אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רוים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=capital and largest city of Italy|העב=בירת איטליה|דייטש=Hauptstadt und bevölkerungsreichste Stadt Italiens|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = capital and largest city of Italy|העב=בירת איטליה|דייטש=Hauptstadt und bevölkerungsreichste Stadt Italiens|}}
<br />
<br />
{{יישוב
{{יישוב

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:01, 26 אקטאבער 2023


רוים
Roma
[[טעקע:{{#אייגנשאפט:פאן בילד}}|border|115px]] [[טעקע:{{#אייגנשאפט:הערב בילד}}|90px]]
מדינה / טעריטאָריע Flag of Italy.svg איטאַליע
גרינדונג דאַטע 753 פאר דער ציווילער רעכענונג
קאָאָרדינאַטן 41°54′N 12°30′E / 41.900°N 12.500°E / 41.900; 12.500 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער ווירגיניא ראגי
שטח 105.4 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

2,870,336‏  (שטייענדיג 2016)
2,232 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
comune.roma.it

רוים (אויף איטאליעניש און לאטיין: Roma) איז די הויפּטשטאָט פון איטאליע און פון איר לאַציא ראיאן. מיט א באפעלקערונג פון 2,873,598 איינוואוינער אין א שטח פון 1,285 ק"מ2, איז רוים די פערט-גרעסטע שטאט אינעם אייראפעישן פארבאנד (לויט די שטאט גרעניצן). די שטאט געפינט זיך אינעם צענטראל־מערב טייל פונעם אפענין-האלבאינזל אויף די ברעגן פון דעם טייך טיבער.

אין צפון־מערב זייט פון רוים איז פלאצירט דער שטאַט וואטיקאן, אינגאנצן ארומגענומען דורך רוים–א לאנד אין א שטאָט.

רוים האט א היסטאריע וואס ציט זיך איבער 2,500 יאר. די שטאט איז געווארן די הויפטשטאט פון דעם רוימישן קעניגרייך, דער רוימישער רעפובליק און ענדלעך רוים פון דער רוימישער אימפעריע.

לויט דער לעגענדע איז רוים געגרינדעט געווארן אין יאר ג'ז ביי ראמולוס.

רוים איז געווארן א הויפט צענטער פון דער איטאליענישער רענעסאנס.

אין 1871 איז רוים געווארן די הויפטשטאט פון דעם קעניגרייך פון איטאליע, און אין 1946 פון דער איטאליענישער רעפובליק.

דער היסטארישער צענטער פון רוים ווערט גערעכנט דורך אונעסקא א וועלט ירושה ארט. די 1960 זומער אלימפיאדע איז פארגעקומען אין רוים.

היסטאריע

די רוימער האלטן אז רוים איז געגרינדעט געווארן אום 21סטן אפריל 753 פאר דער ציווילער רעכענונג, דורך ראמולוס, דער ערשטער מלך. דאס קעניגרייך פון רוים האט זיך געהאלטן 244 יאר ביז דעם לעצטן קעניג טארקוויניוס סופערבוס וואס האט געהערשט ביזן אויפשטאנד אין יאר 509 וואס האט אויפגעשטעלט די רוימישע רעפובליק. במשך די יארן האט רוים געפירט מלחמות ביז זיי האבן געהערשט איבער דעם איטאליענישן האלבאינזל. דערנאך אין די דריטע און צווייטע יארהונדערטער האט רוים געפירט מלחמות קעגן קארטאגא און מאקעדאניע ביז רוים האט געהערשט איבער דעם גאנצן מיטלענדישן געגנט, און האבן אויפגעשטעלט די ערשטע רוימישע פראווינצן סיציליע, סארדיניע און קארסיקע, היספאניע, מאקעדאניע, גריכנלאנד און אפריקע.

געאגראפיע

טירענישער ים, דיסטריקט פון אסטיע
קוק אויף רוים פון דער לופט
פאנאראמע פון רוים פונעם קופאל פון סט פעטער באסיליקע

לאקאציע

רוים שטייט אויף זיבן בערגלעך און האט א שטח פון 1285.31 קוואדראט קילאמעטער.

