אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישראל פון רוזשין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "[[אברהם יעקב פרידמאן" ב־"[[רבי אברהם יעקב פרידמאן")
ק (החלפת טקסט – "[[אברהם המלאך" ב־"[[רבי אברהם המלאך")
שורה 32: שורה 32:
==אפשטאם==
==אפשטאם==


'''רבי ישראל''' איז געבוירן אין דעם קליינעם אוקראינישן שטעטל [[פראהבישט]] <ref>נר ישראל</ref>, לעבן [[קיעוו]], [[ג' תשרי]] [[ה'תקנ"ז]], צו זיין פאטער הרב '''[[רבי שלום שכנא פון פראהבישט]]''', א זון פון הרב [[אברהם המלאך]], דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער [[רבי דוב בער פון מעזריטש|מעזריטשער מגיד]], און צו זיין מוטער מרת '''חוה''' א טאכטער פון הרב '''אברהם פון קראסטשאוו''', אן איידעם פון הרב [[מנחם נחום טווערסקי]], פון [[טשערנאביל]].   
'''רבי ישראל''' איז געבוירן אין דעם קליינעם אוקראינישן שטעטל [[פראהבישט]] <ref>נר ישראל</ref>, לעבן [[קיעוו]], [[ג' תשרי]] [[ה'תקנ"ז]], צו זיין פאטער הרב '''[[רבי שלום שכנא פון פראהבישט]]''', א זון פון הרב [[רבי אברהם המלאך]], דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער [[רבי דוב בער פון מעזריטש|מעזריטשער מגיד]], און צו זיין מוטער מרת '''חוה''' א טאכטער פון הרב '''אברהם פון קראסטשאוו''', אן איידעם פון הרב [[מנחם נחום טווערסקי]], פון [[טשערנאביל]].   


==זיין געשיכטע==
==זיין געשיכטע==

רעוויזיע פון 19:52, 14 דעצעמבער 2023

רבי ישראל פון רוזשין
געבורט ג' תשרי תקנ"ז
פראהבישט
פטירה ג' מרחשון תרי"א
מקום קבורה סאדיגורא
טעטיגקייט אָרט רוזשין, סאדיגורא
דינאסטיע רוזשין
קינדער שלום יוסף, חיה מלכה העשל, אברהם יעקב, דוב בער, גיטל טויבע מאנזאן, מנחם נחום, מרים מאניא האגער,דוד משה, לאה היילפרין, מרדכי שרגא
1'טער רוזשין'ער רבי
תקע"ג - תרי"א
רבי אברהם יעקב פון סאדיגורא און נאך ←

רבי ישראל פרידמאן זצ"ל (ג' תשרי ה'תקנ"ז - ג' חשוון ה'תרי"א) פון רוזשין, באקאנט אלס דער הייליגער רוזשינער.

אפשטאם

רבי ישראל איז געבוירן אין דעם קליינעם אוקראינישן שטעטל פראהבישט [1], לעבן קיעוו, ג' תשרי ה'תקנ"ז, צו זיין פאטער הרב רבי שלום שכנא פון פראהבישט, א זון פון הרב רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד, און צו זיין מוטער מרת חוה א טאכטער פון הרב אברהם פון קראסטשאוו, אן איידעם פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון טשערנאביל.

זיין געשיכטע

אין עלטער פון זעקס יאר י"ד תשרי ה'תקכ"ט, איז רבי ישראל געווארן א יתום פון זיין פאטער, און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין עלצטן ברודער רבי אברהם פון פראהבישט.

אין יאר ה'תקע"ג אין עלטער פון זעכצען יאר, נאך דער פטירה פון זיין ברודער, האט מען אויפגענומען רבי ישראל אלס ממלא מקום. ער האט אנגעהויבן פראווען זיין רביסטעווע אין פראהבישט, נאכהער אין סקווירא שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין רוזשין. דארט האט ער אנגעהויבן צופירן זיין רבישן הויף, מיט א וועג פון פראכט און שיינקייט, מיט קעניגלעכע און אדעלע אויפפירונגען, פון דרויסן באפוצט פון גאלד און זילבער, גאלדענע בעקישע קנעפ פארפאסט מיט דיאמאנט, רייטוועגענער געשפאנט מיט פיר ווייסע אויסשטאפירטע פערד, און פון אינווייניג א צעבראכן הארץ מיט אן אויסגעפייניגטן קערפער, וועלכער האט נישט הנאה געהאט פון דער וועלט מיטאמאל ווי א דינער פאדים.

אין יאר ה'תקצ"ח איז רבי ישראל אנטקלאגן גיווארן ווי א אויפרידערער קעגן דעם צאר, און איז ארעסטיטרט גיווארן אין קיעוו און שפעטער אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסקי ער איז געפייניגט געווארן אין געפענגעניש קערפערליך און גייסטיש נאנט צו צוויי יאר, ביז זיין באפרייאונג ט"ו אדר א' ה'ת"ר. אין יאר ה'ת"ר נאך זיין באפרייאונג איז אים געלונגען צו אנטלויפן פון רוסלאנד קיין עסטרייך. פריער האט ער זיך באזעצט אין קישינעוו, דערנאך אין יאס און צום סוף האט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין סאדיגורא.

רבי ישראל, אדער ווי מען רופט עם "דער הייליגער רוזשינער", האט גיהאט זעקס זין, יעדער פון זיי האט גיגרונדעט א חסידישן הויף. פון זיי זענען ארויסגעקומען די חסיד'ישע הויפן סאדיגורא, טשארטקאוו, הוסיאטין, באיאן, באהוש, שטעפאנעשט, און פון זיין איידעם דעם וואסלוי (חסידות)ער הויף.

הסתלקות

רבי ישראל איז נפאר געווארן ג' חשוון ה'תרי"א, און ער ליגט אין סאדיגורא.

פאמיליע

אין עלטער פון דרייצן יאר האט רבי ישראל געהייראט אין באטושאן, ראמעניע מרת שרה א טאכטער פון הרב משה הלוי אפרתי פון בארדיטשוב. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי ישראל חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' דוד לייב לייבנער פון דוקלא, די אלמנה פון רבי צבי הירש פון רימאנאוו.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל בערכו (32)
  1. נר ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!