אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספר יוסיפון"

שורה 60: שורה 60:
פון די אנדערע זייט שרייבט [[רבי יצחק אברבנאל]] אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף יוסיפון, ווייל ער זיך סותר מיט די ווערטער פון [[חז"ל]], און צומאל אויך מיט אפענע פסוקים. דער אברבנאל שרייבט אז יוסף בן מתתיהו האט זיך פרובירט צו חנפ'נען צו די [[רוימישע אימפעריע|רוימער]], און דערפאר האט ער געשריבן זאכן וואס זאלן זיי שמעקן{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי יצחק אברבנאל|מעייני הישועה|152848|פערארא, שי"א, דף צט עמוד א}}}}. אויך [[רבי אברהם זכות]] אין [[ספר היוחסין]] זאגט אז ער פארלאזט זיך נישט אויף יוסיפון, טראץ וואס אנדערע טוען יא, ווייל ער שרייבט גרויסע גוזמאות און מאכט חשבונות וואס שטימען נישט מיט די פשוט פשט אין די תורה{{הערה|רבי אברהם זכות, '''ספר היוחסין השלם''', אנהייב מאמר השישי}}. [[רבי עזריה מן האדומים]] האט געשריבן, אז אנדערש ווי דער ספר געבט אן (אין די ווערסיע פון ר"י משקוני), איז דער ספר נישט קיין אריגינעלע ווערק פון יוסף בן מתתיהו, און ער ווייזט אויך אן אויף פילע סתירות און שינויים צווישן די דרוקן{{הערה|רבי עזריה מן האדומים, '''מאור עינים''', מאנטאווע, שלד, דף פז עמוד א}}.

[[רבי צדוק הכהן פון לובלין]] נעמט אן, אז אין יוסיפון ווערט ערליך נאכגעשריבן וואס יוסף האט מיטגעהאלטן און פארשטאנען; נאר עס איז אוממעגליך אפילו פאר איינער פון יענע צייט צו וויסן אלע פרטים גענוי. נאר חז"ל האבן מיט [[רוח הקודש]] געקענט שרייבן אלעס מיט א פונקטליכקייט{{הערה|רבי צדוק הכהן מלובלין, '''אור זרוע לצדיק''', לובלין תרפ"ט, דף כד עמוד ב}}. דער [[צמח דוד]] שרייבט, אז כאטש וואס טייל פון זיינע ווערטער זענען זיך סותר מיט חז"ל, דארף מען וויסן אז יוסף איז געווען א גרויסער מאן, און דערפאר האבן געוויסע חכמים זיך באמיהט צו פארענטפערן די אלע שינויים{{הערה|רבי דוד גאנז, '''צמח דוד''', פראג שנ"ג, דף לח עמוד ב}}.
[[רבי צדוק הכהן פון לובלין]] נעמט אן, אז אין יוסיפון ווערט ערליך נאכגעשריבן וואס יוסף האט מיטגעהאלטן און פארשטאנען; נאר עס איז אוממעגליך אפילו פאר איינער פון יענע צייט צו וויסן אלע פרטים גענוי. נאר חז"ל האבן מיט [[רוח הקודש]] געקענט שרייבן אלעס מיט א פונקטליכקייט{{הערה|רבי צדוק הכהן מלובלין, '''אור זרוע לצדיק''', לובלין תרפ"ט, דף כד עמוד ב}}. דער [[דוד גאנז|צמח דוד]] שרייבט, אז כאטש וואס טייל פון זיינע ווערטער זענען זיך סותר מיט חז"ל, דארף מען וויסן אז יוסף איז געווען א גרויסער מאן, און דערפאר האבן געוויסע חכמים זיך באמיהט צו פארענטפערן די אלע שינויים{{הערה|רבי דוד גאנז, '''צמח דוד''', פראג שנ"ג, דף לח עמוד ב}}.

א צענטראלע פונקט אין די קאנטראווערסיע איז דאס וואס אין יוסיפון ווערט [[טיטוס]] אויסגעלויבט אלס א פיינער און ארנטליכער מאן, דערביי אנגעבנדיג אז ער האט לכתחילה נישט געוואלט חרוב מאכן דעם בית המקדש. דאס איז אנדערש ווי וואס ווערט דערציילט אין גמרא איבער די רשעות פון טיטוס. געוויסע שרייבן אז יוסף איז געווען געצווינגען אזוי צו שרייבן, זייענדיג אונטער די רוימער{{הערה|רבי חיים אלעזר שפירא, '''מנחת אלעזר''' חלק ג, בראטיסלאווא תרפ"ב, דף נד עמוד ב}}. דער מהר"ל מפראג ברענגט אויף א מעגליכקייט אז כלפי חוץ האט טיטוס טאקע זיך אויפגעפירט ווי א פיינער מאן, ווי פארציילט אין ספר יוסיפון. אויך שרייבט דער מהר"ל, אז יתכן אז טיטוס האט טאקע נישט געוואלט חרוב מאכן דעם בית המקדש, כדי זיך צו בארימען דערמיט, און דער מהר"ל גייט אריין מסביר צו די גמרא'ס שילדערונג בדרך משל צו טיפערע ענינים{{הערה|רבי יהודה לוואי, '''נצח ישראל''', פראג, שנט, דף ט עמוד א}}. פון די אנדערע זייט שרייבט [[רבי יוסף שאול נאטאנזאהן]] אז עס איז א וואונדער אז יוסיפון איז אזוי אנגענומען נאך וואס עס שטייט דערין אזוי אויף טיטוס, און אז יוסף איז ווארשיינליך נאכגעשלעפט געווארן נאך די גריכישע פילאזאפיע{{הערה|שם=שומ}}.