רוים איז אין דעם לאציא ראיאן פון צענטראל איטאליע אויפן טיבער (איטאליעניש: Tevere). דער אריגינעלער יישוב האט זיך אנטוויקלט אויף בערגלעך קעגנאיבער אן איבערפאר לעבן טיבער אינזל, דער איינציגער נאטירליכער איבערפאר פונעם טייך אין דעם געגנט. רוים פון די מלכים איז געווארן געבויט אויף זיבן בערגלעך: דאס אווענטין בערגל, דאס קייליאוס בערגל, דאס קאפיטאלין בערגל, דאס עסקווילין בערגל, דאס פאלאטין בערגל, דאס קווירינאל בערגל, און דאס ווימינאל בערגל. אדורך מאדערנעם רוים פליסט אויך נאך א טייך, דער אניען, וואס פליסט אין טיבער אריין צפון פונעם היסטארישן צענטער.

כאטש דער צענטער פון דער שטאט איז ווייט אומגעפער 24 ק"מ פונעם טירענישן ים, ציט זיך די טעריטאריע פון דער שטאט ביז דעם בארטן, וואו עס געפינט זיך די דרום־מערב דיסטריקט אסטיע. דער צענטער פון רוים האט א הייך צווישן 13 מעטער העכערן ים פלאך (לעבן דעם פאנטעאן) און 139 מעטער איבערן ים פלאך (דער שפיץ פון מאנטע מאריא.[1] די קאמונע פון רוים באדעקט א שטח סה"כ פון בערך 1285 קוואדראט קילאמעטער, כולל פילע גרינע שטחים.

טאפאגראפיע

סאטעליט קוק אויף רוים
דיסטריקט פון אסטיע

דורכאויס דער געשיכטע פון רוים זענען די שטאט גרעניצן געווען גערעכנט דער שטח אינערהאלב די שטאט מויערן. אריגינעל זענען די מויערן געווען דער סערווישער מויער, געבויט צוועלף יאר נאך ווען די גאלן האבן צעראבעוועט די שטאט אין יאר 390 פאר דער ציווילער רעכענונג. דאס האט איינגעהאלטן דעם גרעסטן טייל פון די עסקווילינע און קעלישע בערגלעך ווי אויך גאר די אנדערע פינעף בערגלעך. רוים האט געוואקסן אינדרויסן פונעם סערווישן מויער, אבער מ'האט נישט געבויט קיין נייע מויערן ביז נאך 700 יאר, אין יאר 270 ווען דער קייסער אוירעליאן האט אנגעהויבן בויען די אוירעליאן-מויערן, וואס זענען געווען לאנג כמעט 19 ק"מ, און זענען געבליבן ביז 1870 ווען די מיליטער פונעם קעניגרייך פון איטאליע האט דורכגעבראכן דעם מויער כדי אריינצוגיין אין דער שטאט.

דער שטאטישער שטח ווערט צעטיילט אויף צוויי דורך דער רינג־שאסיי, געענדיגט אין 1962, וואטס רינגלט דעם שטאט־צענטער ווייט אומגעפער 10 ק"מ. דעמאלסט איז געווען דער באזעצטער יישוב כמעט אינגאנצן אינערהאלב דעם שאסיי, אבער היינט האט מען געבויט וואוינונגען ביז א ווייט פון 20 ק"מ אינדרויסן.

טראנספארט

רוים ווערט באדינט דורך דריי לופטפעלדער. איטאליע'ס הויפט לופטפעלד איז לעאנארדא דא ווינטשי לופטפעלד וואס ווערט גערופן אויפן נאמען פונעם ערפינדער לעאנארדא דא ווינטשי (כאטש ער האט געוואוינט אין רוים נאר זעקס יאר, און איז געווען טעטיק מערסטנס אין צפון איטאליע). דער לופטפעלד געפינט זיך אינעם שטעטל פיומיטשינא אויפן בארטן פון ים. דער לופטפעלד איז א ביסל ווייט פון דעם צענטער פון רוים; זיי זענען פארבינדן דורך א הויך־גיך באן און אן אויטאסטראד. דער עלטערער רוים טשאמפינא לופטפעלד איז סיי א ציווילער סיי א מיליטערשיר לופטפעלד. מען רופט אים "טשאמפינא לופטפעלד", ווייל ער איז פלאצירט לעבן טשאמפינא, דרום־מערב פון רוים. דער דריטער לופטפעלד איז דער ראמא-אורבע לופטפעלד, א קליינער לופטפעלד וואס געפינט זיך אומגעפער 6 ק"מ צפון פונעם צענטער פון רוים; דארט פליען מערסט העליקאפטער און פריוואטע פליען.


