרת '''רעכיל דבורה''', די ווייב פון הרב '''[[חיים יצחק טווערסקי]]''' פון [[לאיעוו]] ([[ה'תרמ"ו]] - [[כ"ד ניסן]] [[ה'תש"ג]]), אן אור-אייניקל פון הרב [[אהרן טווערסקי פון טשערנאביל]].  
* מרת '''רעכיל דבורה''', די ווייב פון הרב '''[[חיים יצחק טווערסקי]]''' פון [[לאיעוו]] ([[ה'תרמ"ו]] - [[כ"ד ניסן]] [[ה'תש"ג]]), אן אור-אייניקל פון הרב [[רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל]].  


* הרב '''[[רבי חיים האלבערשטאם (טשחויוו)|חיים האלבערשטאם]]''' ([[ה'תרמ"ב]] –  [[ה'תשט"ז]]), [[טשחויוו]]ער רב אין [[ניו יארק]].
* הרב '''[[רבי חיים האלבערשטאם (טשחויוו)|חיים האלבערשטאם]]''' ([[ה'תרמ"ב]] –  [[ה'תשט"ז]]), [[טשחויוו]]ער רב אין [[ניו יארק]].

יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:40, 19 דעצעמבער 2023

רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם הי"ד (ה'תרכ"דג' אלול ה'תש"ג), דער טשחויווער רב, דער יונגסטער זון פון דברי חיים.

אפשטאם

רבי ישעיה'לע איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ד, אויף די עלטער בן זקונים פון זיין פאטער הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רעכיל דבורה, א טאכטער פון הרב יחיאל צבי הירש אונגאר פון טארנא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר דער דאמבראווער רב.

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי ישעיה'לע געגעסען קעסט ביי זיין עלטער שווער רבי יהושע רוקח אין בעלזא צוזאמען מיט זיין פעטער רבי ישכר דוב רוקח, זיין שווער האט געזאגט אז מיר קענען נישט בייסעפטען מיט וועלכע קדושה דער דברי חיים האט אראפגעברענגט זיינע קינדער, ספעציעל די וואס זענען געבוירן אויף די עלטער.

אין עלטער פון ניינצען יאר איז רבי ישעיה'לע אויפגענומען געווארן רב אין טשחויוו, ער האט אבער זיך דארט אפגעליטען איבער זיין פעסטקייט אין אידישקייט. אין יאר ה'תרנ"ג איז ער אוועק קיין סאטמאר, נאכהער איז ער אריבער קיין קראקא.

הסתלקות

רבי ישעיה'לע איז פארברענט געווארן איינגעהילט אין פאטער'ס טלית, אויף קידוש השם ג' אלול ה'תש"ג, הי"ד.

פאמיליע

רבי ישעיה'לע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת פריידא א טאכטער פון הרב יחיאל העשל פון קריליוויטש, (אן איידעם פון מיטעלן בעלזער רב הרב רבי יהושע רוקח), א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל פון זשינקאוו, א זון פון אפטער רב, הרב רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא), דער "אוהב ישראל". זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי ישעיה'לע געהייראט מרת אסתר א טאכטער פון הרב יעקב צבי רבי פון פאריסאוו.

זי איז געווען די אלמנה פון הרב ירחמיאל טייטלבוים א זון פון הרב רבי משה יוסף טייטלבוים, דער שידוך איז צושטאנד געקומן ווען זי האט גענומן חליצה פון איר ערשטן מאן'ס ברודער, אין אנוועזענהייט פון שינאווער רב און פון דעם זיידען פון איר ערשטען מאן דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:
ער איז אומגעקומן אויף קידוש השם אין לעמבערג ד' אב ה'תש"א, צוזאמען מיט זיין שווער, הי"ד.

בזיווג שלישי האט רבי ישעיה'לע געהייראט מרת הינדא א טאכטער פון הגה"צ ר' מנחם מענדיל בן הרה"צ ר' נפתלי צבי בהגה"ח ר' נתן נטע פרנס מיאשינצע וואס זיין מוטער - פון הגה"צ ר' מנחם מענדיל - איז געווען מרת רבקה בת רבי אלימלך טארעם פון רימאנאוו-גארליץ;[1] נישט געהאט קיין קינדער.

זעט אויך

צאנז (חסידות)

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. מרת רבקה איז געווארן די פערטע ווייב פונעם דברי חיים

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!