אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הדלקה עושה מצוה"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (←אין הלכה: כנלע''ד) |
ק (←זעט אויך: פארראכטן לינק) |
||
שורה 28: | שורה 28: | ||
== זעט אויך == | == זעט אויך == | ||
* [[חנוכה ליכט]] | * [[חנוכה ליכט]] | ||
* [[כבתה | * [[כבתה זקוק לה]] | ||
== ליינט מער == | == ליינט מער == |
רעוויזיע פון 21:12, 20 נאוועמבער 2023
הַדְלָקַה עו֗שַׂה מִצְוָה איז א הלכה וואס באדייט אז די מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט איז מיט די עצם צינדן די ליכט, און נישט מיטן לייגן אנגעצינדענע ליכט.
מקור
די גמרא רעדט אדורך וואס איז די עיקר אין די מצוה פון חנוכה ליכט, צו דען די עצם צינדן די ליכט, אדער דאס וואס די ליכט שטייט אויף א פלאץ ווי ס'ברענגט צו צו פרסומי ניסא, און די גמרא פירט אויס:
מדקא מברכינן אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של חנוכה שמע מינה-הדלקה עושה מצוה
די טעם דערצו
- לויט רש"י[1] אז ס'זאהל זיין צוגעגליכן צו די ליכט וואס זענען געצינדן געווארן אין בית המקדש, וואס דארט איז די מצוה דערפון געווען נאר די עצם צינדן.
- לויט דער כתב סופר[2] ווייל די חנוכה ליכט איז דאך צו דערמאנען די נס וואס די ליכט האבן געברענט, און דאס ווערט שוין באדייט מיט די עצם צינדן, און נישט דווקא מיט די ארויסשטעלן אויף א באקענטיגער ארט.
אין הלכה
- טראץ וואס ביי א מצוה דארף מען אלץ אינזינען האבן לשם מצוה, אבער אויב די חנוכה לאמפ ליגט שוין פון די נעכטיגע טאג אויפ'ן ארט וואו מ'צינדט, פאדערט זיך נישט דאס אוועקשטעלן דארט פון דאסניי היינטיגן טאג, ווייל די עיקר איז די עצם צינדן, און נישט די ארט וואו ס'שטייט[3].
- אויב האט איינער געצינדן די חנוכה ליכט אויף אן ארט וואו לויט די הלכה קען מען דארט נישט יוצא זיין די מצוה[א] און האט דאס דערנאך אריבערגעפירט פון דארט צו א גוטן ארט, האט ער נישט יוצא געווען די מצוה, ווייל ביים צינדן איז דאס נישט געשטאנען אויף א גוטן ארט, און די צינדן איז די עיקר[5].
- אויב האט געצינדן די ליכט איינער וואס איז נישט מחויב, ווי צום ביישפיל א קליין קינד אדער א גוי, איז דאס נישט גוט און מ'דארף איבערצינדן[6].
- די ליכט דארף קענען ברענען כאטש א האלבע שעה[7], טראץ דעם, אויב האט זיך די ליכט פארלאשן בעפאר ס'איז א דורך א האלבע שעה זייט מען האט דאס אנגעצינדן, דארף מען דאס נישט איבערצינדן, צוליב דאס וואס די מצוה האט מען שוין מקיים געווען מיט די עצם צינדן די ליכט[8]. דאס וואס ס'ווערט אנגערופן אין גמרא און הלכה כבתה אין זקוק לה.
אין חסידות
רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב[9] לערנט ארויס פון די הלכה אויף די גאנצע יאהר אין עבודת ה', ווי ער טייטשט אויס די הלכה: ”הדלקה עושה מצוה, פירוש שלכתחלה צריך האדם לעשות המצוה בהדלקה ובהתלהבות בתשוקה נפלאה”.
זעט אויך
ליינט מער
דרויסנדע לינקס
- הדלקה עושה מצוה, הגאון רבי שלמה זלמן אולמן – ראב"ד מודיעין עילית.
- הדלקה עושה מצוה, ילקוט יוסף.
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ רש"י, שבת כב, ב ד"ה אי הדלקה עושה מצוה.
- ↑ שו"ת כתב סופר, אורח חיים, סימן קלו.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף א'.
- ↑ חיי אדם, הלכות חנוכה סימן קנ"ד סעיף כב.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ט'; מגן אברהם אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה ס"ק ג.
- ↑ שבת כג, א.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ב, סעיף ב'.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ג, סעיף ב'.
- ↑ אין קדושת לוי-פירושי אגדות.
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער