אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יחיאל הורוויץ"
ק (רבי פייפלינקס) |
ק (החלפת טקסט – "[[נפתלי צבי הורוויץ" ב־"[[רבי נפתלי צבי הורוויץ") |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
==אפשטאם== | ==אפשטאם== | ||
'''רבי יחיאל''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תר"י]] צו זיין פאטער הרב [[מאיר הורוויץ]] פון [[דזשיקאוו]], ''דער [[אמרי נועם]]'', א זון פון הרב [[אליעזר הורוויץ]], באקאנט אלס ''רבי אליעזר'ל דזשיקאווער'', א זון פון הרב [[נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער מרת '''דבורה''' די טאכטער פון הנגיד הרב '''קלמן פיעצלעס''' פון [[קראקא]]. | '''רבי יחיאל''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תר"י]] צו זיין פאטער הרב [[מאיר הורוויץ]] פון [[דזשיקאוו]], ''דער [[אמרי נועם]]'', א זון פון הרב [[אליעזר הורוויץ]], באקאנט אלס ''רבי אליעזר'ל דזשיקאווער'', א זון פון הרב [[רבי נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער מרת '''דבורה''' די טאכטער פון הנגיד הרב '''קלמן פיעצלעס''' פון [[קראקא]]. | ||
==רבנות== | ==רבנות== |
רעוויזיע פון 16:20, 14 דעצעמבער 2023
רבי יחיאל הורוויץ זצ"ל (ה'תר"י - י' שבט ה'תרפ"ח), רב אין פאקשיווניץ, פוילן.
אפשטאם
רבי יחיאל איז געבוירן אין יאר ה'תר"י צו זיין פאטער הרב מאיר הורוויץ פון דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה די טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצלעס פון קראקא.
רבנות
אין יאר תר"ם (אומגעפער) איז רבי יחיאל געווארן רב אין פאקשיווניץ, אין יאר ה'תרנ"ב (אומגעפער) האט מען פארטריבן אלע פרעמדע בירגער פון קאנגרעס פוילן, איז רבי יחיאל געווען געצווינגען צוריק צוקומען קיין גאליציע, און האט זיך באזעצט אין טארנא.
הסתלקות
רבי יחיאל איז נפטר געווארן י' שבט (אדער י"ד שבט) ה'תרפ"ח, און ליגט אין דזשיקאוו אין דזשיקאווער אהל.
פאמיליע
רבי יחיאל האט געהייראט מרת מרים די טאכטער פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי הורוויץ (ה'תר"ל (אומגעפער) - י' חשוון ה'תרצ"ב), ממלא מקום פון פאטער, רב אין פאקשיווניץ
- הרב אלטער הורוויץ, ממלא מקום פון ברודער, דער לעצטער רב אין פאקשיווניץ, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- הרב אברהם הורוויץ (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה'תש"ג), פון פאקשיווניץ, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- מרת דבורה לאה, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב שלמה הורוויץ א זון פון הרב אברהם חיים הורוויץ רב אין פלאנטש. בזיווג שני די ווייב בזיווג שני פון הרב ישראל שלום יוסף האגער פון אטיניע.
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!