אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טאמבאנק"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "טאמבאנק".
א טאמבאַנק איז א האריזאנטאלער ארבעטס־אייבערפלאך אין א קיך אדער באדצימער אדער נארוועלכער ארבעטצימער. אפטמאל געפינען זיך שענקלעך אונטערן טאמבאנק. די הייך פונעם אייבערפלאך ווערט געשטעלט כדי עס זאל זיין באקוועם צו ארבעטן דערויף.
א טאמבאַנק קען אויך זיין אן אייבערפלאך צווישן די ארבעטער וואס באדינען דעם עולם און דעם פובליק.
קיך טאמבענק
אין מערבדיקע לענדער איז גאנץ פארשפרייט אז די קיך באשטייט פון פארשידענע שענקלעך און טאמבענק אין וואס דער אויוון, פרידזשידער און נאך מאשינען ווערן איינגעשטעלט. אין אמעריקע טוט מען מאכן דעם קיך טאמבאנק מיט א טיף פון 65 צ"מ, און אין אייראפע און ישראל 60 צ"מ. די הייך איז געוויינלעך 90 צ"מ.
מאטריאלן
טאמבענק ווערן געמאכט פון א ברייטע רייע מאטריאלן:
- נאטירלעכע שטיין
- סיליקא מאטריאל
- האלץ
- מעטאלן
- גלאז
- פאבריצירטע מאטריאלן
- אינזשענירטע שטיין (קייסערשטיין)