אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמעון בן מנסיא"
ק (מכלוליזאציע) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:רבי שמעון בן מנסיא צו רוי:רבי שמעון בן מנסיא אן לאזן א ווייטערפירונג) |
(קיין אונטערשייד)
|
יעצטיגע רעוויזיע זינט 16:23, 7 נאוועמבער 2023
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן מְנַסְיָא איז געווען א תנא פון ארץ ישראל, א תלמיד פון רבי מאיר און א חבר פון רבי יהודה הנשיא.
לעבן
רבי שמעון בן מנסיא איז געווען אינעם דור פון רבי יהודה הנשיא און איז געווען זיין חבר. רבי שמעון האט שטארק געשעצט דער רבי, און האט אויך געזאגט אויף רבי און זיינע זין אז ס'איז מקויים געווארן אין זיי די זיבן מידות וואס ווערן אויסגערעכנט אין פרקי אבות אלס נאה פאר צדיקים: שיינקייט, כח, רייכקייט, כבוד, קלוגשאפט, אלטקייט, גרויקייט, און זינען[1].
מ'טרעפט אין גמרא אז רבי שמעון בן מנסיא האט נאכגעזאגט זאכן אין נאמען פון רבי מאיר[2].
אין תלמוד ירושלמי[3] ווערט געברענגט אז דער כינוי "עדה קדושה" באציט זיך צו רבי יוסי בן המשולם און רבי שמעון בן מנסיא, און אין מדרש[4] ווערן געברענגט צוויי ערקלערונגען צו דעם כינוי: פארהאן וואס זאגן אז זיי זענען אזוי גערופן געווארן וויבאלד זיי האבן צעטיילט זייערע טעג אין דריי חלקים – אין א דריטל פונעם טאג האבן זיי זיך באשעפטיגט אין תורה, אין א דריטל אין דאווענען, און אין א דריטל האבן זיי עוסק געווען אין פרנסה. און פארהאן וואס זאגן אז זיי זענען אזוי גערופן געווארן וויבאלד זיי האבן זיך געפלאגט אין תורה אין די ווינטער און האבן זיך באשעפטיגט אין פרנסה אין די זומער.
רבי שמעון בן מנסיא ווערט דערמאנט דריי מאל אין דער משנה: חגיגה פ"א מ"ז, אבות פ"ו מ"ח (צוויי מאל). די גמרא ברענגט פיל מאל די ווערטער פון רבי שמעון בן מנסיא, סיי אין הלכה און סיי אין אגדה. אין איינע פון זיינע מימרות ברענגט רבי שמעון א מקור פונעם פסוק צום הלכה אז א מענטש איז מחוייב צו מחלל שבת זיין כדי צו ראטעווען א נפש. דער פסוק[5] זאגט: "וְשָׁמְרוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת הַשַּׁבָּת לַעֲשׂוֹת אֶת הַשַּׁבָּת לְדֹרֹתָם בְּרִית עוֹלָם".
רעפערענצן
- ↑ משנה, אבות ו, ח. זעט אויך תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק י"א, הלכה ג'
- ↑ כתובות יד, ב
- ↑ יתלמוד ירושלמי, מסכת מעשר שני, פרק ב', הלכה ד'
- ↑ קהלת רבה, פרשה ט', פסקה ט'
- ↑ שמות לא, טז