רוימישע אידנטום

רוימישע אידנטום איז איינע פון די אוראלטע יידישע קהילות אין דער וועלט, שוין צוויי טויזנט צוויי הונדערט יאר. שוין אין יאר ג'תקנ"ט איז געשאפן געווארן א פארבינדונג צווישן די אידן און רוים ווען שליחים פון די חשמונאים זענען אנגעקומען אין רוים. אין יאר 1555 האט דער פויבסט פאולוס דער פערטער ארויסגעגעבן א געזעץ אז די אידן טארן נישט וואוינען נאר אין א באגרעניצטן שטח וואס מ'רופט היינט די רוימישע געטא.

אין 1938, ווען מען האט איינגעפירט די ראסע געזעצן אין איטאליע האבן די אידן פארלוירן זייערע בירגער-רעכטן. אין 1943 איז די דייטשע מיליטער אנגעקומען קיין רוים און זיי האבן דעפארטירט די אידן אין פארניכטונגס לאגערן. ביז ווען די אליאירטע קראפטן האבן באפרייט די שטאט זענען 2,000 געהרגעט געווארן, העלפט פון זיי אין פארניכטונגס לאגערן.

היינט צו טאג האט רוים די גרעסטע אידישע קהילה אין איטאליע מיט יידישע מוסדות. די קהילה האט אומגעפער 15,000 אידן און די שטאט פארמאגט צען שולן.

אין 1919 האט מען אנטפלעקט אלטע יידישע קברים פון די טעג פון אוראלט רוים.

ספארט

[[File

פוטבאל איז דער פאפולערסטער ספארט אין רוים, ווי אויך אין גאנץ איטאליע. די שטאט איז געווען גאסטגעבער פאר די לעצטע שפילן פון די 1934 און 1990 פיפא וועלט בעכער. דער צווייטער האט מען געשפילט אינעם גרויסן אלימפיאדע סטאדיאן. דער סטאדיאן ווערט געניצט מערסט ווי א שותפותדיקער היים סטאדיאן פאר די לאקאלע פוטבאל גרופעס ס ס לאציא, געגרינדער אין 1900, און א ס רומא, געגרינדעט אין 1927. די רוימישע ספארט קולטור אינטערעסירט זיך זייער אין דעם קאנקורענץ פון די צווי גרופעס פארן דערבי דעלא קאפיטאלע פארמעסט.[2] די פוטבאל שפילער וואס שפילן פאר די גרופעס און זענען אויך געבוירן אין דער שטאט זענען באזונדער פאפולער, ווי למשל די שפילער פראנצעסקא טאטי און דאניעלע דע ראסי (ביידע פאר א ס ראמא), און אלעסאנדרא נעסטא (פאר ס ס לאציא).


אין רוים איז פארגעקומען די זומער אלימפיאדע 1960, מיט גרויס דערפאלג, ניצנדיק פיל אוראלטע ערטער ווי די ווילא בארגעזע און די באדן פון קאראקאלא פאר די פארשידענע שפילן. אויך האט מען געשאפן א סך נייע געביידעס פאר דער אלימפיאדע, ספעציעל דעם נייעם אלימפיאדע סטאדיאן (וואס מען האט שפעטער פארגרעסערט און באנייט לכבוד דעם 1990 פיפא וועלט בעכער), און דאס אלימפיאדע דארף (Villaggio Olympic) געשאפן אין אנהייב ווי א וואוינונג פאר די אטלעטן און שפעטער איבערגעמאכט ווי א וואוינונג געגנט. רוים האט געהאט א הוא אמינא צו האלטן דארט די זומער אלימפיאדע 2020 אבער זיי האבן צוריקגעצויגן זייער אנבאט.[3][4]

יעדע יאר אין מאי ווערט געהאלטן אין רוים דער מייסטער טעניס טורניר. אין די יארן נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה איז ציקלען געווען גאנץ פאפולער, אבער היינט נישט אזוי שטארק.

צווילינג שטעט


זעט אויך

רעפערענצן

  1. Ravaglioli, Armando (1997). Roma anno 2750 ab Urbe condita (in איטאליעניש). רוים: Tascabili Economici Newton. ISBN 88-8183-670-X.{{cite book}}: CS1 maint: unrecognized language (link)
  2. "Football First 11: Do or die derbies". CNN. ‏22סטו אקטאבער 2008. Retrieved ‏5טן אקטאבער 2014. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  3. "Media". Olympic.org. Retrieved 15טן סעפטעמבער 2011. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  4. "Candidate Cities for Future Olympic Games". Bladesplace.id.au. Retrieved 17טן אקטאבער 2009. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)


Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!