אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ז' כסלו"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(פארברייטערט) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:ז' כסלו צו ז' כסלו אן לאזן א ווייטערפירונג) |
רעוויזיע פון 20:26, 19 נאוועמבער 2023
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ז' כסלו איז דער זיבעטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבעטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
השא השג |
זונטאג | וישלח |
זחא זחג |
מאנטאג | ויצא |
זשג זשה |
דינסטאג | ויצא |
בחה בחג |
מיטוואך | ויצא |
בשה בשז גכה גכז |
דאנערשטאג | ויצא |
הכז החא |
שבת | ויצא |
חגים וזמנים
- לויט טייל דעות א תענית צדיקים, ווייל אין ג'שכ"א האט יהויקים פארברענט די מגילת איכה פון די נבואות פון ירמיהו וואס ברוך בן נריה האט אים פארגעליינט[1].
- א יום טוב אין מגילת תענית, צוליב דער טויט פון הורדוס אין יאר ג'תשס"א[2].
- אין יארן וואס חשון איז געווען מלא, זענען שוין פארביי געגאנגען דרייסיג טעג ווען מען האט אין ארץ ישראל געבעטן אויף רעגן בעפאר תפילת מעריב פון דעם טאג.
געשעענישן
- ה'תרע"ט – דייטשלאנד שרייבט אונטער דעם וואפן שטילשטאנד, וואס האט ענדגילטיג געענדיגט די ערשטע וועלט-מלחמה (זייגער 11:11); פוילן דערקלערט זעלבסטשטענדיגקייט.
- ה'תרע"ט – פאגראמען אין סטריזשעוו
- ה'תשי"ב – חתונה פון רבי חיים קאניעווסקי מיט בת-שבע אסתר אלישיב, א טאכטער פון רבי יוסף שלום אלישיב
- ה'תשל"ט – הנחת אבן הפינה פאר דער מעיני הישועה מעדיצינישער צענטער
- ה'תשע"ו – שטעכעריי אטאקע אין א שוהל אין תל אביב, ווען צוויי אידן זענען אומגעקומען אינמיטן דאווענען מנחה
געבוירן
- ה'תקצ"ב – רבי שלמה שפירא, דער ערשטער אדמו"ר פון מונקאטש, מחבר פון "שם שלמה" (נפטר ה'תרנ"ג)
- ה'תרל"א – רבי חנוך צבי הכהן לעווין, רב פון בענדין, איידעם פון דער שפת אמת (נפטר ה'תרצ"ה)
- ה'תר"נ – הרב ראובן מרגליות, א תורה'דיגער חוקר, ביבליאגראף, און שפרודליגער מחבר ספרים (נפטר ה'תשל"א)
- ה'תרע"ה – הלל זיידמאן, א חרדי'שער עסקן און שרייבער אין פוילן און ניו יארק (נפטר ה'תשנ"ה)
- ה'תש"ז – רבי חיים צבי שפירא, ראב"ד פון בד"ץ מחזיקי הדת און ראש ישיבת בעלזא אין בני ברק
- ה'תש"ז – רבי ישראל דוב וויזל, א רב און דיין אין בני ברק
- ה'תשנ"ז – יונתן שיינפעלד, א זינגער און קאמפאזיטאר
יארצייטן
- ה'תקע"ג – רבי יוסף דוד זינצהיים פון שטראסבורג, ערשטער הויפט רב פון פראנקרייך, מחבר פון "יד דוד" (געבוירן ה'תק"ה)
- ה'תרמ"ב – רבי אהרן הלוי עפשטיין פון קראקא, דער ממלא מקום פון דער מאור ושמש, נפטר אין דעם טאג לויט טייל[3]
- ה'תר"ס – רבי משה יצחק דרשן, דער קעלעמער מגיד (געבוירן ה'תקפ"ח)
- ה'תרע"ד – רבי יחזקאל משה הלוי, אב בית דין אין באגדאד (געבוירן ה'תקצ"ט)
- ה'תרפ"ד – רבי שלום אלחנן יפה, רב פון סאנט לואיס און פון די גרינדער פון אגודת הרבנים און עזרת תורה (געבוירן ה'תרי"ח)
- ה'תשי"ב – רבי יעקב משה חרל"פ, ראש ישיבות מרכז הרב און "בית זבול" און רב פון שערי חסד געגנט אין ירושלים (געבוירן ה'תרמ"ב)
- ה'תשמ"ד – רבי שלמה בנימין אשלג, מקובל און אדמו"ר פון אשלג (געבוירן ה'תר"ע)
רעפערענצן
- ↑ אנדערע גירסות זענען ה' אדער ח' אדער כ"ח כסלו, זעט שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף ב' און מגן אברהם, דארט.
- ↑ מגילת תענית פרק ט. אבער זעט: ורד נעם, מגילת תענית: הנוסחים, פשרם ותולדותיהם, הוצאת יד בן צבי, תשס"ד, עמודים 260-261 און 280-282, אז לויט טייל פארשער איז דער יום טוב צוליב דער טויט פון אלכסנדר ינאי אין יאר ג'תרפ"ח.
- ↑ לויט אנדערע, איז דער יארצייט ו' שבט